בלאט 1 פון 1
עמירם בן אוליאל - שולדיג אדער נישט שולדיג?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 11:29 pm
דורך [NAMELESS]
עמירם בן אוליאל איז געטראפען געווארן שולדיג אין געריכט פאר'ן פארברענען און הרג'ענען דריי מענטשן פון איין אראבישע משפחה, טאטע, מאמע און זייער קינד פון 1.5 יאר, נאכדעם ואוס ער האט מודה געוועהן און לויט די פארשערס האט ער דערציילט פרטים וואס נאר דער מערדער אליין האט געקענט וויסן.
ס'איז אבער דא א גרויסע קאמפיין ביי די מתנחלים אים צו באפרייען און זיי טענה'ן אז ער איז אומשולדיג. די וואך איז געוועהן א קאמפיין לטובתו ווי מ'האט צאמגעשטעלט א מיליאן שקל אים צו העלפן באפרייען.
איז עס ווייל זיי האלטען טאקע אז ער איז אומשולדיג, אדער ווייל זיי האלטען אז ס'איז גארנישט אזוי שלעכט אז ער האט גע'הרג'עט אפאר אומשולדיגע אראבערס?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:09 am
דורך אלע צוזאמען
קיינער! האלט נישט אז מ'מעג הארגענען אומשולדיגע מענטשן.
די קאמפיין דא זוכט אויפצוטוהן צוויי זאכן.
1) מ'זאל אים באפרייען, ווייל די איינציגסטע באווייז וואס ס'דא קעגן אים, איז אז ער האט זיך מודה געווען, און די טענה קעגן דעם איז אז מ'האט אים געפייניגט פיזיש און גייסטיש, און נאר וועגן דעם האט ער זיך מודה געווען.
2) ער זאל האבן א פעיר טרייעל, און ער זאל נישט זיצן אין סאלעטערי קאנפיינמינט אגאנצע צייט.
ניטאמאל איז 100% קלאר אז די נוער הגבעות האבן אנגעצינדן די פייער, ס'נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס א הויז אין 'דומא' זאל אפברענען.
מוסלעמענער אויף מוסלעמענער פארברעכן איז א נארמאלע זאך.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:26 am
דורך ברוך שפינוזה
אלע צוזאמען האט געשריבן:קיינער! האלט נישט אז מ'מעג הארגענען אומשולדיגע מענטשן.
אפשר דו נישט אבער ס'דא אסאך וואס יא,
דא האסטו עדות מהשטח.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:38 am
דורך חובב ציון
הונדרעט טויזענט פראצענט שולדיג, קוק נאר די ווידיאו ווי מען טראגט אים צירוק קיין כפר דומא צו די מקום הרציחה און ער פארציילט פונקטליך יעדע דעטאל וויאזוי ער האט עס אויסגעפירט, דא איז געוועהן א שטאל, דא איז געוועהן א פארקירטע רכב, וכו׳ ממש ווי עס האט נעכטן פאסירט.
איינע פין די לעכערליגע טענות וואס זיינע שטיצער טענה׳ן איז אז מען האט געפינען אויפגעשריבן אויפן וואנט יחי מלך המשיח... און דאס מאכט נישט קיין סענס פאר א מתנחל צו שרייבן..
אגב וואס איז די פייניגונגס מיטלען וואס די שכ"ב האט זיך באנוצט מיט אים אין שפעטער איז עס געווארן לעגאל?
עס איז בעצם שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט זיך געבראכן צו מודה זיין.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:43 am
דורך אלע צוזאמען
חובב ציון האט געשריבן:הונדרעט טויזענט פראצענט שולדיג, קוק נאר די ווידיאו ווי מען טראגט אים צירוק קיין כפר דומא צו די מקום הרציחה און ער פארציילט פונקטליך יעדע דעטאל וויאזוי ער האט עס אויסגעפירט, דא איז געוועהן א שטאל, דא איז געוועהן א פארקירטע רכב, וכו׳ ממש ווי עס האט נעכטן פאסירט.
איינע פין די לעכערליגע טענות וואס זיינע שטיצער טענה׳ן איז אז מען האט געפינען אויפגעשריבן אויפן וואנט יחי מלך המשיח... און דאס מאכט נישט קיין סענס פאר א מתנחל צו שרייבן..
אגב וואס איז די פייניגונגס מיטלען וואס די שכ"ב האט זיך באנוצט מיט אים אין שפעטער איז עס געווארן לעגאל?
עס איז בעצם שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט זיך געבראכן צו מודה זיין.
אינטערסאנט אז פאר ער האט זיך ''מודה'' געווען, איז ער געזיצן אין צעל מיט נאך מענטשן, אבער נאכדעם נישט, יא ס'מאכט זייער אסאך סענס אז מ'זאל אריינלייגן אינפארמאציע אין זיין קאפ דורך שעות רעדן און האמערן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 8:25 am
דורך שמן למאור
אלע צוזאמען האט געשריבן:קיינער! האלט נישט אז מ'מעג הארגענען אומשולדיגע מענטשן
גערעכט, אבער ס'דא אסאך מתנחלים וואס האלטן אז "אלע" פאלעסטינער זענען ביי דיפאלט "שילדיג"... אפילו קליינע קינדער. ווייל למעשה "גייען" זיי דאך אויסוואקסן טעראריסטן, און אויב אזוי איז טעכניש א מצוה זיי אלע אויסצו'הרג'ענען.
לאך נישט, איך האב גערעדט מיט אפאר חברה וואס האלטן אזוי.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 8:57 am
דורך ערנסטגערעדט
אלע צוזאמען האט געשריבן:חובב ציון האט געשריבן:הונדרעט טויזענט פראצענט שולדיג, קוק נאר די ווידיאו ווי מען טראגט אים צירוק קיין כפר דומא צו די מקום הרציחה און ער פארציילט פונקטליך יעדע דעטאל וויאזוי ער האט עס אויסגעפירט, דא איז געוועהן א שטאל, דא איז געוועהן א פארקירטע רכב, וכו׳ ממש ווי עס האט נעכטן פאסירט.
איינע פין די לעכערליגע טענות וואס זיינע שטיצער טענה׳ן איז אז מען האט געפינען אויפגעשריבן אויפן וואנט יחי מלך המשיח... און דאס מאכט נישט קיין סענס פאר א מתנחל צו שרייבן..
אגב וואס איז די פייניגונגס מיטלען וואס די שכ"ב האט זיך באנוצט מיט אים אין שפעטער איז עס געווארן לעגאל?
עס איז בעצם שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט זיך געבראכן צו מודה זיין.
אינטערסאנט אז פאר ער האט זיך ''מודה'' געווען, איז ער געזיצן אין צעל מיט נאך מענטשן, אבער נאכדעם נישט, יא ס'מאכט זייער אסאך סענס אז מ'זאל אריינלייגן אינפארמאציע אין זיין קאפ דורך שעות רעדן און האמערן.
ווער סטוט אסאך אין true crime ווייסט אז מיט פארשידענע מיטלען וואס דעטעקטיווס האבן גענוצט און נוצן נאכאלץ אין אמעריקע ווער רעדט נאך פון א סאציעליסטישע מדינה ווי די ציונים, קען מען זייער גרינג צוקומען צו א ״הודאה״ מיט פונקטליכע דעטאלן וואס זיי האמערן אריין אין די באשולדיגטער.
אלזא הודאה אליינס מיינט נישט קיין סאך, ספעציעל ווען פאליציי איז געפרעשורט צו כאפן איינעם
Re: עמירם בן אוליאל - שולדיג אדער נישט שולדיג?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 9:26 am
דורך שאלתיאל
חובב ציון האט געשריבן:הונדרעט טויזענט פראצענט שולדיג, קוק נאר די ווידיאו ווי מען טראגט אים צירוק קיין כפר דומא צו די מקום הרציחה און ער פארציילט פונקטליך יעדע דעטאל וויאזוי ער האט עס אויסגעפירט, דא איז געוועהן א שטאל, דא איז געוועהן א פארקירטע רכב, וכו׳ ממש ווי עס האט נעכטן פאסירט.
איינע פין די לעכערליגע טענות וואס זיינע שטיצער טענה׳ן איז אז מען האט געפינען אויפגעשריבן אויפן וואנט יחי מלך המשיח... און דאס מאכט נישט קיין סענס פאר א מתנחל צו שרייבן..
אגב וואס איז די פייניגונגס מיטלען וואס די שכ"ב האט זיך באנוצט מיט אים אין שפעטער איז עס געווארן לעגאל?
עס איז בעצם שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט זיך געבראכן צו מודה זיין.
ראמאן זאדאראוו שיקט א הערצליכן גריס
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app
Sent from my SM-A546E using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:01 pm
דורך ים רויבער
חובב ציון האט געשריבן:הונדרעט טויזענט פראצענט שולדיג, קוק נאר די ווידיאו ווי מען טראגט אים צירוק קיין כפר דומא צו די מקום הרציחה און ער פארציילט פונקטליך יעדע דעטאל וויאזוי ער האט עס אויסגעפירט, דא איז געוועהן א שטאל, דא איז געוועהן א פארקירטע רכב, וכו׳ ממש ווי עס האט נעכטן פאסירט.
איינע פין די לעכערליגע טענות וואס זיינע שטיצער טענה׳ן איז אז מען האט געפינען אויפגעשריבן אויפן וואנט יחי מלך המשיח... און דאס מאכט נישט קיין סענס פאר א מתנחל צו שרייבן..
אגב וואס איז די פייניגונגס מיטלען וואס די שכ"ב האט זיך באנוצט מיט אים אין שפעטער איז עס געווארן לעגאל?
עס איז בעצם שווער צו פארשטיין וויאזוי ער האט זיך געבראכן צו מודה זיין.
ווען מען טראגט אים צוריק איבערצושפילן איז דא א שיין ביסל לעכער אין די עדות'שאפט.
אגב צוויי קרישקעלעך וואס איז אינטערעסאנט אנצומערקן:
1) די דאוואבשע משפחה האט געהאט אפאר הייזער וואס האבן אפגעפרענט פארדעם און נאכדעם צוליב געפעכטן מיט אן אנדערע משפחה.
2) א דערנעבנדיגע שכן האט איבערגעבן עדות גלייך דערויף אז ער האט געזען צוויי מתנחלים דורכפירן די אטאקע. אין די גירסה פון די שב"כ איז נאר געווען איין אטאקירער, עמירם בן אוליאל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:04 pm
דורך ים רויבער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
נוח האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:קיינער! האלט נישט אז מ'מעג הארגענען אומשולדיגע מענטשן.
אוודאי זענען דא. טויזענטער האלטן אז ברוך גאלדשטיין שר"י איז געווען א קדוש.
קיינער האלט נישט אז ער איז געווען א "קדוש". נאר זיין אידיש הארץ האט געבלוטיגט אויף די אלע ברוטאלע מעשי רציחה וואס די אראבערס האבן אדורכגעפיהרט אויף אידן. די מערסטע זיינע באקאנטע און בני משפחה. און די רעגירונג האט גארנישט געטון. אדער נישט געטון גענוג זיי צו באשטראפן.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:11 pm
דורך בעל אחריות
חתם סופר האט געשריבן:עמירם בן אוליאל איז געטראפען געווארן שולדיג אין געריכט פאר'ן פארברענען און הרג'ענען דריי מענטשן פון איין אראבישע משפחה, טאטע, מאמע און זייער קינד פון 1.5 יאר, נאכדעם ואוס ער האט מודה געוועהן און לויט די פארשערס האט ער דערציילט פרטים וואס נאר דער מערדער אליין האט געקענט וויסן.
ס'איז אבער דא א גרויסע קאמפיין ביי די מתנחלים אים צו באפרייען און זיי טענה'ן אז ער איז אומשולדיג. די וואך איז געוועהן א קאמפיין לטובתו ווי מ'האט צאמגעשטעלט א מיליאן שקל אים צו העלפן באפרייען.
איז עס ווייל זיי האלטען טאקע אז ער איז אומשולדיג, אדער ווייל זיי האלטען אז ס'איז גארנישט אזוי שלעכט אז ער האט גע'הרג'עט אפאר אומשולדיגע אראבערס?
עס איז דא א חילוק צווישן וואס מען האלט און וויפיהל עס גייט דיך אן, דהיינו אסאך מענטשן ווילן אים פריי ווייל ער איז זייערס א מענטש און ס'שטערט זיי נישט אז ער האט געהרג'ט אן אראבער, נישט ווייל זיי האלטן בשיטה אז מען מעג הרגנן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2023 11:04 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן:נוח האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:קיינער! האלט נישט אז מ'מעג הארגענען אומשולדיגע מענטשן.
אוודאי זענען דא. טויזענטער האלטן אז ברוך גאלדשטיין שר"י איז געווען א קדוש.
קיינער האלט נישט אז ער איז געווען א "קדוש". נאר זיין אידיש הארץ האט געבלוטיגט אויף די אלע ברוטאלע מעשי רציחה וואס די אראבערס האבן אדורכגעפיהרט אויף אידן. די מערסטע זיינע באקאנטע און בני משפחה. און די רעגירונג האט גארנישט געטון. אדער נישט געטון גענוג זיי צו באשטראפן.
און אויב זיין הארץ בלוטיגט מעג ער הרג'נען אומשולדיגע מענטשן (על הצד אז ער האט גע'הרג'ט)? און דאס איז נאך א "אידיש" הארץ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:21 am
דורך yatzmachp
קיינער האלט נישט אז מען מעג. אבער ווער עס געדענקט יענע צייטן געדענקט אז עס איז געווען ממש א שעת מלחמה און די ישראלדיגע בירגער זענען געווען ממש הפקר. ווען דו וואלט געוואוינט דארט וואלטסטו אויך דעמאלס געהאלטן אז ברוך גאלדשטיין האט פשוט רעאגירט ווי אין א מלחמה. די פראבלעם איז אז מלחמה האט אויך געזעצן און ער האט נישט געטון ווי די געזעץ זאגט. משא"כ ווען די אמעריקאנער מיליטער, אדער רוסישע אדער כינעזער אדער סיי וועלכע הרגעט ציווילע מענטשן איז נישט קיין פראבלעם ווייל...
איך פערזענלעך האלט מיך אפ פון דן זיין פאר איין סיבה. איך האב מיטגעלעבט יענע צייטן און די בלוט האט זיך געגאסן אין די גאסן. קיינער איז נישט גערעכט און יעדער איז גערעכט.