951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
האי פרושא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך האי פרושא »

די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:27 pm
האי פרושא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:22 am שכוח מנהל

עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט

קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
פרעגסט מיר? איך וואלט געמאכט אז מען דארף האבן א מינימום פון לייקס נאך אפאר חדשים, דאס וואלט עס ווען געמאכט פאר א עכטע קאווע שטיבל

אבער איך בין נישט מנהל!
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:27 pm
האי פרושא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:22 am שכוח מנהל

עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט

קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 486 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך גבור חיל »

עס וואלט ווארשיינליך געווען א תועלת אויב מען לייגט ארויס א ווארענונג פארדעם, אז "מיר גייען פארמעקן ניקים וואס גיבן גארנישט צו צום קרעמל." אדער קען גאר זיין אז פארקערט, מיט א ווארענונג וואלט מען נישט אויפגעטון דאס וואס מען צילט, ווייל די אלע וואלטן זיך אנגערופן עפעס מינדערוויכטיג און געבליבן שטיל פאר די קומענדיגע 6 מאנאטן. ויש לדון.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 496 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך קליינע צדיק »

מנהל האט געשריבן:
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.

אבער עס איז נישט גרינג אנצוקומען צו גענוג תגובות [פארשטייט זיך זאכליכע] ווען א שיינע חלק פון די זאפטיגע שמועסן זענען פארמאכט פאר דיר, וואס דארטן האסטו אסאך מער וואס צוצולייגן,
דאס קען זיין א שטיקל הסבר פארוואס מענטשען שרייבן תגובות סתם אין די וועלט, און עס איז אויך א סימן אויף די שטארקייט פון די פארום אז מען וויל שטארק קענען אנקומען דארט.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אינעם נעקסטן שטאפל וועלן מיר פארמאכן אלע ניקס וואס זענען עלטער פון 2 יאר, און זענען נאך אלץ בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן 25 תגובות אדער מער.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
הערשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך הערשער »

מנהל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:45 am אינעם נעקסטן שטאפל וועלן מיר פארמאכן אלע ניקס וואס זענען עלטער פון 2 יאר, און זענען נאך אלץ בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן 25 תגובות אדער מער.
שכח פארן זאגן פארדעם וועם מ'גייט פארמאכן.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 978 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מנהל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:45 am אינעם נעקסטן שטאפל וועלן מיר פארמאכן אלע ניקס וואס זענען עלטער פון 2 יאר, און זענען נאך אלץ בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן 25 תגובות אדער מער.
וואס מיינט א טראלל?
כ’פרעג ווייל לעצטענס איז דא א פרישער ניק, וואס האט איין ציל דא אין שטיבל, און ער איז בכלל נישט אינטערסירט און פירן נארמאלע געשפרעכן, זאגט אפ זיין ווילדע קלעים, לויפט אוועק, און קומט צירוק צוויי וואכן שפעטער מאכן נאך א ווילדע סטעיטמענט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:09 am
מנהל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:45 am אינעם נעקסטן שטאפל וועלן מיר פארמאכן אלע ניקס וואס זענען עלטער פון 2 יאר, און זענען נאך אלץ בלוי, דאס הייסט אז זיי האבן נישט געשריבן 25 תגובות אדער מער.
וואס מיינט א טראלל?
כ’פרעג ווייל לעצטענס איז דא א פרישער ניק, וואס האט איין ציל דא אין שטיבל, און ער איז בכלל נישט אינטערסירט און פירן נארמאלע געשפרעכן, זאגט אפ זיין ווילדע קלעים, לויפט אוועק, און קומט צירוק צוויי וואכן שפעטער מאכן נאך א ווילדע סטעיטמענט.
שיק מיר ביטע דעם נאמען אין אישי.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך די קעפעלע »

מנהל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:50 pm
די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 2:27 pm
האי פרושא האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:22 am שכוח מנהל

עס איז נישט מער ווי גערעכט אז איינער וואס שרייבט נישט זאל פליען, א שמועס קען נישט אנגיין אויב איינער רעדט אין יעדער הערט

קאווע שטיבל איז נישט קיין שיעור עס איז א שטיבל....
איז בעסער אז אלע איינגעשריבענע זאלן ארויסגעבן ליידיגע שטותים צו קענען בלייבען דא?
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.

איך פארשטיי די מושג, אבער די נייע צוגאנג פון פארמעקן איז אפשר אביסעל over the top. עס זענען פארהאן מעמבערס וואס קומען נישט אריין דא טעגליך און אפי' וועכנטלך, זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זיין דא אן דארפן האבן א פרעשיר פון נוצן די פאר מינוט מיטן טרעפן עפעס צו שרייבן?
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

דערווייל האבן מיר אפגעשפארט ניקס וואס האבן נישט געשריבן אפילו איין מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר זעקס חדשים אדער מער, אדער וואס האבן נישט געשריבן 25 מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן צוויי יאר אדער מער. לדעתינו איז איינער וואס קען זיך נישט אנרופן 25 מאל נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר צוויי יאר (אפילו נישט א יישר כוח פאר עפעס וואס זיי האבן הנאה געהאט צו ליינען) נישט איינער וואס ברויך האבן צוטריט צו אלע קאמענטס. מיר שטעלן צו די ארטיקלען פאר גאנץ כלל ישראל, און די קאמענטס פאר די וואס ווילן האבן עטוואס א מער נענטערע שייכות מיט דעם פלאץ און פילן אז קאווע שטיבל איז וויכטיג אין זייער לעבן.

בכל אופן, ביטע לייען די אנווייזונגען פאר א נייעם מעמבער - לדעתינו איז נישט אין פלאץ פאר א ברענד ניו מעמבער צו קומען זאגן הערות איבער די פאליסיס פון א פלאץ וואו ער האט נארוואס אריינגעטרויטן.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך לייביששרייבער »

מנהל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:36 pm מיר האבן פּערמאנענט פארמאכט 951 ניקס וואס זענען עלטער פון 6 חדשים און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

אפדעיט מאנטאג דעצעמבער 4, 2023
ניקס וואס זענען שוין דא 2 יאר אדער מער, אבער זענען נאך אלץ בלוי, זענען פארמאכט געווארן. ואתכם הסליחה.

די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אנגעהויבן שרייבן אין א פערפעקטע צייט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך די קעפעלע »

מנהל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:20 am דערווייל האבן מיר אפגעשפארט ניקס וואס האבן נישט געשריבן אפילו איין מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר זעקס חדשים אדער מער, אדער וואס האבן נישט געשריבן 25 מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן צוויי יאר אדער מער. לדעתינו איז איינער וואס קען זיך נישט אנרופן 25 מאל נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר צוויי יאר (אפילו נישט א יישר כוח פאר עפעס וואס זיי האבן הנאה געהאט צו ליינען) נישט איינער וואס ברויך האבן צוטריט צו אלע קאמענטס. מיר שטעלן צו די ארטיקלען פאר גאנץ כלל ישראל, און די קאמענטס פאר די וואס ווילן האבן עטוואס א מער נענטערע שייכות מיט דעם פלאץ און פילן אז קאווע שטיבל איז וויכטיג אין זייער לעבן.

בכל אופן, ביטע לייען די אנווייזונגען פאר א נייעם מעמבער - לדעתינו איז נישט אין פלאץ פאר א ברענד ניו מעמבער צו קומען זאגן הערות איבער די פאליסיס פון א פלאץ וואו ער האט נארוואס אריינגעטרויטן.


ישר כוח פארן אויסקלארן. מיט גרויס אנטשולדיגונג, עס איז נישט געווען צו זאגן הערות אדער פארהאלטן, נאר צו פארשטיין די צוגאנג
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אין אימעיל האט איינער געשריבן:
איך ארבעט א גאנצן טאג איך קום אהיים איז מען ברוך השם ביזי מיט דער קינדער און נאכדעם גייט מען און בית מדרש לערנען איינמאל און בערך צוויי וואכן קום איך אריין אויסטשעקן וואס איך האב פארפאסט און דערמיט זיך אביסל אויסלופטערן איך בין בכלל קיין שרייבער און פריוואטע לעבן בין איך מוראדיג א שטילע איך האב נישט וואס צוצולייגן וואלט געמאכט סענס אז איך זאל קענען הנאה האבן אויך פון דער קאמענטס און נישט נאר פון דער ערשטע ארטיקל

צווייטנס איך האבנישט קיין צוטריט צו א קאמפיוטער איך קום קאווע שטיבל פון מיין טעבלעט עס נעמט מוראדיג לאנג צו שרייבן
מיין ענטפער:
פונקט ווי מ'דארף נישט זיין קיין "רעדנער" צו קאמפלימענטירן א רעדנער און זאגן א הערה, אזוי דארף מען נישט זיין קיין "שרייבער" צו קאמפלימענטירן א שרייבער און זאגן א הערה. נישט דא קיין שום סיבה און אויסרייד שבעולם אז אנדערע זאלן דיר מהנה זיין, ווען די קענסט נישט פון צייט צו צייט צולייגן א ווארט אדער שרייבן א מינימאלע "יישר כוח, כ'האב זייער הנאה געהאט".
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

אין אימעיל האט איינער געשריבן:
שלום! ווי עס זעט אויס בין איך פון די 951 ניקס וועם מען האט פארמעקט. איך פארשטיי אז ס'איז דא פאליסיס און איך בין גרייט זיך צו צושטעלן אינעם עתיד.
זינט איך שרייב פאר פרנסה, קומט מיר זייער שווער אן דאס שרייבן בחינם... אבער איך נעם זיך פאר צו אנטייל נעמען אין די שמועסן, כאחד החברים.
איך בעט זייער שטארק, אויב מעגליך מען זאל צוריקשטעלן מיין ניק "...", כדי איך זאל זיך קענען ווייטער באנוצן דערמיט.
א גרויסן יישר כח! שכרכם הרבה מאד.
מיין ענטפער:
אזוי ווי יענער רעדנער האט געזאגט, אז ער זאגט קיינמאל נישט קיין הערות, הוספות, אדער א ישר כח פאר בעלי דרשנים, ווייל "זינט איך רעד פאר פרנסה, קומט מיר זייער שווער אן דאס רעדן בחינם..."

ביטע שרייב זיך איין מיט א נייע ניק.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5745 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך וואלווי »

אין שלום עליכם אשכול איז געשטאנען אזוי:
מנהל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:40 pm
שומרים2 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
זעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערן
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697
@מנהל ביטע זייט מסביר אין צווי דריי ווערטער, ווי מ'זאגט, אן לומדות, פארוואס ניקס וואס שרייבן נישט דארפן אויסגעשפארט ווערן און נאכאמאל דארפן דורך גיין די איינשרייבן פראצעדור.

איר האט געשריבן אלע מיני חשבונות אז ניק'ס שרייבן נישט וכו' וכו', אבער דא איז נישט קיין DMV ליין ווי מ'מאכט פורים פון די קאסטימערס. די לייענערס וואס זענען נישט קיין שרייבערס האבן זיך מענטשליך צוגעשטעלט און זיך אפיציעל איינגעשריבן. וואס וויל מען שוין ווייטער פון זיי? איז די פראבלעם אז זייער ספעשילטי איז נישט שרייבן און סאשעל גלעטעריי? ביג דיעל.

Imagine א ראש ישיבה לייגט א גרויסע שלאס אויף א ישיבה און ווארפט ארויס די בחורים וואס הערן אויס די שיעור אבער פרעגען נישט אריין. אז מען מאכט געלט פון א יעדע רעדזשיסטרעישאן מילא, אבער סתם משוגע מאכן?

נאך אלעס, ס'איז א פאבליק פארום, מיט'ן צול אנצוקומען צו מענטשן און שערען אינפאו. לאמיר נישט מאכן קיין גיהנום פון דעם געדאנק אז א יעדער מוז קאנטריביוטן. ס'ארבעט נישט אזוי מיט אפענע פאבליק פארום וואס שטרעבט צו זיין אפען און עקסעפטינג צו שטייגן און לעבן.

היש לך in the box גדול מזה?
___________________

נ.ב. נישט געשריבן חלילה לקנטר, נאר שיועילו חכמים בתקנתם, כבוד @מנהל במקומו עומדת, ותשואות חן חן לו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פאריעריגע שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך פאריעריגע שניי »

Ouch
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

וואלווי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:15 pm אין שלום עליכם אשכול איז געשטאנען אזוי:
מנהל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:40 pm
שומרים2 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
זעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערן
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697
@מנהל ביטע זייט מסביר אין צווי דריי ווערטער, ווי מ'זאגט, אן לומדות, פארוואס ניקס וואס שרייבן נישט דארפן אויסגעשפארט ווערן און נאכאמאל דארפן דורך גיין די איינשרייבן פראצעדור.

איר האט געשריבן אלע מיני חשבונות אז ניק'ס שרייבן נישט וכו' וכו', אבער דא איז נישט קיין DMV ליין ווי מ'מאכט פורים פון די קאסטימערס. די לייענערס וואס זענען נישט קיין שרייבערס האבן זיך מענטשליך צוגעשטעלט און זיך אפיציעל איינגעשריבן. וואס וויל מען שוין ווייטער פון זיי? איז די פראבלעם אז זייער ספעשילטי איז נישט שרייבן און סאשעל גלעטעריי? ביג דיעל.

Imagine א ראש ישיבה לייגט א גרויסע שלאס אויף א ישיבה און ווארפט ארויס די בחורים וואס הערן אויס די שיעור אבער פרעגען נישט אריין. אז מען מאכט געלט פון א יעדע רעדזשיסטרעישאן מילא, אבער סתם משוגע מאכן?

נאך אלעס, ס'איז א פאבליק פארום, מיט'ן צול אנצוקומען צו מענטשן און שערען אינפאו. לאמיר נישט מאכן קיין גיהנום פון דעם געדאנק אז א יעדער מוז קאנטריביוטן. ס'ארבעט נישט אזוי מיט אפענע פאבליק פארום וואס שטרעבט צו זיין אפען און עקסעפטינג צו שטייגן און לעבן.

היש לך in the box גדול מזה?
___________________

נ.ב. נישט געשריבן חלילה לקנטר, נאר שיועילו חכמים בתקנתם, כבוד @מנהל במקומו עומדת, ותשואות חן חן לו.
לדעתי האב איך שוין גענוג געשריבן עס מסביר צו זיין, און זיך גענצליך מתעלם זיין פון וואס כ'האב געשריבן ביז אהער איז געווענליך א פיטשור פון לקנטר. אויב האלטסטו אז כ'האב זיך נישט גענוג קלאר געמאכט, אדער ביסט חולק אויף געוויסע הנחות וואס כ'האב געשריבן, ציטיר ביטע מיינע ווערטער, און זיי מסביר וואס גענוי עס שטערט דיר און וואס איז נישט קלאר.

יישר כח.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5745 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך וואלווי »

מנהל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:41 pm לדעתי האב איך שוין גענוג געשריבן עס מסביר צו זיין, און זיך גענצליך מתעלם זיין פון וואס כ'האב געשריבן ביז אהער איז געווענליך א פיטשור פון לקנטר. אויב האלטסטו אז כ'האב זיך נישט גענוג קלאר געמאכט, אדער ביסט חולק אויף געוויסע הנחות וואס כ'האב געשריבן, ציטיר ביטע מיינע ווערטער, און זיי מסביר וואס גענוי עס שטערט דיר און וואס איז נישט קלאר.

יישר כח.
כ'האב ציטירט אייערע ווערטער אויף די לעצטע פאל, ווייל ס'איז נישט פראקטיש צו קוואוטען אלעס און שרייבן א גאנצע מגילה, איך זעה נאך נישט אז דאס זאל מעורר זיין "די געווענליכע פיטשור פון לקנטר". אויב יא, קען איך אויסמעקן די התנצלות.

כ'האב געזעהן אלע ענטפערס, הסברים, טענות. איך שרייב באופן כללי, אז מ'דארף פשוט זעהן די צד פון אלגעמיינע לייענערס וואס ווילן פשוט הנאה האבן צו בעסער מאכן זייער לעבען, ס'קומט נישט אריין קיין פשעטליך און מעסטעריי אויב יענער געבט צו אדער נישט, וכדומה. די פאונט איז נישט די ספעסיפיקס, ס'איז די עטיטוד.

מ'דארף זיין רעאליסטיש אז קאווע שטיבל איז נישט קיין ברענד נעים ביזנעס ווי די NYT אדער WSJ וואס קענען זיך ווארפן מיט לייענערס און סאבסקריפשאנס. ק"ש איז סך הכל א platform, ס'איז געמאכט צו אויף עפענען און נישט צו פארמאכן. דא האט מען א קלאסישע פאל פון זה נהנה וזה לא חסר, ניטאמאל פארלאנגן איינצושרייבן כדי צו לייענען וואלט מען געדארפט, און אוודאי נישט זיך האלטן אין איין איינשרייבן.

אז דאס איז נישט simple enough, איז נישט. טוה ווי אַזוי איר פארשטייט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15094 מאל
קאנטאקט:

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: מיט דעים ביסטו נישט גערעכט . (במחכת"ה). ווייל ס'קאסט צייט, געלט און כח אויפצוהאלטן א וועבסייט ווי קאווע שטיבל. און מענטשן וואס ווילן נאר "אריינשמעקן" איינמאל אין א יובל צו זעהן און הערן נייעס קענען טרעפן א סאך אנדערע פלעצער פאר דעים.

די געדאנק און איינהייטליכקייט (יוניעקנעס) פון קאווע שטיבל איז אז ס'איז דא א פלאץ וואו א יעדער קען קומען הערן, שמועסן און זיך אדורכרעדן איבער סיי וואספארא סאבדזשעקט ס'אינטרעסירט איהם. אדער עפעס וואס דרוקט איהם אויפ'ן הארץ.

ממילא איז עס נישט קיין איינזייטיגער "דיעל". ס'איז א מין "שותפות". און די וועלכע זענען נהנה פון דעים שותפות דארפן זיך א ביסל "צו שטעללן"...!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1031
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4259 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1497 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך סקעפטיקער »

אויב מעג איך אריינלערנען פשט אין די ווערטער פונעם מנהל, טאקע צוליב די אפנקייט פון קאווע שטיבל איז נישט קיין טובה פאר מענטשן וואס זענען נישט בדיעה אחת מיט אונז צו האבן די מעגליכקייט זיך צו דרייען דא און פרובירן דערשמעקן זאכן, צוליב דעם דארף מען דייקא זיין אקטיוו זיך צו קענען דא דרייען
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 488
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1626 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

ר' בערל און סקעפטיקער שרייבן זייער גוט, און לדעתי האב איך שוין אדרעסירט די פונקטן פון וואלווי אין מיינע פריערדיגע תגובות. הנהלת קאווע שטיבל לייגט שוין אריין כוחות עצומות אין דעם פלאץ כמעט 12 יאהר, און מיר זענען נישט גרייט עס צו טוהן פאר מענטשן וואס קענען זיך נישט ברענגען דא צו "אינוועסטירן" אפילו א פשוט'ן יישר כוח פון צייט צו צייט. און מיר מיינען נישט דא נאר אונזערע כוחות, נאר אויך די כוחות פון אלע וואס שרייבן בטוב טעם ודעת.

איי וואס גייט אונז אהן? דאס איז שוין אדרעסירט געווארן פריער, און ר' בערל און סקעפטיקער האבן עס אויך מסביר געווען. כ'וועל דא קלארער מסביר זיין דריי נקודות:

די ערשטע נקודה האב איך דיר שוין געשריבן פריוואט, און מאיזה סיבה האסטו זיך מתעלם געווען דערפון:
יעדער ליינער פארשטייט דאך אז יעדער שרייבט דא אנאנים און קיינער באקומט נישט קיין קרעדיט אינדרויסן פון קאווע שטיבל. דאס איז נישט ווי אויף אייוועלט וכו' ווי ס'איז נישט קיין סוד ווער ס'שרייבט דארט און מ'באקומט צוריק גריסן און קאמפלימענטס פון חברים אין מקוה. פארשטייסט אויך אז די וואס שרייבן דא זענען ברייטע בעלי מחשבה און בעלי כשרון יחידי סגולה וואס די טרעפסט נישט יעדן טאג אין דיין לאקאלע מקוה. פארשטייסט אויך אז ס'איז נישט גרינג צו שרייבן די רייכע און טיפע מאמרים וואס קומען אפט ארויף אין קאווע שטיבל. איז פארוואס מיינסטו אז עס קומט דיר אומזיסט אן דעם וואס די זאלסט אמאל טוהן די מינדעסטע? די ווייניגסטע וואס מ'קען פארלאנגען איז שרייב אמאל א הערה, אדער אפילו בלויז א גוט ווארט. אז נישט, ביסטו סתם אן אויסניצער און נישט ווערד צו באקומען די צוטריט צו די פלאטפארמע.
צווייטענס, אויב וועט די נייע פאליסי ברענגען אפילו אז 1 מענטש זאל מער פארטיסיפעיטן אדער אפילו איין מאל זאגן א יישר כח פאר איינער וואס האט זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן, איז מיר כדאי צו פארלירן 2000 כפויי טובה.

דריטענס: לדעתי איז דא גענוג תוכן אין די ערשטע תגובה פון יעדע אשכול אז ס'זאל זיך נאך אלץ לוינען צו ליינען ק"ש. אבער אויב קאווע שטיבל וועט נישט האבן גענוג ליינערס צוליב די נייע פאליסי, און אלס רעזולטאט וועט די פארום מער נישט האבן קיין זכות קיום, וועל איך זיין זייער צופרידן צו פארמאכן קאווע שטיבל. עס איז נישט דא קיין סיבה אריינצולייגן די אלע כוחות פאר א ציבור וואס רוב רובם קענען זיך נישט ברענגען צו געבן די מינדעסטע אנערקענונג פאר די וואס זענען זיי מהנה אנאנימערהייט, און באקומען נישט קיין שום קרעדיט אדער אנערקענונג אינדרויסן פון ק"ש. אז די ביסט נישט גרייט צו טוהן די מינדעסטע, ליטערעלי ווייניגער ווי אריינשטעקן די פינגער אין קאלט וואסער, וויל איך נישט זיין דיין נער און פירן ווייטער א פארום אויף וואס די קעירסט נישט. פשוט גערעדט: you don't deserve it.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
שפילער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 569
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שפילער »

אבער פון די אנדערע זייט טייערע מנהל איז דא דא אן עטיטוד אנטקעיגן זיך באדאנקן מען זאגט דאך אז וועגן דעם איז דא דעם לייק קנעפל נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2380 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

כ'מיין אז נקודה צוויי פונעם @מנהל דערקענט זיך שוין, ס'טוהט זיך מער אין שטיבל ב"ה.
כ'געדענק ווי פריילעך כ'בין געוועהן מיט די מנהל'ס ערשטע מעלדונג איבער די 951 ניק'ס.

מיין האפענונג איז, ס'זאל נישט בלייבען ביי צוויי תגובות א יאהר, נאר די אייז זאל זיך ברעכן. כ'געדענק ווי שטארק מיינע הענט האבן געציטערט ביי מיינע ערשטע פאר תגובות. און עד היום הזה ליין איך אמאל איבער א לענגערע תגובה אסאך מאל. אונז קענען טאקע פאוקעסן אויף נייע ניקים וואס שרייבן מענטשליך און צום זאך זיי צו מקרב זיין.

שכח וואלווי און מנהל פארן געבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף ביידע זייטן פון די מטבע.
רעאגיר