אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 654
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 962 מאל

אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

שליחה דורך עמרם »

די פאלגענדע נייעס זעהט אויס צי זיין אונטערסאנט,
עכ''פ אוודערווייל ווען מ'ווייסט נאך נישט פון וואס פונקטליך מען רעדט

ק''פ
אין א דראמאטישע שריט האט מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאררופן א היסטארישע אסיפה כללית פאר כלל חסידי וויזניץ סיי די היימישע עולם און סיי דער אלגעמיינע ציבור פון די פרעמד ווי די רבי שליט"א וועט איבערגעבן דעם דבר ה' ברמה וחובת השעה איבער א וויכטיגע ענין וואס איז עומד על הפרק:

צוליב ניטל האט די רבי נישט געזאגט קיין תורה ביי שלש סעודות די רבי האט מיט קורצע דיבורים באטאנט אז ער האט א פריוואטע פראבלעם וואס איז נוגע דעם גאנצן ציבור און אז ער וויל זיך דורכשמועסן מיט די עולם, דערביי האט די רבי אפעלירט צו יעדעם אשר שם וויזניץ יכונו מאנסי'ער חסידים סערט'ע חסידים דזיקוב'ע חסידים קאסוב'ע חסידים און אזוי אויך די אלגעמיינעם ציבור צו דאס איז גור, סאטמאר, בעלזא יעדער וואס קען זאל זיך משתתף זיין אין דעם כינוס.

די רבי האט נישט געזאגט פון וואס ער וועט רעדן און די מטרה פון דעם כינוס איז דערווייל נישט קלאר,
די גרויסע כינוס וועט פארקומען דעם קומענדיגע דינסטאג אויפדערנאכט אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ ווי די רבי וועט אדרעסירן דעם ספעציעלע אסיפה.

דער אשכול פארמאגט 97 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר