א נייע פשט אין Insanity

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2394
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5716 מאל

א נייע פשט אין Insanity

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס׳באקאנט די ווארט פון אלברט איינשטיינ׳ען ״די פשט פון אינסעניטי איז טוען די זעלבע זאך איבער און איבער, און ערווארטן אנדערע תוצאות״.
וויל איך דא מחבר זיין נאך א פשט ״ די פשט פון אינסעניטי איז זעהן איינעם טוען עפעס וואס ברענגט א געוויסע תוצאה, און מען גייט טוען א טאטאל אנדערע השקעה, און דאך ערווארטן יענעמס תוצאה״.

כלפי מה דברים אמורים? די חסידישע משגיחים און ראשי ישיבות וויינען אז דער מצב ביי די בחורים איז געפערליך, נישט מער ווי 10% האלט מיט די סדרי הלימוד, ווס. די ליטווישע ישיבות וואס ס׳איבער 90%.
די חסידישע כוללים, לאמיר נישט מקטרג זיין אבער נאנט צי פופציג פראצענט פון דער עולם פילט נישט אן לכל פחות האלב פון די סדרי הלימוד, ווס. די ליטווישע וואס איבער 90% פילן אן לכה״פ 90% די סדרי הלימוד.

די אינסעניטי איז מען איז משקיע אין א חסידישע בחור לגמרי אנדערע אינגרידיענס ווי אין א ליטווישע בחור וויאזוי ערווארט מען די זעלבע תוצאות?! ס׳איז אזוי ווי ארייננלייגן מעיל אייער און וואסער און א מיקסער און ערווארטן אז ס׳זאל ארויסקומען א קאר!

לאמיר עס אביסל מער צינעמען.
אין א ליטווישע בחור לייגט מען אריין, אז די לערנסט תורה ביסטו א winner, און אז נישט ביסטו א luser.
אז דו לערנסט תורה you made it, לגבי דער אייבערשטער, די אלע אנדערע זאכן איז ווי זיך צי טענה׳ן איבער א פעני ביי א מיליאן דאללער דיעל.
אין א ליטווישע כולל צאלט מען די יונגעלייט 3 מאל אן עוורידזש ווי א חסידישע כולל.
א ליטווישע בחור ווייסט אז דורכן זיין די בעסטע בחור וועט ער זיך קענען וועלען די שענסטע און געשמאקסטע מיידל.

יעצט לאמיר גיין צי די חסידישע בחור, דער חסידישער בחור ווייסט אז צי זיין א winner, מוז ער זיך שאקלן ביים דאווענען, טייט גארטל, מקוה, רביס טיש און אגב אויכט לערנען אביסל.
דער חסידישער בחור וויל זיין גוט כלפי שמיא מוז ער נזהר זיין אין עניני קדושה (וואס איז נגד הטבע, ואכמ״ל), ער מוז אנטלויפן פון גשמיות, אויפשטיין פארטאגס, אפילו אויב לערנט ער אבער ס׳נישט בטהרה איז עס גארנישט ווערט, נאך ערגער ס׳גייט נאך צים ס״מ.
א חסידישער כולל יונגערמאן באקומט א ליצנות פון א געהאלט, וואס מאכט עים זייער קלאר וויאזוי סאסייעטי קוקט עים אן.
א חסידישער בחור ווייסט אז אויב איז ער די בעסטע בחור פון ישיבה גייט מען עים איינזאלצן מיט עפעס א רבישען אייניקל וואס זעיט אויס ווי א אנדרוגינוס, און אין בעסטען פאל מיט א פרוי וואס מען האט פון איר אויסגעריסען די פעמעניניטי.

אמור מעתה, וואזוי ערווארט מען אז מיט אזאלכע טאטאל אנדערע אינגרידיענס זאל ארויסקומען די זעלבע תוצאה, ווי וואס די ליטווישע האבן?!?!

(יעצט גייט מען אנהייבן טענה׳ן אז די חסידים זענען גערעכט וכו׳
איך זאג נישט ווער ס׳גערעכט, thats not the point here, די נקודה דא איז, אז די קענסט נישט ערווארטן די זעלבע outcome, ווען די לייגסט אריין פינקט די פארקערטע השקעה)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר