סוכות - די וועג צו לעבן בשמחה! (פראקטיש)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

סוכות - די וועג צו לעבן בשמחה! (פראקטיש)

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אצינד שטייען מיר שוין אין די דערהויבענע טעג פונעם הייליגן יום טוב סוכות, דער זמן שמחתינו. ווי באקאנט האט אין זיך דער יום טוב עטליכע מצוות וואס השי"ת האט אונז געגעבן מקיים צו זיין אין דעם זמן, צום ערשט די מצוה פון סוכה, וואו דער איד לאזט איבער זיין גאנצע האב און גוטס, זיין גאנצע דירת קבע, און ער זעצט זיך אריין אינעם סוכה'לע דעם קליינעם, אריין אין דעם דירת עראי, וואס דארט גייען מיר אריין תחת כנפי השכינה, אינעם צילא דמהימנותא, די שאָטן פון די שכינה הקדושה. אזוי אויך האבן מיר די מצוה פון נטילת לולב און די ד' מינים וואס מיר בינדן צוזאמען און מיר נעמען זיי און שאקלען זיי אין די טעג.

ועל כולם האבן מיר דאָך די געוואלדיגע מצוה פון "וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגֶּךָ" וואס שטייט אין די תורה ביים יום טוב סוכות, און ווי די תורה הקדושה שרייבט ווייטער, שִׁבְעַת יָמִים תָּחֹג לַה' אֱלֹקֶיךָ וגו' וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ, אז מיר דארפן זיין פרייליך אינעם זמן שמחתינו.

וואס פארשטייט זיך אליינס אז די מצוה פון שמחה איז נישט בלויז 'נאך א מצוה' אויף די רשימה פון מצוות וואס מיר דארפן מקיים זיין אין די טעג, עס איז א מצוה וואס דארף פארנעמען די גאנצע מציאות און די גאנצע מהות פונעם מענטשן און איהם באגלייטן במשך דעם גאנצן טאג, דאס הייסט אז די שמחה דארף אונז אנפילן אינגאנצן און אונז באגלייטן בשעת'ן טוהן די אלע אנדערע מצוות פונעם יום טוב סוכות.

אויב אזוי לאמיר זיך אריינטוהן אביסל וואס איז טאקע פשט פון די מצוה, וואס פאר א שייכות האט עס צו די יעצטיגע זמן, און וויאזוי קומט מען צו דערצו?.

די מצוה פון ניסוך המים
און בזמן שבית המקדש היה קיים איז די יום טוב סוכות באשאנקן געווארן מיט נאך א ספעציעלע און גאר חשוב'ע מצוה אינעם בית המקדש, וואס דאס איז די מצוה פון 'נִיסוּך הַמַיִם' וואס מ'האט געגאסן אויפן מזבח, נאכן מקריב זיין דעם תָּמִיד שֶׁל שַׁחַר וואס איז געווען א קרבן עולה וואס מ'האט מקריב געווען יעדן טאג אינדערפרי, איז נאכן מקריב זיין דעם תמיד גיסט מען אויך 'נְסָכִים' אויפן מזבח, א גאנץ יאר פלעגט מען בלויז גיסן וויין אריין אין א ספעציעלע לאָך וואס איז געווען ביים ווינקל פון דער מזבח, אבער סוכות האט מען אויך געגאסן וואסער אויפן מזבח אין א ספעציעלע לאָך וואס איז געווען נעבן דער לאָך פון די וויין.

לכבוד די חשוב'ע און זעלטענע מצוה פון ניסוך המים, האט מען געפראוועט גאר א גרויסע און דערהויבענע שמחה אין די טעג פון סוכות אינעם בית המקדש יעדע נאכט חול המועד, וואס מען האט אנגערופן שמחת בית השואבה ביי וועלכע מען האט געטאנצן און געזינגן און זיך משמח געווען איידער מען איז געגאנגען אנשעפן די וואסער מקיים צו זיין די מצוה פון ניסוך המים. [שואבה איז א לשון פון שעפן, וואס פשוט פשט גייט דאס ארויף אויף די שמחה פון שעפן וואסער]. אין ירושלמי שטייט אז דעריבער האט עס געהייסן שמחת בית השואבה ווייל פון דארט האט מען געקענט שֶׁעפּן רוח הקודש דורך די געוואלדיגע קדושה וואס האט דעמאלטס געהערשט אין בית המקדש פון די הייליגע שמחה.

און ווי חז"ל זאגן אין די משנה אין מסכת סוכה (פרק ה' משנה א') "אָמְרוּ, כָּל מִי שֶׁלֹּא רָאָה שִׂמְחַת בֵּית הַשּׁוֹאֵבָה לֹא רָאָה שִׂמְחָה מִיָּמָיו" ווער עס האט נישט זוכה געווען צו זעהן די גרויסע שמחה פון שמחת בית השואבה, דער האט נאך קיין שמחה אין זיין לעבן נישט געזעהן...

וואס אגב, קען מען מדייק זיין אינעם לשון, יעדעס ווארט פון די הייליגע חכמים איז דאָך געמאסטן און געוואויגן, אויב אזוי פארוואס זאגן דאס חז"ל מיט א לשון שלילי, אז ווער עס האט דאס 'נישט' געזעהן דער קען דאס 'נישט' משיג זיין, א שפראך וואס מ'געפונט נישט געווענליך אין חז"ל, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין אז ס'איז געווען א שמחה גדולה ועצומה אֵין לשער, מען וואלט געדארפט ארויסברענגן וואס עס איז 'יא' געווען דארט.



די גויים וועלן בועט זיין אין מצות סוכה
איז איידער מיר גייען ווייטער, לאמיר לערנען א שטיקל גמרא וואס איז יעדן באקאנט, חז"ל זאגן אין מסכת עבודה זרה (דף ג.) אז לעתיד לבוא וועלן די גויים קומען מיט א טענה צום רבונו של עולם אז אויב ער וואלט זיי געגעבן תורה און מצוות מקיים צו זיין וואלטן זיי דאס געטוהן, און דעריבער וועלן זיי פארלאנגן אז ס'קומט זיי אויך שכר, וועט השי"ת ענטפערן "מצוה קלה יש לי וסוכה שמה, לכו ועשו אותה" איך האב א לייכטע מצוה, מ'קען עס מקיים זיין בחינם, דאס איז די מצוה פון סוכה, איר קענט דאס גיין מקיים זיין. די גויים וועלן טאקע לויפן אויפשטעלן זייערע סוכות און אריינגיין דערין, אבער דעמאלטס וועט דער אייבישטער ארויסנעמען די זון און עס וועט אנהייבן צו באקן מיט א שטארקייט און יעדער איינער פון זיי וועט געבן א שטויס זיין סוכה און ארויסגיין.

פרעגט די גמרא, וועט דען זיין א טענה אויף די גויים? מיר ווייסן דאָך דעם כלל אז "מצטער פטור מן הסוכה" און אפילו מיר אידן זענען נישט מחוייב צו בלייבן אין די סוכה ווען מען האט צער. ענטפערט די גמרא "נהי דפטור, בעוטי מי מבעטי?" אמת אז מיר ווערן טאקע פטור פון מצות סוכה אין א פאַל פון צער, אבער א איד איז דען בּוֹעֵט? ער שטויסט די סוכה ווען ער גייט ארויס?, אודאי נישט, א איד גייט ארויס מיט דרך ארץ און הכנעה אפילו ווען ער מעג ארויסגיין, דאגעגן דער גוי שטויסט.

וואס באמת דארף מען זיך פארטיפן אין דעם ענין, צו דען איז דאס די גאנצע חילוק צווישן דער איד און דער גוי? בלויז דער שטויס וואס דער גוי גיבט ביים ארויסגיין פון די סוכה דאס מאכט איהם ערגער פון אונז? און וואס ליגט אין דעם שטויס וואס חז"ל מאכן דערפון אזא עֵסֶק? עס קומט אונז געוויס לערנען א יסוד גדול אין קיום המצוות.



די חילוק צווישן א בעל גאוה און איינער וואס האט נישט קיין ישות
נאר איידער מיר קומען צו צום ענין, לאמיר מקדים זיין א שטיקל משל אין די נושא: עס זענען פארהאן צוויי סארטן אופנים וואס מיר געפונען ביי מענטשן וויאזוי זיי רעאגירן אין א שווערע מינוט, ווען זייערע גוטע פלענער זענען געווארן צושטעטרט און זאכן גייען נישט וויאזוי זיי האבן געוואלט.

לאמיר זאגן אז א מענטש האט געפלאנט צו נעמען זיין גאנצע משפחה אויף א רייזע קיין ארץ ישראל, מ'האט געהאפט און געווארט אויף א מעכטיגע נסיעה, א משפחה טריפ, און ס'וועט זיין אזאנס און אזעלעכס, מ'וועט פראווענען דארט דעם יום טוב אזוי געשמאק און דערהויבן, אבער ווען ס'קומט למעשה איז אונטערגעקומען א אומערווארטעטע שטרויכלונג, און דער פלאן גייט נישט קענען צושטאנד קומען.

א איד וואס איז עטוואס אויסגעארבעט און לעבט אביסל העכער, דער וועט זיך מחזק זיין און זאגן גם זו לטובה, ער וועט גלייבן ביי זיך און אויך ערקלערן פאר זיין משפחה אז עס איז אזוי באשערט און אלעס וואס דער באשעפער טוט איז גוט, און אזוי ווייטער. כאטש ס'קומט טאקע נישט אָן גרינג דאס מקבל צו זיין באהבה, און אסאך מאל דויערט עס צייט ביז ער בארואיגט זיך און ער קען דאס אננעמען בשלימות, אבער ער לעבט מיט אמונה און בטחון און צום סוף איז ער משלים מיט'ן מצב און ער איז עס מקבל.

אבער נאכדעם איז פארהאן אזא איינער וואס איז בּוֹעֵט, ער שטויסט, ער וועט אנגעצינדן מיט א כעס, און אלעס און יעדער איז שולדיג אז זיין פלאן ארבעט זיך נישט אויס, ער שרייט און ער שעלט, און זיין גאנצע משפחה ווייסט אז אָך און וויי איז צו דער וואס קומט יעצט אריין אין זיינע ד' אמות...

וואס איז די חילוק צווישן די צוויי סארט מענטשן?, דער צווייטער איז איינער וואס איז א גאנצע 'יֶשׁ' ביי זיך, ער איז אנגעפילט מיט גאוה און יֶשׁוּת, און דעריבער ווערט ער אזוי אויפגערעגט ווען זאכן גייען נישט זיין וועג. ניין איז נישט קיין אפציע ביי איהם, וואס הייסט? 'איך' האב דאָך געהאט א פלאן, 'איך' האב געוואלט אזוי און אזוי, 'איך' האב ערווארטעט כך וכך, און ממילא איז ער נישט גרייט משלים צו זיין מיט'ן מצב ווען זאכן פירן זיך אנדערש ווי ער האט געוואלט.

אבער ווען א איד לעבט מיט בִּיטוּל הַיֶשׁ, מיט וואס ווייניגער גאוה און אנוכיות, ער ווייסט אז ער איז נישט דער בעל הבית נאר ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט און אָן זיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר, אזא איינער איז העכער פון אלע ערווארטונגען, ער קען פארנעמען ווען פון הימל ווייזט מען איהם א ניין, און זיין רעאקציע איז אויף באשיידענע און נארמאלע וועג, ווייל ער פארנעמט נישט אזא גרויסע אָרט ביי זיך אליינס, און ער ווערט נישט אזוי בארירט אויב ער קען נישט אויספירן זיינע פלענער.

און ס'איז איבריג צו זאגן אז דאס לעבן פון אזא איינער איז אסאך זיסער און גרינגער ווי דער וואס איז געפאנגן אינעם נעץ פון זיין גאוה און זיין ישות, ווייל ווען א איד לעבט מיט ביטול און הכנעה איז איהם גרינגער אלעס מקבל צו זיין באהבה און בשמחה.



דער גוי שלעפט אריין זיין גאוה אפילו אין א מצוה
און דאס איז טאקע דער ענין פון די גויים ביים מקיים זיין די מצות סוכה לעתיד לבוא, די מהות פון א גוי איז איין שטיק גאוה, אני ואפסי, און אפילו ווען ער גייט מקיים זיין א מצוה, קומט עס אויך מיט די גאוה אינאיינעם און אלעס דרייט זיך בלויז ארום איהם, ער ברענגט מיט די גאנצע 'איך' אין די סוכה. און ממילא ווען 'איך' טוה א מצוה און 'איך' וויל יעצט זיצן אין סוכה, אויב פלוצלינג הייבט אָן די זון צו באקן, ממילא שטויסט מען די סוכה מיט כעס, ווייל 'איך' קען נישט יעצט טוהן ווייטער דאס וואס 'איך' האב געפלאנט.

דאגעגן ווען א איד זיצט אין סוכה, איז עס נישט 'איך' וואס טוט יעצט עפעס, און מיר זוכן נישט צופרידנצושטעלן דעם 'זיך' מיט'ן זיצן אין סוכה, כלל ישראל זיצט אין סוכה נאר כדי צו טוהן דעם רצון השי"ת, און אויב שטעלט זיך ארויס אז דער רצון ה' איז עפעס אנדערש ווי וואס מיר האבן זיך געראכטן, זענען מיר דאס מקבל באהבה. און אפילו ווען א איד גייט ארויס מיט א שווער הארץ, אפילו אויב ער האט שווער געארבעט און געהארעוועט אהערצושטעלן א סוכה, און צום סוף שיקט דער אייבישטער א מצב פון מצטער פטור מן הסוכה, ווייסט אבער דער איד אז ער איז בלויז דא אויף צו טוהן דעם רצון ה', און דער זעלבער באשעפער וואס האט באפוילן אז מיר זאלן אריינגיין אינעם סוכה, ער קען אונז אויך ארויסשיקן, און אונזערע חשבונות זענען גארנישט מעלה און מוריד דא.

קומט אויס אז עס איז נישט בלויז 'דער שטויס' וועס דער גוי גיבט ביים ארויסגיין פון די סוכה, נישט דארט שטעקט דער חילוק צווישן דער איד און דער גוי, נאר דער שטויס ווייזט אויף זיין פנימיות, אויף זיין גאנצע מהות, אז ער איז בכלל נישט ראוי מקיים צו זיין א ציווי ה' וויבאלד ער קומט מיט זיין גאנצע ישות און גאוה אפילו צו א מצוה, ער איז נישט מסוגל צו זיין א כלי וואס קען מקבל זיין רוחניות אין זיך, ער איז ליידיג פון די גאנצע מציאות. מה שאין כן א איד וואס שטויסט נישט, ווייזט דאס אז זיין גאנצע פנימיות איז אויסגעשטעלט צו טוהן דעם רצון ה' און ער קומט מקיים זיין א מצוה מיט הכנעה און התבטלות אָן קיין אייגענע חשבונות און השגות פאר זיך.



ווען מען איז הייליג און ריין איז מען זוכה צו התבטלות און שמחה
און באמת, דאס איז טאקע די ענין פון שמחה אינעם יום טוב סוכות! ווען אידישע קינדער זענען אדורכגעגאנגען אזעלכע הייליגע טעג פון ראש השנה, עשרת ימי תשובה, און יום הקדוש, אין וועלכע מיר האבן ממליך געווען דעם אייבישטער און מקבל געווען אויף זיך עול מלכות שמים, און דערנאך עוסק געווען אין תשובה און תיקון המעשים, און זוכה געווען צו מחילת עוונות און טהרה, אין אזא זמן ווערט מען דערהויבן און געהייליגט ברוחניות, און דעמאלטס ווערט מען טאקע אלס מער אויס 'זיך'... ווייל וואס מער אויסגעלייטערט און העכער א איד ווערט, אלס מער ווערט פארשוואונדן זיין גאוה, זיין עצמיות און אנוכיות, און ער וועט אינגאנצן בטל ומבוטל צום אייבישטער.

און טאקע אין אזא מצב, ווען עס הערשט א ביטול היש און עניוות, דעמאלטס קומט דער זמן שמחתינו. דער יום טוב סוכות איז א שמחה פונעם בורא כל העולמים, מיר זענען געסט וואס זענען געלאדענט אריינצוקומען בצילא דמהימנותא און זיך מיטפרייען מיט הקדוש ברוך הוא'ס שמחה, ווי די תורה הקדושה זאגט אין פרשת אמור "וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים", עס איז א שמחה וואס באלאנגט צום אייבישטער, עס איז כביכול זיין שמחה, און מיר קענען נאר קומען אנטייל נעמען ווען מיר זענען אינגאנצן בטל ומבוטל צום אייבישטער. ווייל איינער וואס איז פארנומען מיט זיך און איינגעזינקען אין די אייגענע עצמיות פון 'אני ואפסי' דער איז בכלל נישט מסוגל צו קיין שמחה, אן איבערהויפט ווען עס קומט זיך 'מיטצופרייען' מיט יענעמ'ס שמחה דאס איז דאָך אינגאנצן נישט קיין מציאות ביי א בעל גאוה [אפילו נישט מיט די שמחה פון א בשר ודם, ווי מיר זעען דאס כסדר וואס פאר א פנים ס'האט ווען א מענטש קומט צו זיין חבר'ס שמחה מיט אייגענע נגיעות און חשבונות פון כבוד וכדומה, וואס ס'פּאַסט איהם יא און וואס ס'פּאַסט איהם נישט, אזא איינער איז זיך בכלל נישט משתתף באמת ביי יענעמ'ס שמחה]. על אחת כמה וכמה ווען מ'רעדט פונעם אייבישטער'ס שמחה, א הייליגע רוחניות'דיגע שמחה דאס איז מען נישט מסוגל מיטצוהאלטן באמת, נאר אויב מ'איז אינגאנצן בטל
ומבוטל, מען פארנעמט נישט קיין אייגענעם ארט און מ'האט נישט קיין אייגענע חשבונות.



די מצוה פון ניסוך המים ווייזט אויף שפלות און התבטלות
און דאס קען טאקע זיין א רמז אין די מצוה פון ניסוך המים אינעם יום טוב סוכות, ווי חז"ל זאגן אז וואסער איז מרמז אויף שפלות און עניוות, "מה מים מניחין מקום גבוה והולכין למקום נמוך" וואסער האט א טבע אז עס רינט אלעמאל אראפ צו נידריגע פלעצער, ווי אויך האט עס נישט קיין אייגענע עצמיות, נאר עס איז אינגאנצן בטל און לאזט זיך רינען אין יעדן ווינקל און אין יעדן אָרט אָן קיין שום התנשאות און גאוה.

און דאס סימבאליזירט די גאנצע מהות און די תוכן פונעם יום טוב סוכות, דער יום טוב ווען א איד ווערט אינגאנצן בטל ומבוטל און נמשך נאכן אייבישטער, ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אויפן פסוק (שיר השירים א') "מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה הֱבִיאַנִי הַמֶלֶךְ חֲדָרָיו נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ" אז דאס גייט ארויף אויפן יום טוב סוכות ווען השי"ת איז אונז מקרב צו זיך און ברענגט אונז אריין אונטער זיין הייליגן שאָטן, אין די הייליגע סוכה, און דעמאלטס פרייען מיר זיך מיט מיט איהם, נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ. און דאס איז טאקע נאר ווען א איד לאזט זיך ברענגן, ער איז זיך מבטל צום אייבישטער און האט נישט קיין אייגענע רצונות און אייגענע חשבונות, און נאר דעמאלטס קען ער זיך מיטפרייען מיט'ן רבונו של עולם.

און טאקע לכבוד אט די גרויסע מצוה פון ניסוך המים האט מען געטאנצן און זיך געפריידט אין בית המקדש, אינעם מקום פון השראת השכינה, דארט זענען געקומען די גדולי ישראל און זיך מבטל געווען און נישט געקוקט אויף זייער כבוד ווי חז"ל דערציילן באריכות, עס האט יעדן איינעם אלעס געפּאַסט, ווייל דארט איז געווען די שפיץ ענוה און התבטלות פארן בורא עולם.
און ווי פאסיג איז דאס מיט די ווערטער פונעם רמב"ם אויפן פלאץ (סוף הלכות לולב) וואס ברענגט ארויס לגבי די גרויסע שמחה פון שמחת בית השואבה און יעדע שמחה של מצוה, אז ווען ס'קומט צו די שמחה של מצוה איז נישט קיין פלאץ צו נעמען כבוד, אדרבה מ'דארף זיך מְבַזֶה זיין און מבטל זיין אינגאנצן ווען ס'קומט צו די כבוד פונעם אייבישטער.

און דער רמב"ם שרייבט ווי פאלגענד: די שמחה וואס א מענטש דארף זיך פרייען צו קענען טוהן א מצוה און מיט ליבשאפט צו השי"ת וואס האט אונז באפוילן די מצוה, דאס איז א גרויסע עבודה, און ווער עס האלט זיך צוריק פון די שמחה איז ראוי צו באקומען א שטראף ח"ו, ווי עס שטייט אין פסוק תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב, אז די תוכחה וועט קומען ח"ו צוליב דעם וואס מ'האט נישט געדינט השי"ת בשמחה. און ווער עס האלט זיך גרויס און גיבט זיך אליינס אפ כבוד אין אזעלכע פלעצער (ווען מ'פריידט זיך לכבוד השי"ת) דער איז א חוטא און א שוטה, און אויף דעם האט שוין שלמה המלך ע"ה אנגעוואָרנט (משלי כ"ה) אַל תִּתְהַדַר לִפְנֵי מֶלֶךְ, אז מ'טאר זיך נישט באשיינען פארן אייבישטער. אדרבה, דער וואס איז זיך משפיל, ער גרינגשעצט אין זיך ווען ס'קומט צום אייבישטער'ס כבוד, דער איז א גרויסע און מכובד'יגע מענטש וואס דינט השי"ת מיט ליבשאפט. און אזוי געפונען מיר ביי דוד המלך ע"ה וואס ער האט געזאגט ווען ער האט זיך מבזה געווען מיט'ן טאנצן פארן ארון, "וּנְקַלֹתִי עוֹד מִזֹאת וְהָיִיתִי שָׁפָל בְּעֵינָי" אז אפילו אויב ער וואלט זיך נאך מער פארשעמט און ביליג געמאכט, וואלט דאס געווען א גרעסערע כבוד, ווייל ס'איז נישט דא אזא גרויסקייט און כבוד ווי זיך צו פרייען פארן אייבישטער, ווי מיר געפונען טאקע אז דוד המלך האט אזוי געטוהן, ווי עס שטייט (שמואל ב' ו') הַמֶלֶךְ דָוִד מְפַזֵז וּמְכַרְכֵּר לִפְנֵי ה' אז דוד המלך האט געטאנצט מיט פארשידענע תנועות און טענץ פארן אייבישטער...



א בעל גאוה איז קיינמאל נישט צופרידן באמת
און נחזור לעניננו, אין צוגאב צו דעם אלעם, איז באקאנט אז וואס ווייניגער א מענטש איז פארנומען מיט 'זיך' און מיט זיינע געברויכן און רצונות, אלס מער וועט ער קען מרגיש זיין שמחה און צופרידנקייט, וואס מער ריין און לויטער די פנימיות פון א מענטש איז, אלס מער איז ער מסוגל צו קענען זיין א כלי מחזיק ברכה פון שמחה. און ווי מיר האבן דערמאנט פריער ביים משל פון די צוויי מענטשן וואס רעאגירן אנדערש ווען זייערע פלענער ווערן צושטערט, ווי גליקליך איז דער וואס לעבט מיט התבטלות און ענוה, ער איז אלעמאל צופרידן, אלעמאל פרייליך, און ווערט נישט איבערגענומען פון יעדע קלייניגקייט.

און נאר כדי לשַׂבֵּר את האוזן, צו געבן א שטיקל באגריף אין דעם ענין, איז כדאי צו דערמאנען א מעשה וואס עס האט דערציילט א חשוב'ע מגיד שליט"א, וואס איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה אין די טעג נאך פסח.

דערציילט דער בעל המעשה: איין טאג ווען מיר זענען געגאנגען צווישן די שמאלע געסלעך אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, האט פלוצלינג אנגעהויבן שטארק צו רעגענען, א זאך וואס איז זייער זעלטן פאר יענע תקופה אין יאר אין ארץ ישראל, און דעריבער זענען מיר טאקע געכאפט געווארן אומגעראכטן, אָן קיין שירעמעס אדער רעגן מאנטלען אונז צו באשיצן פונעם גאָס רעגן וואס איז געווארן שטערקער פון מינוט צו מינוט. אזוי זענען מיר געשטאנען פארלוירן און הילפסלאז, ווען מיר ווערן ממש אדורכגענעצט פון די וואסער וואס איז גערינען פון די דעכער און די באלקאנען, אָן קיין פלאץ צו אנטלויפן.

פלוצלינג עפנט זיך די טיר פון עפעס א ירושלימ'ע דירה'לע און ביים טיר שטייט א אידענע מיט אירע קינדער, און ווען זי זעהט אונז, רופט זי צו אונז אז מיר זאלן אריינקומען אינעווייניג צו איר אין שטוב און וואַרטן דארט ביז ס'הערט אויף צו רעגענען. קיין סאך ברירות האבן מיר נישט געהאט, און מיר זענען אריין צו איר אין שטוב זיך צו באשיצן אביסל פון די רעגן.

אריינקומענדיג אינעווייניג האט זיך אנפלעקט פאר אונזערע אויגן א בילד, א מחזה וואס מ'קען נישט שילדערן מיט ווערטער... די דירה איז געווען א קליינע ארימע הייזקע, און פון עטליכע פלעצער האט אריינגערעגנט אין די הויז, פשוטו כמשמעו, עס זענען געווען לעכער אינעם דאַך און עס האט אריינגערעגנט א שפע פון וואסער. די קינדער האבן בכלל נישט אויסגעזעהן איבערראשט אדער אומבאקוועם דערוועגן, נאר זיי זענען געשטאנען דארט מיט די גרעסטע מאָס רואיגקייט מיט שיסלעך און פארשידענע כלים און אונטערגעלייגט אז דאס וואסער זאל אריינרינען אין זיי.

ווען די מאמע האט געזעהן ווי מיר קוקן מיט וואונדער, רופט זי זיך אָן מיט א שמחה "נעה, ס'איז גארנישט, ס'איז אביסל גשמי ברכה... עס איז רעגן פון חודש אייר וואס ווערט געברענגט אין ספרים אז ס'איז מסוגל פאר א רפואה, און מיר נעמען דאס צוזאם און מיר לייגן דאס אוועק!", מיט די גרעסטע שלוות הנפש כאילו מ'וואלט ווען גערעדט פון עפעס א מילתא דפשיטא און נישט זיי מיינט מען בכלל... נישט מער און נישט ווייניגער נאר עס מבול'ט אריין אין זייער היים, אבער זיי צוקראצן זיך בכלל נישט וועגן דעם, די שמחה איז גרויס, מען כאפט גשמי ברכה און רעגן-וואסער ביי זיך אין דיינונג רום, און ס'איז נאך א סגולה און א שמחה אויך.

דער מגיד דערציילט ווייטער, איך און מיין ווייב האבן זיך אזוי איבערגעבליקט שטילערהייט צווישן זיך אז אפשר וואלט געווען כדאי צו געבן א נדבה פאר די נויטבאדארפנדע משפחה וואס האט ווארשיינליך נישט קיין געלט צו פאררעכטן זייער דאַך. אבער ווען די בעלת הבית האט פארשטאנען וואו מיר צילן, האט זי זיך תיכף אנגערופן מיט א פשטות און געזאגט אז זיי דארפן נישט קיין געלט און ס'איז בכלל נישט אזוי וויכטיג, עס רעגנט דאָך נישט אזוי אָפט אין ירושלים, און במשך רוב חדשים פונעם יאר האבן זיי בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די לעכער אינעם דאַך, און דאס ביסל ווען עס רעגנט יא איז נישט געפערליך און זיי געבן זיך גרינג אן עצה. "עס איז אבער דא אנדערע משפחות דא אינעם זעלבן חצר וואס האבן ממש נישט קיין לחם לאכול, זיי דארפן דאס געלט אסאך וויכטיגער ווי אונז; אויב איר ווילט, דאן גיבט מיר געלט פאר זיי, איך וועל עס זיי גערן איבערגעבן"...

דער איד פירט אויס, איך האב מיך כמעט געדארפט ציפן צו זעהן אז איך חלום נישט! איך האב דעמאלטס בייגעוואוינט אן ערשיינונג וואס ווען איך זעה עס נישט מיט מיינע אויגן וואלט איך עס בכלל נישט געגלייבט. איך האב געזעהן וויאזוי א מענשט קען זיין צופרידן מיט גארנישט! א קליינע ארימע דירה, ס'איז קאלט און נאַס און עס רעגנט אריין פונעם דאַך, אבער די צופרידנקייט און די שמחה איז געווען עד לב השמים, די מאמע מיט די קינדער זענען רואיג און פרייליך מיט די גשמי ברכה. עס פעלט זיי עפעס? ניין חס ושלום! פאר די ארימע שכנים פעלט אפשר, אבער פאר זיי? זיי האבן פון אלעם גוטן, און מ'גיבט זיך אן עצה ברוך השם.

לאמיר זיין אמת'דיג און אויפריכטיג מיט זיך און אריינקלערן, וויפיל מאל באגעגענען מיר מענטשן וואס האבן די גרעסטע שפע פון גשמיות און עולם הזה, די שענסטע הויז, די שענסטע קאר, די שענסטע מלבושים, אבער זיי זענען די ווייטסטע פון שמחה און פון צופרידנקייט, עס איז כרחוק מזרח ממערב. אבער דער ארימאן וואס איז א אמת'ע שמח בחלקו, ביי איהם קען אריינרעגענען איבערן קאפ און ער איז גליקליך און צופרידן און פעלט איהם ממש גארנישט!



עס איז א שמחה וואס מ'קען בכלל נישט מסביר זיין
און דאס איז די יסוד פון שמחה אינעם יום טוב סוכות, דעמאלטס ווען מיר זענען בטל ומבוטל, מיר פארגעסן אביסל פון זיך אליינס, מיר לאזן איבער די שיינע דירת קבע און מיר וואַנדערן ארויס צום קליינעם סוכה, מיר וואוינען עראי'דיג און ארים, עס רעגנט אריין פון אויבן, יעצט קען מען זיך פרייען מיט א רוחניות'דיגע און שלימות'דיגע שמחה!.

און טאקע דערפאר זאגן אונז חז"ל כָּל מִי שֶׁלֹּא רָאָה שִׂמְחַת בֵּית הַשּׁוֹאֵבָה לֹא רָאָה שִׂמְחָה מִיָּמָיו, וואס מיר האבן מדייק געווען אז לכאורה וואלט געדארפט שטיין א לשון וואס ברענגט ארויס ווי גרויס און ווי שטארק די שמחה איז געווען, און פארוואס שטייט פארקערט ווי שטארק מ'קען נישט מסביר זיין די שמחה.

נאר חז"ל ווילן אונז טאקע לערנען אט דאס, אז די שמחה וואס האט דעמאלטס געהערשט אין בית המקדש איז באמת געווען א זעלטענע שמחה, א דעהויבענע שמחה וואס האט נישט דאס גלייכן אין עולם הזה! עס איז געווען א ריינע שמחה וואו גאנץ כלל ישראל אין שפיץ פון די גרעסטע גדולי הדור זענען זיך צוזאמגעקומען פיל מיט ביטול און ענוה, אָן קיין שום ברעקל פון ישות און גאוה, אָן קיין שום געפיל פון 'זיך' און התנשאות, און עס איז טאקע געווען א בחינה פון כָּל מִי שֶׁלֹּא רָאָה שִׂמְחַת בֵּית הַשּׁוֹאֵבָה לֹא רָאָה שִׂמְחָה מִיָּמָיו, ווייל ווער עס האט דאס נישט אליינס בייגעוואוינט און מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, דער קען דאס בשום אופן נישט משיג זיין, ווייל ס'איז נישט פארהאן נאך אזא שלימות'דיגע און ריינע שמחה אין די גאנצע וועלט!.



די עבודה צו לעבן העכער און צופרידן
און דאס איז אונזער עבודה עד היום הזה אין די טעג פון זמן שמחתינו, זיך אנכאפן אין די רוח טהרה וואס השי"ת האט אונז געשענקט אין די ימי הרחמים והרצון, צוקומען צו ביטול היש, אוועקלייגן די אלע נישטיגע און אויפגעבלאזענע חשבונות פונעם עבר, און זיך פראבירן צו דערהייבן העכער פון דעם. אוועקלייגן דעם זיך, אוועקלייגן די גאוה און גרויסקייט, און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבישטער.

און ווען א איד איז זוכה דערצו, צו לעבן העכער, צו לעבן מיט התבטלות און הכנעה, און נישט זיין אריינגעטוהן בלויז אין זיך אליינס, איז אויסער זיין שמחה און צופרידנקייט וואס ער וועט זוכה זיין עַד אין שיעור וערך, וועט איהם אויך דעמאלטס אנקומען אסאך גרינגער און זיסער צו לעבן בשלום ובאחדות מיט אנדערע, צו זעהן די מעלות פון יעדעם איינעם, און אנערקענען אז יעדער מענטש איז אייגנאַרטיג און האט זיך זיינע אייגענע חשיבות און זיין ספעציעלע מקום. ווייל וואס מער מ'ציפט אראפ פון זיך, בלייבט איבער פלאץ אין אונזער הארץ פאר אנדערע, מ'לעבט א לעבן פריי פון קנאה און שנאה, פריי פון חשבונות און איינרעדענישן בנוגע דעם און יענעם, און מ'איז זוכה צום שֶׁנִרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרוֹ וְלֹא חֶסְרוֹנוֹ.

און אזויווי מיר געפונען טאקע איינס פון די עבודות פונעם יום טוב סוכות אז מ'נעמט די ד' מינים און מ'בינדט זיי צוזאם. כאטש זיי זענען פיר באזונדערע סארטן, דער אתרוג וואס איז א כליל א מעלות פיל מיט טעם און ריח, אינאיינעם מיט'ן לולב וואס קומט פון א טייטל-בוים וואס אירע פירות האבן נאר א טעם אבער נישט קיין ריח, דער הדס האט א גוטע גערוך אבער נישט קיין טעם, און דער ערבה האט אין זיך גארנישט, וואס ווי חז"ל זאגן שוין איז דאס מרמז אויף אלע סארטן אידן אין פארשידענע מדריגות.

אבער ווען עס קומט סוכות, אינעם זמן שמחתינו ווען מיר זענען אויסגערייניגט און אויסגעלייטערט, דאן קענען מיר צוזאמנעמען די אלע סארטן אידן און מאכן פון זיי אן אגודה אחת, איין גרויסע בינטל, און וויסן און פארשטיין אז יעדער איינער איז חשוב און טייער און יעדער האט זיך זיין ספעציעלע מקום.

און די זעלבע איז מיט'ן סוכה, א סוכה באשטייט פון פיר ווענט, מזרח מערב צפון און דרום, בעצם זענען זיי טאקע פיר באזונדערע ווענט, אבער מיר מוזן זיי צוזאמברענגן, און נאר ווען מ'באהעפט זיי און מ'ברענגט זיי צוזאמען ווערט פון דעם א כשר'ע סוכה. און ווי עס שטייט שוין אין ספרים הקדושים דער רמז, אז א סוכה האט אין זיך דער ענין פון אחדות ווי חז"ל זאגן (סוכה דף כ"ז:) "כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, מלמד שכל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת", גאנץ כלל ישראל איז ראוי צו זיצן אין איין גרויסע סוכה.

און די זעלבע זאך איז די געהויבענע טענץ און רינגען פון שמחת בית השואבה, וואס ווערן צוזאמגעשטעלט דווקא מיט'ן כוח הרבים. איין מענטש אליינס קען נישט שאפן קיין רינג, ער קען נישט מאכן א שיינע און גרויסע טאנץ. דווקא ווען מ'האט התבטלות און מ'כאפט זיך אָן האנט ביי האנט מיט נאך אסאך אנדערע מענטשן אינאיינעם, מ'מאכט אן אגודה אחת וואו יעדער האט א מקום, יעדער קען אריינקומען, און יעדער האט דארט אן אחיזה, פון דעם ווערט א שיינע טענצל און א אמת'דיגע שמחה.

און דאס איז די מוסר השכל און די עבודה וואס מיר דארפן ארויסנעמען פון דעם יום טוב! וואס מער התבטלות פון אונזער זייט, נישט זיין אזוי שטארק אריינגעטוהן אין זיך, נאר אלס מער זיך באהעפטן צו כלל ישראל, צו זעהן א צווייטן, פארשטיין אנדערע, האבן אהבת חברים, עין טובה, קירוב לבבות, לעבן העכער און לויטערער באהבה ואחוה ושלום וריעות, און דעמאלטס איז מען טאקע זוכה מרגיש צו זיין די שמחה גדולה ועצומה פון "נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ".

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר