איז ער גערעכט?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 978 מאל

איז ער גערעכט?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מזל טוב!
ס’געבוירן געווארן א קינד אין די משפחה, די גאנצע עולם איז אזוי פרייליך און אויפגעלייגט, יעדער אחוץ איינער, דער רך הנימול אליין, ער וויינט מיט ביטערליכע קולות שטויסט און פארפירט ווי סאך ער קען, האקט ווי סאך זיין קליינעם קערפער לאזט נאר, אבער קיינער הערט אים נישט אויס, קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיינע באדערפענישן, יא מ’נעמט קעיר פון אים, מ’וואשט, באדט, באזאלבט אים מ’געט אים צו עסן, און מ’גיבט זיך אפ מיט זיינע ערד’ישע וועלטליכע נצרכים, אבער דער איין הויפט געברויך וואס ער וויל, דער סיבה פארוואס ער שרייט און וויינט אזוי, נישט נאר מ’געט אים עס נישט, מ’נעמט עס נאך צו פון אים אויב ס’קומט אים אונטער א געלעגנהייט דערצו.

און די ריזען צו דאס פיצל קינד’ס וויינען , גייט צוזאמען מיט דעם וואס מ’גייט אים מנחם אבל זיין שבת נאכט, ער איז נישט געווען און ער איז נאך יעצט, נישט מסכים אראפצוקומען אויף די פארריקטע פלאנעט, ס’איז אים זייער געשמאק געווען דארט אויבן אין די וואלקענעס, (יארן שפעטער טוען נאך די אלע, פרובירן צו שיקן זייערע אלע אינפארמאציע צו די וואלקענעס) ער זיכט זיך נישט די צרות וואס די שמוציגע וועלט ברענגט מיט זיך.

אבער, קיינער האט אים נישט געפרעגט, ’בעל כרחך אתה חי’, און ’בעל כרחך אתה מת’, קיין איין מענטש פון די רייכסטע ביז די פאפולער’סטע אריינגערעכנט די מאכטפולסטע וויל נישט פארברענגן זיינע יארן אויף די וועלט, אבער מ’האט נישט קיין ברירה, ביסט דא.

איז אזוי א בן נכר וואס איז מחליט גענוג איז גענוג, טאנצט ער אראפ פון די בריק בפומבי, (אפילו דאס געלונגט נישט אייביג) אדער שטיקט ער זיך אין זיין דירה דעפרעסטערהייט, אבער א ישראל, א מצווה במצוות האט אפילו די טשויס אויך נישט, ניטאמאל דאס מעג ער טון, ער מוז בלייבן שמאכטן דא, איז דאס נארמאל, ער מיז אראפקומען, ער מיז דא בלייבן, און ליידן ליידט ער, ווי איז די יושר?

האט מיר איינער געוואלט זאגן, אז די טענה פון דעם מענטש צום באשעפער וואלט געווען א גוט’ער, אבער ס’עקספייערט ווען די מענטש ווערט קראנק און ער טוט כל מה שידו מגעת אז ער זאל בלייבן לעבן, דעמאלט זעהט מען למפרע אז ער האט יא געוואלט אראפ קומען, ער האט יא געוואלט לעבן, אבער ווי געשמועסט איז עס נישט אמת, קיין איין רב/דיין/רבי וועט נישט געבן קיין היתר אויפצוגעבן אזוי שנעל, סא אפילו ווען איך וויל אויפגעבן, קען איך נישט.

האב איך א טענה?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר