עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1519 מאל

עס דרייט זיך א וועלט - אסטראנאמיע

שליחה דורך דיכטער »

עס איז שוין פאהאן אן אשכול איבער דעם העכסט-אינטערעסאנטע טעמע גערופן אסטראנאמיע. נעמליך, דער נאטור און ארדענונג פון די שטערענס און פלאנטען אינעם הימל. אבער איך וויל פארט עפענען א פרישע אשכול אנהייבענדיג מיט די פונדאמענטן און פארזעצן פון זיי.

אלזא, לאמיר אנהייבן פון אנהויב: 

מיר אלע וואוינען אויף א רונדיגע ערד-קוגל (ווי איינפאך עס הערט זיך, זענען פארט פאהאן אזעלכע וואס עס איז זיי שווער צו באגרייפן אזא פאקט, אבער דאך איז דאס דער מציאות...) וועלכע הענגט אין דער הוילקייט און דרייט זיך ארום זיך אליין ווי א דריידל. אין דער זעלבע צייט דרייט זיך עס ארום דעם זון, ווי א סירקל.

עס נעמט פאר דעם ערד-קוגל צו ענדיגן א גאנצע דריי ארום זיך, בערך 23 שעה 56 מינוט מיט נאך 4 סקונדעס. דאס ווערט אנגערופן א סידעריאל טאג (sidereal day).

נאכדעם וואס דער ערד האט געענדיגט א גאנצע סירקל ארום זיך, איז דער זון נאכאלץ נישט אויפן זעלבן פלאץ אינעם הימל ווי עס איז געווען פונקט ווען ער האט אנגעהויבן דעם רונדע, דאס איז צוליב דעם וואס דערווייל וואס דער ערד האט זיך ארום געדרייט ארום זיך, איז ער אויך אינעם זעלבע צייט ארום געפארן דעם זון מיט אביסל, דעריבער וועט עס נעמען פאר דעם ערד-קוגל נאך א קליין שטיקל דריי, נאך בערך 3 מינוט מיט 56 סעקונדעס, ביז ווען דער זון וועט זיין פונקטליך אויפן זעלבן פלאץ אינעם הימל וואו עס איז געווען נעכטן. קומט אויס אז עס האט גענומען 24 שעה פאר דעם זון אנצוקומען נאכאמאל צום זעלבן פונקט אינעם הימל. דאס איז א טאג.

דער וועלט ענדיגט א רונדע ארום דעם זון נאך 356 טעג 48 מינוט מיט 46 סקונדעס בערך. דאס מיינט אז נאך 356 מאל וואס דער וועלט האט זיך געדרייט ארום זיך וועט עס האבן גענדיגט א גאנצע הקפה ארום דער זון.

דער וועלט דרייט זיך נישט אינגאנצן גלייך ארום זיך - קעגן דעם זון, נאר דער פלאץ ווי עס דרייט זיך איז עטוואס גענויגט אראפ פונעם שפיץ, מיט בערך 23 דעגרי. 

אזוי אויך דרייט זיך דער ערד-קוגל ארום דעם זון, נישט אין א פונקטליכע רונד, נאר דער זון געפונט זיך נענטער צו איין זייט פונעם רינג. דאס הייסט אז פאר א שטיק צייט אינעם רונד איז דער וועלט נענטער צו דער זון און א שטיק צייט איז ער ווייטער.

דער נענטסטע וואס דער וועלט איז צו דעם זון אינעם רונד איז ארום דער דריטער אין יאנואר ווען דער וועלט איז בערך 148,000,000 (הונדערט אכט און פערציג מיליאן) קילאמעטער ווייט פונעם זוהן און דער ווייטסטע איז ארום 6 אין יולי דעמאלס געפונט זיך דער וועלט בערך 152,000,000 קילאמעטער ווייט פונעם זון. 

דאס מיינט אז דער זון איז אין פאקט נענטער צו דער וועלט מיט 5 מיליאן קילאמעטער אין דער ווינטער (ווען עס איז ווינטער אויפן צפון חלק פונעם וועלט) ווי אין דער זומער.

אין דער צייט וואס דער ערד-קוגל געפונט זיך נענטער צו דער זון, דרייט זיך עס ארום זיך עטוואס שטייטער און אזוי אויך דרייט זיך עס ארום דעם זון שטייטער, דאס איז צוליב דעם וואס דער גראוויטעיט פון דער זון ווירקט דאמאלס שטערקער אויף דעם ערד קוגל.

קומט אויס אז נישט יעדן טאג איז פונקט פיר און צוואנציג שעה לאנג און אזוי אויך איז דער ווינטער תקופה ווירקליך לענגער ווי דער זומער.

(דאס פארענטפערט פארוואס חצות רוקט זיך דורכאויס דעם יאר. עס וואלט ווען געדארפט זיין פונקטליך דער זעלבע צייט יעדן טאג, אויפן ווינטער זייגער מיט פונקט א שעה פריער ווי אויפן זומער זייגער, ווייל חצות איז פונקט אינמיטן טאג אדער נאכט און אפילו ווען דער טאג און דער נאכט זענען נישט דער זעלבע לאנג איז אבער האלבע טאג און האלבע נאכט דער זעלבע צייט יעדן טאג. ווייל ווען עס ווערט לענגער אדער קערצער פון איין זייט ווערט עס אויך לאנגער און קערצער פון דער אנדערע זייט (אין דער תקופה וואס דער זריחה ווערט פריער ווערט דער שקיעה פונקט אזוי פיל שפעטער) און אזוי אויך פארקערט. און דער מיטל פונקט דארף דאך בלייבן אויפן זעלבע פלאץ. נאר צוליב דעם וואס נישט יעדער טאג איז דער זעלבע לאנג, קומט אויס אז אפילו דער זייגער ווייזט חצות האט זיך דער פריעדיגע טאג נאכנישט געענדיגט.)

דער ערד ווי אויבנדערמאנט דרייט זיך ארום זיך אליין יעדער כמעט 24 שעה און ווי שוין פריער געשמועסט, דרייט זיך עס נישט פונקט גראד קעגן דעם זון נאר דער פלאץ ווי דער דריי פאסירט, איז מיט בערך 23 דעגרי אוועק פונעם שפיץ וואס איז דער מערסטע צפון טייל פונעם ערד-קוגל. דאס פאראוזאכט די טויש אין סעזאנען וועלכע מיר האלטן מיט יעדערס יאר, ווייל צוליב דעם וואס דער דריי איז אמאל אוועקגענויגט פונעם זון און דאן קען דער זון נישט שיינען דארט און שפעטער איז עס גענויגט צו דער זון וואס דעמאלס שיינט דער זון פול שטערקער דארט, ביידטן זיך אזוי די תקופות.

מען קען עס אילוסטרירן פון אן אנדערע פרעספעקטיוו. טאמער וואלט זיך דער וועלט געדרייט ארום זיך - ליגענדיג, דאס הייסט ווען דער שפיץ פונעם דריי, איז פונקט אויסגעדרייט צו דער זון, וואלט זיך דער וועלט געקענט דרייען ווי פיל ער וויל אבער נאכאלץ וואלט פונקט א האלבע וועלט אייביג געוען טאג און א האלבע וועלט וואלט אייביג געווען נאכט. אזוי אויך, טאמער וואלט דער דריי-אקסען (Axes of rotation) געווען פונקטליך ביי דער זייט, פונקט ביי דעם פאזיציע וואס איז צווישן דער חלק ערד וואס איז קעגן דעם זון און דער חלק וואס איז אוועקגעדרייט פון איהם, וואלט יעדער פלאץ אינעם ערד-קוגל געהאט פונקט 12 שעה טאג און 12 שעה נאכט, נישט קיין חילוק ווי זיי וואוינען.
יעצט אבער אז דער דריי-אקסען איז ערגעץ אינצווישן, קומט אויס אז ווען דער וועלט איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז דער דריי איז אויסגעדרייט צו דעם זון האבן אלע וועלכע וואוינען אין יענער געגענט נישט קיין נאכט און ווען דער וועלט איז אויסגעשטעלט אז דער דריי איז פונקט ביי דעם זייט, איז נישט קיין חילוק ווי אויפן וועלט דער דריי איז, ווי לאנג עס איז אויפן האריזאנט דארט ווי דער זון-שיין ענדיגט זיך, וועט זיין א באלאנס פון טאג און נאכט איבעראל אויפן וועלט.

דורכאויס דעם יאר ווערט געטוישט דער פאזיציע פונעם דריי-אקסען רעלאטיוו צו דער זון, ווייל ווי שוין פריער געברענגט דרייט זיך דער וועלט ארום דעם זון און אזוי ארום טוישט זיך עס אין פארלויף פונעם יאר, אמאל איז עס מיטן פנים צום זון, אמאל איז עס ביי דעם זייט און אמאל אוועקגעדרייט פון איהם. צוברענגענדיג צו די טויש פון סעזאנען.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר