נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים

היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 248
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים

שליחה דורך היום »

היום האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 4:09 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 1:27 am
מילך טראק האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:23 pm די מערכה האט זיך געטוישט פון שמירת עינים צו עדיקשען
אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט די פראבלעים ביי נישט חסידים/גוים?
ווייל ביי זיי צאלט מען נישט "כולל געלט"
ווייל ביי זיי מוז מען האבן קרעדיטס אין קאללעזש
ווייל ביי זיי דארפן מען פעססן טעסטס און באקומען א דיפלאמע
ווייל ביי זיי איינער וואס וויל נישט שטודירן, ווען גיין ארבעטן און פארדינען אפאר גרייצער
נישט ממש אזוי.
אפשר אפילו - ממש נישט אזוי…
די מציאות פון קינדער/ טינעטשערס וואס זיצן יומם ולילה אויף טיקטאק אדער ווידאו געימס איז גאר ברייט פארשפרייט צווישן די אלגעמיינער יונגווארג, אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון זיי קען מען געהעריג זאגן אז זיי לעבן שוין נישט אין אונזער וועלט, זיי האבן עכ״פ גאנץ א קליינער שייכות מיט ריאלעטי.

נאר וואס דען. אויב די ווילסט יא מאכן א חילוק, איז עס בערך אזוי.

אז ביי אונז האבן די זאכן שטארק א גרעסערע חשוב׳ס לטב ולמוטב, אזוי אז א בחור וואס מיטשעט זיך מיט דעם, ליידט אסאך.

להסביר,
עדיקשן ווערט נאר אפיציעל געריפן א מחלה אויב עס שטייט און וועג צו אנגיין מיט דיין לעבן, ווי לאנג די קענסט מחליט זיין אז אזוי, מיט דער געוואוינטקייט איז מיין לעבן אויך גוט, האסטו נישט קיין פראבלעם בכלל, און דארפסטו נישט קיין העלף.
למשל, לסבר אז האוזן, אויב א אלגעמיינער טיענעטשער האט א געוואוינהייט פון שז״ל, קען עהם זיין טערעפיסט אויפקלערן אז עס איז נישט אזא פראבלעם, אדער גאר אז עס א לכתחילה, יעצט איז ער שוין בכלל נישט אזוי ביזי מיט דעם און זיין קאפ א גאנצע טאג און נאכט, ווייל עס באדערט נישט, ממילא איז שוין די עדיקשן שוואכער, וחוזר חלילה.
אבער פאר א חסידשער בחור, ווייל עס איז אזוי חמור, קריכט עס א גאנצער טאג אין קאפ, ממילא ווערט עס נאר שטערקער און ער טיט עס מער, פילט ער זיך מער שלעכט און טראכט מער פון דעם, וחוזר חלילה, אויף א אופן וואס עס ווערט נאר שטערקער.

די זעלבע איז ביי פארברענגען צייט אויף וידיאוס וכדו׳, וואס איז אלגעמיין נישט קיין פראבלעם, הערט די בחור כסדר פונם משגיח וכדו׳ אויף די עבירה פון פארברענגען צייט וכו׳, פילט ער זיך שלעכט וועגן דעם, טראכט ער מער פון דעם, און פלוצלינג טרעפט ער זיך מיט אן עדיקשען פראבלעם.
די זעלבע איז מיט כמה וכמה דברים,

מיין פוינט איז, אז די גוי האט ווייניגער עדיקשנס ביי זאכן וואס ביי עהם איז נישטא קיין גילטי קאנטשעס, משא״כ ביי אונז רעדט מען פון זאכן וואס דער בחור ווייסט צו זיין גאר הייליג….

כ׳האף אז ס׳איז פארשטענדליך…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים

שליחה דורך כספי »

אין די טעג איז ארומגעשיקט געווארן די נייע אויסגאבע פון הבדלה, דארט ברענגען זיי גריסן איבער דעם ביכל 'וואו איז יאסעלע'

בתוך הדברים ברענגען זיי נאכאמאל דאס וואס זיי האבן שוין אמאל געשריבן אז די מענער ליינען אין גרויסן, און מיט א שטארקע אינטערעס און דארשט, די הבדלה ביכלעך.
איינמאל האבן זיי זאגאר געשריבן בשם א פרוי, אז אלע פרויען אין איר בילדינג ווייסן, ווען די הבדלה ביכל קומט אן קען מען נישט רעדן צו די מענער... פארשטייט זיך מ'רעדט לכאורה פון כולל אינגעלייט וכדו', אבער נאכאלץ איז עס זייער אינטרעסאנט וואס איז דארט אזוי עדיקטיוו?

נאכן אריינטראכטן וואס'י פשט אינדעם, האב איך איינגעזען אז דאס וואס דער עולם איז אזוי עדיקטעט צו די הבדלה ביכלעך, איז לכאו' אזוי ווי מ'קען אויסגעבן א עדיקשן און א תאוה נישט דוקא אין די נארמאלע וועג, נאר אפי' רעדן וועגן דעם, ליינען וועגן דעם וכדו', אזוי ווי מ'ווייסט ביי ס*ס, די זעלבע זאך איז דא ביי טעכנאלאגיע, וואס האט למעשה א שטארקע עדיקשן און א שטארקע כח המשיכה, און ווען ס'קומט אן ביכלעך וואס רעדן ארום איבער די טעכנאלגישע כלים מיט די גאנצע געשמאק, מיט אלע דיטעילס און פיטשעווקעס, איז עס א געוויסע הנאה צו ליינען
אין די אויסגאבע די פארגעסענע איסור איבער ווידיא, האבן זיי געשריבן, אז ווען מ'קוקט א וידעא ווערט אפגעטיילט א געוויסע חומר פונעם מח, וואס בארוהיגט זייער, און וועגן דעם איז עס אזוי עדיקטיוו, מיר זעט עס אויס אז דאס איז ביי יעדע עדיקשן, און דאס איז די הנאה וואס אינגעלייט האבן צו ליינען איבער וואטסעפפ, טשענעלס, מאוויס, וכדו'

כ'נעם נישט אוועק די תועלת וואס די הבדלה אויסגאבעס האבן שוין אויפגעטון


די זעלבע זאך איז אין אן אנדער ענין וואס כ'האב מיר אויך געמוטשעט, וואס'י פשט ס'איז דא א געוויסע געשמאק ביי מענטשן איבערצוחזר'ן וואס איז פארגעגאנגען ווען זיי זענען געווען אנגעטרונקען (עניני דיומא..), ס'איז עפעס א עקסטערע הנאה, אפי' איבערצוטראכטן
נאר ווען מ'טרינקט האט מען אויך די הנאה, און ווען מ'רעדט עס איבער האט מען א מעין פון די הנאה, והבן

כ'שרייב עס זייער עמ'ארעצעס'דיג, אבער כ'בין זיכער אז דאס האט א געהעריגע אוועקגעשטעלטע פארשונג איבער דעם, זאלן די חכמים דא אין שטיבל צושטעלן
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה
רעאגיר