מצות פאר נתינת התורה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2378 מאל

מצות פאר נתינת התורה

שליחה דורך שעפטאל »

אונז האבן באקומען תרי"ג מצות - ציווים, אבער נישט תרי"ג ידיעות.
די ציהל פון די תורה איז וחי בהם א וועג פון לעבן בדרכי נועם, ס'נישט קיין סתירה ווען מ'געפינט מושגי התורה ביי אנדערע פעלקער פארן תורה. (ווי ס'ווערט אויסגעשמיעסט אין די אשכולות).

ענליכקייטן צווישן אור-אלטע רעליגיעס
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=12519

חוקי חמורבי
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=9708
--

אפאר דוגמאות (גענומן פון http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=9319)

קרבנות ביי די כנענים, (רמב"ם).
תפילין ביי די פרעונים, פריעדיגע מצריים.
שבת און דער רעיון השבוע ביי די בבלישע אכדים.

אחרית הימים - תיקון השלם. משיח.
מאטיוו פון א אחרית הימים איז געווען ברייט פארשפרייט אין פארשידענע פארווארפענע רעליגיעס איבער די וועלט נאך זינט די אור אלטע צייטן, ספעציעל אז דער מאטיוו איז געווען שטארק פארשפרייט ביי די רעליגיעס פון דעם ווייטן מזרח פון וואס די פערסישער זארואסטרו איז א טייל פון זיי. (וואס כידוע האט די פערסישע שליטה איבער די מיטל מזרח געלאזט א שטארקער רושם אין אידישקייט.) און ווי פארשטענדליך האבן די פערסישע מאטיוון געעפענט א פרישער מהלך אין מעטאפיזישע פרשניות התנ"ך [גלייך ווי דער גריכישער פילאזאפיע האט געעפנט א פרישער מהלך און קוק ווינקל אין פרשניות התורה נוסח רמב"ם, און די דארוויש-סופי שטערמונג א פרישער מהלך בפרשניות התורה והמצוות אין די תקופת האחרונים נוסח זהר הקדוש. והיינו פונקט אזוי ווי די גריכישע פילאזאפן האבן אונז געעפנט די אויגן אז עס איז נישט יתכן אז דער באשעפער איז משגי הגוף, אזוי האבן אונז די פרסיים געעפנט די אויגן אז עס איז מוכרח אז עס איז דא א חיים לאחר החיים און א גאולה שלימה וכללית לעם הנבחר]. (מושב זקנים)

מיימון האט געשריבן: דינסטאג יולי 21, 2015 10:35 pm דער אשכול איז בליץ שנעל געפארן מענין לענין וואס יעדער פון זיי דארף א באזונדערע באהאנדלונג באופן הראוי לו, נאר just א פאר מראי מקומות בענינים שדברו מהם.

בנוגע צי אידישקייט האט אריינגענומען מנהגים פון די אומות העולם עיין בפי' ר''א בן הרמב''ם בעניין יהודה ותמר לגבי יבום, ועי' מ''ש ר''י קאפח בפי' רס''ג עה''ת שמות יט כג, ער ברענגט דארט דברי הרמב''ם במו''נ ח''ג פמ''ג לגבי חג האסיף שהיה מנהג עתיק בין עמי המזרח.

דברי הרמב''ם לגבי קרבנות הם במו''נ ח''ג פל''ב עיי''ש היטב ודוק.

לגבי עיקר השלישי שלא ישיגוהו משיגי הגוף איז דאס נישט דער אויפטו פונעם רמב''ם נאר אלע וואס האבן עוסק געווען בפילוסופיה היוונית והערבית אנגעהויבן פון רס''ג, און אה''נ די חכמי צרפת האבן אדער נישט גערעדט דערוועגן (און בפשטות אפגעלערנט אגדות חז''ל כפשוטם ווי דער רמב''ם איז זיך מתרעם), אדער האבן זיי געהאלטן אז דער באשעפער איז א אור ועי' מלחמות ה' לר''א בן הרמב''ם וכבר האריך בזה הרב סליפקין בשעתו, (עי' כאן און די נאכפאלגענדע posts). (ובנוגע אם כתוב בתורה כבר ידוע מה שאמר שפינוזה שלא מצא כן בתורה ועי' בהג' יעב''ץ הנדמ''ח על הק' הרמב''ם לפ' חלק).

ובעצם הענין של האשכול עי' בס' אוצר השמות ערך משיח שמסכם הענין יפה, ויש להאריך עוד כיל''ח.
--

לא באתי לחדש, כ'האב צאמגענומן פון אט דעי אשכולת צו פרעגן פאר מער.
יעדער איז מכובד צו ברענגן נאך מקורות, מצוות, און אשכולות, וואס רעדן דערפון. יישר כחכם.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר