ווען גייט מיין ניק ווערן אקטיוויזירט?

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

ווען גייט מיין ניק ווערן אקטיוויזירט?

שליחה דורך מנהל »

ווען דו רעגיסטרירסט זיך פאר א קאווע שטיבל ניק דארפסטו ווארטן מיט געדולד אז דער ניק זאל ווערן באשטעטיגט און אקטיוויזירט. דאס נעמט געווענליך נישט מער ווי 2-3 טעג, אבער קען נעמען ביז צוויי וואכן.

ווען א ניק ווערט באשטעטיגט ווערט דאס געמאלדן אין דעם שלום עליכם אשכול, וואו ס'ווערט ארויפגעשטעלט די ווערטער מיט וואס דער מעמבער האט זיך פארגעשטעלט אין זיין רעגיסטראציע בויגן.


ווי אזוי ווייס איך אויב מיין ניק איז אנגענומען געווארן?
דו וועסט באקומען אן אימעיל וואס וועט דיר מודיע זיין.


ווי אזוי קען איך וויסן אויב מיין ניק איז נישט אנגענומען געווארן?
צוויי וועגן: 1) עס איז שוין דורך צוויי וואכן זייט דו האסט זיך רעגיסטרירט, און דו האסט נישט באקומען קיין אימעיל אז דער ניק איז אקטיוויזירט געווארן. 2) מעמבערס וואס האבן זיך רעגיסטרירט נאך דיר, זענען שוין באשטעטיגט געווארן אינעם "שלום עליכם" אשכול. (אויף דעם לינקען זייט אונטער דער נאמען פון יעדן ניק, שטייט ווען ער האט זיך רעגיסטרירט.)


פארוואס איז מיין ניק נישט אנגענומען געווארן?
מסתמא ווייל דו האסט נישט גענוי נאכגעפאלגט די אנווייזונגען אינעם רעגיסטראציע בויגן. כדי א ניק זאל אנגענומען ווערן דארף דער ניק זיין מיט אידישע אותיות (נישט ABC אדער נומערן), מ'דארף זיך פארשטעלן פאר'ן ציבור מיט א נארמאלע פארשטענדליכע שפראך אין אידיש, און מ'דארף זיך רעגיסטרירן מיט א גילטיגן אימעיל אדרעס. אויב איז דא אן אנדערע סיבה פארוואס דיין ניק איז נישט אנגענומען געווארן, וועט עס געווענליך געמאלדען ווערן אינעם "שלום עליכם" אשכול הנ"ל.


וואס קען איך טוהן אויב מיין ניק איז נישט אנגענומען געווארן?
דו קענסט זיין א לייענער פון קאווע שטיבל. לייענערס וואס זענען נישט קיין מעמבערס קענען לייענען די ערשטע הודעה פון יעדן אשכול. אזוי אויך קענסטו זיך נאכאמאל רעגיסטרירן אלס א מעמבער, און דאס מאל מאך זיכער גענוי אויסצופאלגן די אנווייזונגען.


מיין ניק איז נישט אנגענומען געווארן, און יעצט ווען איך וויל מיך נאכאמאל רעגיסטרירן, לאזט מיך נישט דער סיסטעם נוצן די זעלבע אימעיל אדרעס. וואס קען איך טוהן?
צום באדויערן קען מען נישט נוצן די זעלבע אימעיל אדרעס צוויי מאל. נוץ אן אנדערע גילטיגע אימעיל אדרעס.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

Re: ווען גייט מיין ניק ווערן אקטיוויזירט?

שליחה דורך תשפג »

מנהל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 3:13 pm
ווי אזוי קען איך וויסן אויב מיין ניק איז נישט אנגענומען געווארן?
צוויי וועגן: 1) עס איז שוין דורך צוויי וואכן זייט דו האסט זיך רעגיסטרירט, און דו האסט נישט באקומען קיין אימעיל אז דער ניק איז אקטיוויזירט געווארן. 2) מעמבערס וואס האבן זיך רעגיסטרירט נאך דיר, זענען שוין באשטעטיגט געווארן אינעם "שלום עליכם" אשכול. (אויף דעם לינקען זייט אונטער דער נאמען פון יעדן ניק, שטייט ווען ער האט זיך רעגיסטרירט.)

א גרויסען שכוח מנהל פארן אויסקלארען.
איין קליינט הערה… ס׳דאכט זיך מיר אז די צייט זיך רעגיסטרירט וואס ס׳שטייט נעבן די ניק איז ווען די מנהל האט אפראוועד די ניק, נישט ווען מ׳האט זיך פיזיש איינגעשריבען. (עט ליעסט אזוי איז געווען ווען איך האמיך רעגיסטירט).
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

Re: ווען גייט מיין ניק ווערן אקטיוויזירט?

שליחה דורך אבימלך »

ביי מיר שטייט יא די צייט ווען איך האב מיך איינגעשריבן

(נאר ביי די ערשטע תגובה אין די שלום עליכם אשכול, שטייט ווען מ'איז געווארן אפראווד)
רעאגיר