דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט

שליחה דורך פרייוויליג »

יחיאל ישראל בלויד איז א גר צדק וואס איז צוריק געווארן א קריסט. עס טוט זיך אסאך גערידער איבער וואס דאס איז געשען. איז ער א מיסיאנער? איז ער א באהאלטענע דזשוס פאר יעזוס רעקרוטער? איז זיין גירות געווען אויטענטיש? אויב האט ער עס געמיינט ערנסט וואלט ער נישט געמאכט א ברית מילה: דאן וויאזוי קען זיין אז אזא יונגע צוקאכטער חסיד מיט לאנגע פיאות וואס האט מסיים געווען ש"ס, זוהר, וכתבי אריז"ל זאל מיטאמאל מאכן פליטה? וואס האט אים געמאכט ווערן א איד, און וואס האט אים געמאכט צווייפלען צו איבערלאזן אלעס? איז ער אן אינטערוועלטניק וואס מיר גייען נאך אמאל ליידן פון אים? וואס טוט זיך דא?

יחיאל ישראל אדער bartimaeus black וויאזוי ער רופט זיך יעצט, האט געהאט אן אינטערוויו מיט זאב ברענער, און עס איז מיר אויסגעקלארט געווארן אסאך זאכן איבער אים, און איך האב געוואלט מיטטיילן מיינע מחשבות.

עס איז געווען מענטשן וואס האבן אריינגערופן לייוו די שאו מיט קשיות פאר דעם גר, עס איז געווען איינצעלענע גוטע קשיות, אבער אסאך פון די קשיות איז געווען געטריבן פון עמאשענס, און עס איז א שאד אז אזעלכע קשיות/סטעיטמענס ווי: דו גייסט ברענען אין גיהנם! אדער דו ביסט איד, און דו קענסט נישט ווערן אויס איד, אא"וו, איז געווען רובא פון די פאון קאולס. די עיקר קשיא וואלט געדארפט זיין, סיריעסלי? פון א גר צו א קריסט נאכ'ן דורכלערנען ש"ס? what have you been smoking? נעם מיך אין א שפאציר אין דיין מוח צו פראסעסן אזא פרעצעדענטלאזע שריט. איך ווייס נישט אויב מיר קענען אן ענליכע געשיכטע ערגעץ וואו אין די נאנטע היסטאריע.

ווען מען האט געפרעגט יחיאל, וואס האסטו ארויסגענומען פון אידישקייט, פון אלע לימודים, געב מיר עפעס א חידוש. האט ער געענטפערט: סעלף דיסציפלין..

והנה, וויפיל איך האב קענענגעלערנט פון זיין אינטערוויו איז מיר אסאך זאכן קלאר געווארן איבער אים. זאכן וואס ער האט נישט אדער יא געוואלט זאגן, צווישן זיינע ווערטער איז מיר קלאר געווארן אזוי:

יחיאל איז דורכגעגאנגען אן אמת'ע גירות כהלכה. איז וואס האט אים אריינגעשטופט און וואס האט אים ארויסגעשטופט? ער האט נישט צופיל געוואלט ענטפערן ווען מ'האט אים אביסל געשטופט, בלייבט עס דאמאלט פאר אונז צו אנאליזירן.

באמת איז דאס אן אלטע פראבלעם, קשים גרים לישראל כספחת איז אזוי אלט ווי תלמוד. אין גמרא טרעפט מען אסאך וויאזוי מהאט זיך געמיטשעט מיט דעם אישו, וויאזוי קען מען וועטען א מענטש און וויסן אויב ער איז אמת'דיג, און עס האט טאקע פאסירט אז א סאך פאלשע גרים האבן געמאכט דעם וועג אין יהדות, און מ'האט זיך נישט געקענט אויפ'ן קאפ צו זיך טון. די גמרא שמועסט אויס אסאך עפיזאדן, תקופות, רעזאלוציעס וכו'.

עס איז ביי מיר קלאר ווי דער טאג אז יחיאל ישראל האט אינטערעסירט אידישקייט פאר אנדערע סיבות פארוואס רוב גרים זוכן עם ישראל. יעדן גר וואס דו טרעפסט וועט דיר ענטפערן וואס האט אים געשטופט צו יהדות: די איינציגקייט פון באשעפער, די שיינקייט פון יהדות, תורת ה', די אמת'ע תורה ווערסעס די ניו טעסטעמענט, די פאלשקייט אין אותו האיש וכו' וכו'.

יחיאל, איז א יונגער מענטש, 28 יאר אלט. ער איז זייער קלוג, ער האט אסאך געליינט בעפאר ער האט זיך מגייר געווען. און עס איז אים זייער אינטערסאנט געווען וואס ער האט געליינט איבער אידישע מיסטיסיזם, קבלה, אינטעליגענץ, ספירוטואליטי. ער האט עס געזוכט צו עקספערימענטן.

יעצט שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי האבן די רבנים עס נישט געכאפט, פארוואס איז ער דורכגעגאנגען א ברית מילה, זיך געשאקעלט ביים דאווענען, ער האט יעדעם געקענט אזוי גוט אפ'נער'ן? איינער פון די ערשטע קשיות וואס מיר האבן צו א גוי איז זיכער צו מאכן אז די סיבות זענען נישט פארוואס ער זוכט אידישקייט. ע"פ רוב, אדער ע"פ פרעסעדענט ארבעט עס, מיר האבן א ראבאסט וועטינג סיסטעם וואס טוט זיכער מאכן וויפיל עס איז שייך, צו מאכן זיכער אז אזעלכע יחיאל ישראל'ס כאפן זיך נישט אריין.

מיר קוקט אויס אזוי:

יחיאל איז אן emotionless ראבאטישע מענטש. פאר די סיבה האט ער געקענט איבערצייגן די רבנים, ווייל ער האט נישט געדארפט גארנישט באהאלטן ווייל ער האט נישט קיין עמאשענס. מען האט אים געפרעגט וויאזוי שפירט זיך יעצט צו עסן טריפה, זאגט ער: גארנישט. אייז, קאלט, אן עמאשענס, ווי א ראבאט. דאס איז די זעלבע סיבה וויאזוי ער האט געקענט דורכשטופן עטליכע יאר אלס איד, ענדיגן ש"ס. וויבאלד ער האט געהאלט א ציל עפעס צו עררייכן, און ער איז גרייט געווען דאס צו עררייכן פאר יעדן פרייז. מילה, פרומער איד, שאקלען, לערנען, פונקט ווי אן astronaut וואס גייט דורך שווערע איבונגען.

ער איז יונג, ער האט נאך א לאנגע לעבן, און ער האט דאס אנגעקוקט ווי עפעס א קאלעדזש יונעווערסיטעט, מ'טשעקט אריין און ארויס. אראפ די פיאות, און יעדער זאל פארגעסן פון דעם. אבער ער ווייסט נישט, אז איינמאל דו האסט געטרינקען פון די קולעי גייט דיך דאס באגלייטן פאר אייביג. עס קען זיין אז וויבאלד ער איז אזא ראבאט וועט אים זיין גרינגער צו אריבערמישן דאס בלעטל, דאס בלייבט פאר אים איבער צו זען.

עס איז מעגליך אז זיין אנטרינען ווערן איז אויך א חלק פון זיין עקספערימענט. ער וויל שפירן וויאזוי עס זעט אויס צו זיין א יוצא בשאלה.

אבער איך האלט אז די פרשה פון יחיאל איז א טעסטעמאני ווי שטארק די אידישע ליין איז. עס שפייט אויס יעדער וואס איז נישט אין דעם בלב ובנפש. נעם א געבוירענער איד, און קוק ווי שטארק ער ארבעט צו בלייבן קאמיטעט, ער פראבירט אלעס, אז נישט ווערט ער סיניקעל, פארטרוקענט אדער פאלט ער ארויס. די זעלבע זאך געשעט מיט גרים, און אסאך אסאך שטערקער. גרים ווערן אסאך סורפרייזט נאך די גירות געוואר צו ווערן וואס זיי האבן נישט געוויסט, און ווי שווער עס וועט זיין זיך איינצוגלידערן. אבער איינער וואס קומט אריין וועגן "עקספערימענטן" וועט זיך קיינמאל נישט האלטן. בעסער געזאגט, די עקספערימענט ארבעט נישט, נאר טאמער דו ביסט קאמיטעט, און דאמאלט איז עס נישט קיין עקספערימענט.

עס איז ביי מיר בלתי שום ספק אז ער האט קיינמאל נישט קאנעקטעט מיט אידישקייט, אדער אידישע מיסטיסיזם און ספירוטואליטי, נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האט זיך געשאקעלט ביים דאווענען. יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.

ער האט נישט געענטפערט געהעריג אויף קיין איין פראגע. ער זעט אויס צו זיין זייער א מאדנע איזולירטע מענטש. חתונה געהאט מיט איינער וואס איז דאפעלט די יארן פון אים. זיי האבן "צוזאמען" געטראפן אידישקייט, און "צוזאמען" פארלוירן אידישקייט.

פארוואס שטייט אז א גוי ששבת שבת חייב מיתה, ללמד אז מען קען נישט בלויז היטן שבת און אנהייבן שפירן. שבת איז נישט עפעס א טאגליכע קעלענדער וואס ברענגט מיסטיסיזם אויב דו היטסט עס, דו מוזט זיין אינגאנצן אין עס עס צו קענען שפירן.

יחיאל didn't get it. צו זיין מזל האט אים זיין ראבאטישע נאטור אים אהינגעשלעפט, איינגעשלינגען און אויסגעשפיגן.

פארשטייט זיך, אז די טיר איז נאכאלץ אפן, און יחיאל ישראל איז נאכאלס א איד, ער איז אלץ וועלקאום צוריק צו קומען תחת כנפי השכינה.

עם ישראל חי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 104 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר