קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 398 מאל

קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??

שליחה דורך כספי »

ס'ידוע דער עלטערער איד וואס האט זיך אפגערעדט אז געדענקען געדענקט ער וואו ער האט חתונה געהאט, ווען ער האט חתונה געהאט, אפילו מיט וועם ער האט חתונה געהאט, אבער פארוואס ער האט חתונה געהאט קען ער זיך נישט דערמאנען...

בינעך נאך טאקע נישט אזא עלטערער איד, און מיין חתונה איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, און כ'געדענק נאך יא פארוואס כ'האב חתונה געהאט, פארוואס טאקע? נישט אזוי אינטרעסאנט, אפאר טעמים, אבער די מעין סיבה איז די זעלבע ווי אדם הראשון, יעדער האט און איך נישט?! אבער רבונא דעלמא כולא, טאטע אין הימל! פארוואס האב איך חתונה געהאט??

וואס האב איך געטון די שטות בעולם, וואס האב איך פון די נארישע הייראט-בונד? וואס פארדין איך פון דעם, אויסער דארפן באדינען א אידישע טאכטער, און זיכער מאכן אז זי האט גענוג געלט צו קענען גיין שאפינג, אויסער אראפברענגען אפאר קינדער אויף אזא מיזרעבל וועלט, וואס איך אליין האב נאכנישט אויסגעפיגערט פארוואס פונקטליך בינעך דא, און כ'ברענג שוין אראפ נאך אפאר אומשולדיגע נשמות וואס זאלן זיך מוטשען מיט די זעלבע ספיקות, און פארשטייט זיך דארפן זארגן צו האבן געלט פאר זייערע אומגעהויער-הויכע פרייזן פאר שכר לימוד, און פאר זייערע קליידער און זייערע עסן וכו' וכו', וואס האט דאס אלעס אויסגעפעלט?

וואס וואלט מיך געפעלט, ווען איך זיץ מיך ווען יעצט אין א לערן אינסטוטוציע (ישיבה אדער אוניווערזיטעט וכדו') אליין, הארעווענדיג אויף א שטיקל שכל אליין אנע דאגות פון אשה ובנים? אנע עכטע דאגות פון עול הפרנסה, אנע דאגות פון די א.ג. שלום בית (וואטעווער אין די וועלט דאס מיינט), אנע דאגות פון התחייבות און אחריות צו די וואס הענגען זיך אויף מיר, העכסטנס אז מיינע עלטערן וואלטן מיר נישט געשטיצט וואלט איך ביינאכט געארבעט אין א רעסטוראנט/באר און אזוי אויסגעצאלט מיין לעכל בעיסמענט, עסן בין איך מילא נישט קיין גרויסער עסער כ'וואלט געקענט לעבן נאר אויף מיינע נאכט סעודות אינעם באר אדער רעסטוראנט, און שלום על ישראל ועל משיחו, וואט די העלל בין איך דא אריינגעפאלן

איי א גוט שטיקל בשר? נו, שוין, דער פון אויבן האט זיך שוין זיינע שלוחים, בכל ה' עושה שליחותו...

פארוואס האב איך נישט זוכה געווען צו טועם זיין פון די עץ הדעת (מאוויס – קאווע שטיבל וכו') פאר מיין אריינבונדן אין דעם קשר של קיימא, אפשר וואלט איך דעמאלטס געהאט די שטארקייט צו אפזאגן די נארישע לעכערליכע צודרייטע בונד וואס איך פארבינד מיך דא לכל ימי חיי עד זיבולא בתרייתא (ווי @רביה"ק זי"ע בשעתו)?? לכאו' וואלט איך מילא נישט געהאט די שטארקייט, אבער אפשר דאך? אפשר דאך? הלואי!

און וואס טו איך יעצט מיט מיינע קינדער, גיי איך זיי אריינלייגן אין די זעלבע לאך ווי מ'האט מיר אריינגעפארסט? הלואי ווען איך קען זאגן 'נאו העלל, קיינמאל גייט דאס נישט געשען', אוי הלואי!
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר