שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24964 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15093 מאל
קאנטאקט:

שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

די פארגאנגענע וואך (פ' יתרו למספ.') איז (ליידער, בעוה"ר) פארגעקומען א שרעקליכער, ווילקירליכער פאל (כלשון הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו) דורך די (פארשאלטענע) ציונים, רח"ל, עפ"ל, שר"י.

אין מערב ברעג פון די אקופירטע שטחים אין מדינת ישראל וואס די (טמא'נע) ציונים שר"י עפ"ל וכו' כבר אמרנו האבן איינגענומען אין די ששת ימי אפילה, וואו ס'וואוינט א גרויסע פאלעסטינער ציווילע באפעלקערונג, זענען געווען 3 פאלעסטינער קעמפער פון די כאמאס פרייהייט ארגאניזאציע וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין א שפיטאל אין די שטאט "דזשאנא". אויס מורא אז די רוצח'ישע סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל שר"י פון מדינת ישראל וועלן זיי (ח"ו) הרג'נען. זיי זענען געווען אינגאנצן פרידליכע פרייהייטס קעמפערס.

ואשר יגורנו בא. די טמא'נע, רשעות'דיגע ציונים האבן זיך פארשטעלט פאר דאקטוירים און (פרומע) אראבישע נוירסעס, מיט א ווהילטשעיר. אונטער זייערע דאקטוירישע קיטלען האבן זיי געהאט געווער. זיי האבן דערשאסן די פרידליכע פאלעסטינער פרייהייטס קעמפערס. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

די גאנצע (אנטיסעמיטישע) וועלט איז שרעקליך אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון די ציונים/אידן.

א לאו פראפעסאר פון א פראמינענטע אוניווערזיטעט אין ענגלאנד האט געזאגט אז די ציונים האבן "עובר" געווען אויף אן אינטערנאציאנאלע געזעץ פון קריג, אז מ'טאר נישט אריינגיין אין א שפיטאל און שיסן.

דער רבי שליט"א האט געזאגט ביי די ספעציעלע אסיפה אז דאס איז גורם אז די וואוילע גויים זאלן פיינט האבן אידן, ווייל זיי האלטן אז אלע אידן זענען ציונים, רח"ל, און די ציונים זענען דער מקור פון אלע צרות, רח"ל. אין שנת ת"ח ות"ט האבן די וואוילע אוקראינער גויים געגלעט די אידן און זיי געגעבן ציקערלעך. הרב שמאפלאן האט אויך פארציילט ווי ווייט פרידליך די אידן האבן געלעבט מיט די גויים, ביז די ציונים זענען געקומען, דאמאלס זענען זיי געצווינגען געווארן צו מאכן פאגראמען אויף אידן, אלעס צוליב די ציונים. ווער רעדט נאך פון די נאציס, זיי זענען דאך געווען זייערע בעסטע חברים.

דער רבי שליט"א האט גערופן אלע ערליכע אידן ארויסצוגיין מאכן א גרויסע מחאה ביי די טמא'נע ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן. באסעס וועלן פארן פון 85 דיוויזשאן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג.

נ.ב.: דאס אויבנדערמאנטע נייעס באריכט איז געווען אין "דער בלאט" געשריבן און רעדאגירט דורך הרב. ש.ב. מרגליות און הרב חיים שלמה בערגער זצ"ל.


לידיעת א-----: אויב דו האסט נישט פארשטאנען וואס מ'האט דא געשריבן קען איך עס דיר פארטייטשן אויף אונגאריש אדער אויף ספאניש.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר