זיין באקוועם מיט זיך אליין

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 851
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2391 מאל

זיין באקוועם מיט זיך אליין

שליחה דורך שעפטאל »

לכבוד תגובה 770 ...


טריגער'ס מיט אונזער קאופּינג מעקעניזים'ס

אין די מאדערנע וועלט איז גאר אפט געניצט דעם ווארט טריגער.
יענער האט מיך נישט צוריק גע'גריסט, אוועק געמאכט מיין מיינונג, כ'בין געווארן גע'טריגערט.

א טריגער איז דעם קנעפל וואס פרישט אויף טיפע וואונד'ן וואס כ'שטופ שוין אראפ פון אלס קינד און יונג בחור'ל.

ס'ברענגט ארויף א שטארקע בושה פון זיך אליין, גילט, כעס, צובראכנקייט. ווי שטארק כ'בין געוועהן מיט זיך א רגע פריער, יעצט בין איך גענצליך אומזיכער. ווי מער כ'זינק איין אין דעם לאך, אלס ארגער שפיר איך.

וואס טוהט מען אויב ס'איז נישט באקוועם? מ'לעשט אויס דעם קאמפיאטער (מוח), מ'אנטלויפט פון זיך אליין.

ווי אזוי? אסאך וועגן.. מ'ווארפט זיך אריין אין די ארבעט, מ'לויפט צו חברים פארברענגן, מ'טרינקט א לחיים, מ'רייכנט סחורה, ז"ל, וכדו'.

ביי שמונה עשרה, ערגעץ ארום מודים איז מען שוין אמאל גע'טריגערט.. אבער ב"ה מ'האלט שוין נאנט צום סוף, מ'געט א כיפער אפ, עושה שלום.. יעצט בינעך שוין נישט אליין מיט מיינע געפיהלן, ס'איז ב"ה געלונגען, כ'פיהל בעסער. אבער די שרשים זענען נאך דא. זיי גייען ארויף קומען אין אנדערע געלעגענהייטן.
---


די אמת..

אין ישיבה לערענט מען אונז, א קשיא איז א טיר צו א נייע טיפע הבנה אינעם סוגיא. אנטלויף נישט פונעם קשיא.

די טריגער'ס זענען אויכעט טירן זיך צו באפרייען פון אלטע באגראבענע צער. אדער גאר האלוועי'ס צום אויסהיילונג, לייטער'ס ארויפצוגיין צו אונזער העכסטע שלימות אין סעלף עווירנעס.

מכל משמר נצור לבך. (פון אלעס וואס דו היט'סט אפ, היט דיין הארץ די מערסטע). אונז קענען זיין בעל הבית אויף אונזער געפיהל, אונז דארפן נישט זיין ווי דעם שוועל וואס די הרגשים קומען און גייען אדורך, אונז דארפן נישט זיין וויקטעם'ס און בלעים'ן אנדערע פארן ארויף ברענגן אומבא'טעם'טע געפיהלן. די געפיהל איז בכלל נישט קובע ווער דו ביסט. אדרבה, דו קענסט מחליט זיין ווי אזוי צו פיהלן


ווי אזוי

דעם טריגער ווייזט דיך די אומגעהיילטע חלקים (פונעם איננער טשיילד). ער שרייט אויס "כ'וויל מער נישט טאלערירן דאס וואס כ'האב אמאל אנגענומען". ער איז דעם GPS דיך צו ווייזן דעם וועג אהיים צו דיין הארץ, דיין אינטאואישן. אנשטאט צו אנטלויפן (סייווי נישטא ווי) אפשר קאננעקט מיטן אינערליכען קינד, זעה ווי ער דארף עמאציענעלע סופארט, חיזוק, און ליבשאפט.

פראביר צו זעהן ווען נאך האסטו שוין געפיהלט וואס דו פיהלסט, וואס איז די שורש פון דעם געפיהל. געווענדליך האט עס א שייכות מיט די עלטערן. זיי דו די גוטע עלטערן צו זיך אליין.
---


האסט א קעפל פאר דעם? ס'איז די רעגולאר שעפטי טאולק...

(כ'האב יעצט א טריגער.. "שעפטי: קיינער וועט נישט פארשטיין, דער וואס יא, דארף עס נישט. א שאד די צייט". אבער כ'זיץ מיט זיך אביסל. וואס שטערט מיך אויב מ'וועט עס אנקוקן אלס באורינג, מ'וועט טראכטן אז מיינע תגובות זענען נישט אינטרעסאנט, מ'וועט אויפהערן ליינן וואס כ'שרייב, מ'וועט נישט לייקן, און? אה! דא ליגט די הינט באגראבן, כ'וועל שפירן אומ'באליבט, אומניצבאר, איבריג.
פארוואס האב איך מורא פון דעם? ווען האב איך אין מיין לעבן געשפירט איבריג? (יא. אוואדע אלס קינד. משום כך וכך)
איין מינוט. פארוואס שרייבעך דעם תגובה? אויכעט כדי צו שפירן ניצלעך.

ס'גייט ווייטער.. כ'וויל שפירן ווי כ'געב צו צום וועלט און נישט ווי א פיפטע ראד. פארוואס? אפשר בין איך גוט אפי' אהן צוגעבען?

צום סוף איז געבליבן אז כ'האב זיך ליב אפי' אויב כ'טוה גארנישט אויף, און כ'וויל אטענשן, און כ'וויל גרינגער מאכן דיין לעבן. אבער אפי' אויב קיינער האט עס נישט ליב, פייף איך ענק אלע אהן. טוה מיר עפעס. איך האב זיך עף'ן ליב! ווייל איך בין מיך!!! :P)

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר