בלאט 1 פון 1
וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:03 am
דורך טמיר
לכבוד זמן שמחתינו וואלט איך געוואלט שטעלן די פאלגענדע challenge. שטעל דיך פאר אז א כל יכול קומט צי דיך און זאגט "קענסט דיך אויסוועלן איין זאך און עס וועט מקיים ווערן", וואס וואלסטו דיך אויסגעוועלט? כ'רעד נישט פון עפעס וואס האלט אהן פאר א לאנגע צייט, ווי עשירות, געזונט וכדו', נאר פון א קורץ טערמיניגע זאך/הנאה. למשל א מאלצייט אין עפעס א טייערע רעסטוראנט, א מעכטיגע אייזקריעם מיט וויניס קראנטש וכו', א מאסיווע עמיוזמענט רייד, א מיטינג מיט קים יונג אן וכדומה. אדער קען עס זיין מער א רחניותדיגע זאך: אדורכלערנען א סוגיא כדבעי, וכדו'. אבער איין וויכטיגע תנאי, דארפסט דיך האלטן צי איין זאך, נישט אפאר זאכן אויפאמאל. למשל א ראמאנטישע מאלצייט אין א טייערע רעסטוראנט מיט א פערפארמענס פון עפעס א גרויסע זינגער, דאס איז דריי באזינדערע זאכן און איז אסור בהחלט.
אויך וויל איך עס צוטיילן אויף 2 אפציעס. איינס איז א קורצע הנאה, מאקסימום א שעה. די צווייטע איז א לענגערע, מאקסימום א וואך.
איך בעט דער עולם זאל אריינקומען מיט דורכגעטראכטע זאכן, און נישט שיסן וויצן (אפילו גוטע). (אקעי איך בעט שוין צופיל זאכן. זאגסטו איך זאל מיך פרייען אז כ'העל באקריגן א לייק)
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:07 am
דורך טמיר
ובזה החלי בעזהש"י.
די לענגערע וואנטש איז א וואך צייט באזוך ביי
https://www.masaimara.com/ מאסא מארא סאפארי.
די 1 שעה'דיגע וואונטש איז זיך טרעפן מיט "מי אני". כ'ווייס נישט אויב כ'וועל קענען שמועסן מיט עם, אבער סתם אבזעווירן און אביסן טשעטן איז אויך גוט
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:16 am
דורך טמיר
פארגעסן א וויכטיגע תנאי. עפעס וואס גייט האבן אן עפעקט אויף שפעטער אויף סיי וואספארא וועג (אויסער חלומען גוט) איז אסור פונקט ווי א לאנג טערמיניגע זאך! למשל, האבן א הימלדיגע פארברענג מיט די ווייב, און אינטערן באוואסטזיין וויל ער אז זי זאל קומען צום טעם לאורך ימים ושנ"ט, דאס איז עצת היצר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:48 am
דורך טראלל
איך האב נישט קיין איין וואונטש וואס גייט אריין אין דעם כלל, אבי אן עקספיריענס וואס האלט אן מאקסימום א וואך און דערנאך גיי איך צוריק צו זיין פונקט דער זעלבער מענטש ווי פריער?! נאר דאס זיך דאס פארשטעלן קומט מיר צו ברעכן. והלא הדברים קל וחומר, מה דאך ווען איך וואטש א מאווי פון 2 שעה בין איך דערנאך איין שטיק existential crisis ביז'ן נעקסטן טאג, קל וחומר א וואך צייט. באמת זענען דיינע משלים ווי א מיטינג מיט מי אני אדער קים יאנג און אויך נישט אין דעם כלל ווייל דו פוינט איז דאך צו באקומען א ברייטערן בליק אויף נאך עפעס א ניעש אינעם היומען עקספיריענס, דארף מען וואוסן.
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:50 am
דורך טמיר
טראלל האט געשריבן:איך האב נישט קיין איין וואונטש וואס גייט אריין אין דעם כלל, אבי אן עקספיריענס וואס האלט אן מאקסימום א וואך און דערנאך גיי איך צוריק צו זיין פונקט דער זעלבער מענטש ווי פריער?! נאר דאס זיך דאס פארשטעלן קומט מיר צו ברעכן. והלא הדברים קל וחומר, מה דאך ווען איך וואטש א מאווי פון 2 שעה בין איך דערנאך איין שטיק existential crisis ביז'ן נעקסטן טאג, קל וחומר א וואך צייט.
טא וואס איז דיין ציל אין לעבן? נאר עולם הבא?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 12:55 am
דורך טראלל
עולם הזה וואס פירט צו עולם הבא. די זעלבע איז מיט'ן ציל פון א דעיט (ראמאנטישע מאלצייט כלשונך), די ציל איז סיי די עצם דעיט און סיי דאס וואוקס אינעם רילעישנשיפ וואס קומט דערפון ארויס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:09 am
דורך קהל'ס נער
איך וואלט געבעטען צי קענען עסן אנלימיטעד, פאר די שעה׳יגע ווינטש. און פאר די וואכיגע וואונטש איז צי האבן אנלימיטעד…. (ווי פלעגט מיכאל זאגן ״אויב די טראכסט וואס איך טראכט ביסטו אזא מין חזיר״

)
ס׳קומט נאך דיינע תנאים, טמיר?
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:12 am
דורך טמיר
קהל'ס נער האט געשריבן:איך וואלט געבעטען צי קענען עסן אנלימיטעד, פאר די שעה׳יגע ווינטש. און פאר די וואכיגע וואונטש איז צי האבן אנלימיטעד…. (ווי פלעגט מיכאל זאגן ״אויב די טראכסט וואס איך טראכט ביסטו אזא מין חזיר״ [emoji38] )
ס׳קומט נאך דיינע תנאים, טמיר?
כ'פארשטיי נישט, וואס האסטו בעסער ליב, עסן אדער די מצוה? בעהט יענץ פאר א וואך פלוס א טאג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 1:46 am
דורך וואלווי
שעה: טעם מיתה נשיקה
וואך: וואס קהל'ס וויל פאר די שעה..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 4:41 am
דורך שפילער
יעדע צווייטע אשכול דא רעדט מען פון ס**קס. א ווינדער די פילטערס בלאקן קאווע שטיבל?
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:04 am
דורך ואם תאמר
שעה א שמיעס מיט די רמב״ם וואו אזוי ער קוקט אן אונזער סיסטעם.
א וואך צי נאכזאגן פאר אנדערע וואס ער האט געזאגט
נאך א וואך וועל איך ממילא נימוס ווערן פון דעם שמיעס…
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:06 am
דורך הרב שיף
איין שעה צו ווערען זייער קלוג, צו קענען מאכען א דיסיזשען וואס צו וועלן פאר די וויקענד.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:32 am
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן:יעדע צווייטע אשכול דא רעדט מען פון **** א ווינדער די פילטערס בלאקן קאווע שטיבל?
פון וואס פון עסן?
אה די טראכסט פון ס*ס, אז דיין קאפ פארט דארט איז עס דיין פראבלעים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 8:29 pm
דורך פונדאַמענטאַל
א קורצע בליק אריין אין עולם העליון, צו זעהן ווי אלע סארטן מיינונג זאגער - מנהיגים/ צדיקים/ קנאים/ און אויפגעקלערטע - לעבן אין אן עולם האמת ווי אלע זייערע שיטות דעות און אגענדעס זענען להבל דמה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 10:27 pm
דורך צוזאמגעדרייט
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:א קורצע בליק אריין אין עולם העליון, צו זעהן ווי אלע סארטן מיינונג זאגער - מנהיגים/ צדיקים/ קנאים/ און אויפגעקלערטע - לעבן אין אן עולם האמת ווי אלע זייערע שיטות דעות און אגענדעס זענען להבל דמה.
אויב דו ביסט אזוי זיכער וואס דו גייסט דארט זעהן, דאן וואס איז אזוי אינטערעסאנט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 1:13 am
דורך שמעקעדיג
שפילער האט געשריבן:יעדע צווייטע אשכול דא רעדט מען פון ס**קס. א ווינדער די פילטערס בלאקן קאווע שטיבל?
גלייב מיר הייליג, נישט דאס איז די סיבה וואס קאווע שטיבל איז געבלאקט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:02 am
דורך טראלל
שמעקעדיג האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:יעדע צווייטע אשכול דא רעדט מען פון ס**קס. א ווינדער די פילטערס בלאקן קאווע שטיבל?
גלייב מיר הייליג, נישט דאס איז די סיבה וואס קאווע שטיבל איז געבלאקט.
און וואס איז יא די סיבה? איך פרעג דווקא דיך ווייל איך מיין אז דו ביזט פון די מערסט "פרא-אידישקייט" ניקים אזוי צו זאגן (באמת זענען מיר אלע פרא-אידישקייט אבער דו ווייסט וואס איך מיין) אויב נישט דער מערסטע (פון די אקטיווע עכ"פ), וואלסטו דאס בעסטע געקענט פינפוינטן די אישו פון זייער פערספעקטיוו.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:05 am
דורך קהל'ס נער
טראלל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:יעדע צווייטע אשכול דא רעדט מען פון ס**קס. א ווינדער די פילטערס בלאקן קאווע שטיבל?
גלייב מיר הייליג, נישט דאס איז די סיבה וואס קאווע שטיבל איז געבלאקט.
און וואס איז יא די סיבה? איך פרעג דווקא דיך ווייל איך מיין אז דו ביזט פון די מערסט "פרא-אידישקייט" ניקים אזוי צו זאגן (באמת זענען מיר אלע פרא-אידישקייט אבער דו ווייסט וואס איך מיין) וואלסטו דאס בעסטע געקענט פינפוינטן די אישו פון זייער פערספעקטיוו.
אינז זעמיר אלע דא פרא-יודישקייט, די צוויי אנטי יודישקייט ניקים זענען שוין אויסגעשפארט.
לכאורה מיינסטו צי זאגן פרא-סיסטעם, דארף מען דאס קלארשטעלן, ווייל סיסטעם מיט יודישקייט האט קיין שייכות נישט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:17 am
דורך טראלל
כ'האב בכוונה נישט גענוצט די טערמין פרא-סיסטעם ווייל ס'קען מיינען טויזענט זאכן, אין א וועג איז אייוועלט אויך אנטי-סיסטעם ווייל זיי נוצן אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, און פון די אנדערע זייט זענען מיר אלע פרא-סיסטעם ווייל מיר רעדן אידיש. פרא-אידישקייט מיינט זייער א ספעציפישע זאך וואס איך האב נישט קיין אנדערע וועג מסביר צו זיין, דו ביזט נישט "פרא-אידישקייט" נאר אידישקייט-פארווע, אזויווי כמעט אלע ניקס דא. אייוועלט ניקים למשל זענען רובו ככולו "פרא-אידישקייט", דו שמעקסט די "אידישקייט" אזוי צו זאגן פון טויזענט מייל אוועק, שמעקעדיג ענדלט די מערסטע אין יענע טיפ.
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 6:27 pm
דורך אלבערט איינשטיין
פאר א שעה א שמועס מיט די זוהן פון שלמה פון סאדיע
מער פאראינטערסירן וויאזוי מען נארמאלזירט אן ערקסטרעמע קולטור און אביסל פינאציעלע עדווייס
פאר א וואך זיין א אדמו״ר איבער א גרויסע קהילה אויפנעמען קוויטלעך פירן טישן געבן דרשות מאכן תקנות. נעמען פדיונות (מען מעג עס נאר האלטן ביז סוף וואך מן הסתם לוט די תנאים פון פותח האשכול. און די תקנות וועט נישט זיין וואליד. ווען איך ענדיג די רעביסטווע)
זיצן שיינע עסקעלעיד מיט לייטס. האבן די אנסייד שמועסן מיט אלע רבנים און זייערע קאווע שטיבל ניקס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 10:55 pm
דורך שמן למאור
פאר א שעה, וואלט איך געוואלט ארויפגיין אין הימל, און געוואויר ווערן פינקטליך וואס איז אמת און וואס איז נישט.
די וואך ווענדט זיך אין וואס איך זע אויבן.
Re: וועל דיך א וואונטש
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 11:03 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ווער זאגט דיך אז ס'איז דא א "אויבן אין הימל?"
אבער יא, "איי געט יור פוינט".
נשלח: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 10:55 am
דורך קידוש
פאר איין שעה: פילען א טעם אין דאווענען
פאר א וואך: אוועקפארן מיט מיין משפחה צו א ריזיגע רעזארט מיט כשר עסן