בלאט 1 פון 1

שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
די פארגאנגענע וואך (פ' יתרו למספ.') איז (ליידער, בעוה"ר) פארגעקומען א שרעקליכער, ווילקירליכער פאל (כלשון הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו) דורך די (פארשאלטענע) ציונים, רח"ל, עפ"ל, שר"י.

אין מערב ברעג פון די אקופירטע שטחים אין מדינת ישראל וואס די (טמא'נע) ציונים שר"י עפ"ל וכו' כבר אמרנו האבן איינגענומען אין די ששת ימי אפילה, וואו ס'וואוינט א גרויסע פאלעסטינער ציווילע באפעלקערונג, זענען געווען 3 פאלעסטינער קעמפער פון די כאמאס פרייהייט ארגאניזאציע וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין א שפיטאל אין די שטאט "דזשאנא". אויס מורא אז די רוצח'ישע סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל שר"י פון מדינת ישראל וועלן זיי (ח"ו) הרג'נען. זיי זענען געווען אינגאנצן פרידליכע פרייהייטס קעמפערס.

ואשר יגורנו בא. די טמא'נע, רשעות'דיגע ציונים האבן זיך פארשטעלט פאר דאקטוירים און (פרומע) אראבישע נוירסעס, מיט א ווהילטשעיר. אונטער זייערע דאקטוירישע קיטלען האבן זיי געהאט געווער. זיי האבן דערשאסן די פרידליכע פאלעסטינער פרייהייטס קעמפערס. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

די גאנצע (אנטיסעמיטישע) וועלט איז שרעקליך אויפגעברויזט אויף די חוצפה פון די ציונים/אידן.

א לאו פראפעסאר פון א פראמינענטע אוניווערזיטעט אין ענגלאנד האט געזאגט אז די ציונים האבן "עובר" געווען אויף אן אינטערנאציאנאלע געזעץ פון קריג, אז מ'טאר נישט אריינגיין אין א שפיטאל און שיסן.

דער רבי שליט"א האט געזאגט ביי די ספעציעלע אסיפה אז דאס איז גורם אז די וואוילע גויים זאלן פיינט האבן אידן, ווייל זיי האלטן אז אלע אידן זענען ציונים, רח"ל, און די ציונים זענען דער מקור פון אלע צרות, רח"ל. אין שנת ת"ח ות"ט האבן די וואוילע אוקראינער גויים געגלעט די אידן און זיי געגעבן ציקערלעך. הרב שמאפלאן האט אויך פארציילט ווי ווייט פרידליך די אידן האבן געלעבט מיט די גויים, ביז די ציונים זענען געקומען, דאמאלס זענען זיי געצווינגען געווארן צו מאכן פאגראמען אויף אידן, אלעס צוליב די ציונים. ווער רעדט נאך פון די נאציס, זיי זענען דאך געווען זייערע בעסטע חברים.

דער רבי שליט"א האט גערופן אלע ערליכע אידן ארויסצוגיין מאכן א גרויסע מחאה ביי די טמא'נע ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן. באסעס וועלן פארן פון 85 דיוויזשאן עוו. אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג.

נ.ב.: דאס אויבנדערמאנטע נייעס באריכט איז געווען אין "דער בלאט" געשריבן און רעדאגירט דורך הרב. ש.ב. מרגליות און הרב חיים שלמה בערגער זצ"ל.


לידיעת א-----: אויב דו האסט נישט פארשטאנען וואס מ'האט דא געשריבן קען איך עס דיר פארטייטשן אויף אונגאריש אדער אויף ספאניש.

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm
דורך ארכיטקט
נאר דעי צוויי שפראכן קענסטו?

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm
דורך ארכיטקט
אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:12 am
דורך שמעון וואלף
בערלע, מ'האט דערלעבט. ענדליך פארשטייסטי שוין אז אזוינע געשרייבאכצער געהערט אין שמייכל. אבער וואס איז געשען מיט דיינע סמייליס?

כ'האב מורא די קאלעכסט רח"ל מהאי דעתא עפ"ל שר"י

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:44 am
דורך אסטראלאג
ליידער ביטער אמת וואס איר שרייבט. צו מיר רעדט מען נישט קיין ווערטלעך וכדומה. גראד צום פינטל
שמאפלאן* מיינט איר מסתמא הגאון רבי ברוך קאפלאן זצ"ל.

די איינציגסטע הצלה פאר כלל ישראל איז אז די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ווערן.

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:02 am
דורך berlbalaguleh
ארכיטקט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm נאר דעי צוויי שפראכן קענסטו?
ניין: נאך א ביסל מער (ב"ה).

מ'מוז דאך עפעס איבערלאזן פאר'ן עניוות...!

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:12 am בערלע, מ'האט דערלעבט. ענדליך פארשטייסטי שוין אז אזוינע געשרייבאכצער געהערט אין שמייכל. אבער וואס איז געשען מיט דיינע סמייליס?

כ'האב מורא די קאלעכסט רח"ל מהאי דעתא עפ"ל שר"י
:D :D :D

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:11 am
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: די איינציגסטע הצלה פאר כלל ישראל איז אז די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ווערן.

אכיה"ר: (אומיין קיין יעהי ראאצן). צוזאמען מיט דיר און הרב ישראל דויד ווייס וסייעתו. געדענק. ווען משיח וועט קומען, גאר בקרוב אי"ה. און עטץ וועטס ענק שטעללן אין די ליין צוזאמען מיט די אידן, וועל איך ענק (בלי"נ) פארטרייבן און זאגן אז עטס זאלסט גיין צו ענקערע פאלעסטינער ברידערס און שוועסטערס, רחמנא ליצלן מהאי דעתא..

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:15 am
דורך berlbalaguleh
ארכיטקט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש
כדי מסביר צו זיין אין פלעמיש מוזסטו שטיין פנים אל פנים מיט מיר. איך האב נישט אזעלכע לאנגע הענט...!

נאר איך האב א גוטן פריינט וואס רעדט זייער גוט פלעמיש. ער הייסט משה חיים פרידמאן. ער וואוינט אין בעלגיע. ער האט לעצטנס גערעדט אויף די בעלגישע טעלעוויזיע.

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:59 am
דורך שמן למאור
כ'בין נייגעריג אויב נאכן ליינען אזוי סאך פון די ארטיקלען ווערט מען אזוי, אדער ס'איז פשוט אז דער וואס איז שוין מתחילה אזוי דער ליינט די ארטיקלען...?

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 9:19 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:15 am
ארכיטקט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש
כדי מסביר צו זיין אין פלעמיש מוזסטו שטיין פנים אל פנים מיט מיר. איך האב נישט אזעלכע לאנגע הענט...!

נאר איך האב א גוטן פריינט וואס רעדט זייער גוט פלעמיש. ער הייסט משה חיים פרידמאן. ער וואוינט אין בעלגיע. ער האט לעצטנס גערעדט אויף די בעלגישע טעלעוויזיע.
ער האט זיך צובראכען די ציין....
אפשר ווייל ער איז געווען נערוועז.....

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 1:55 pm
דורך berlbalaguleh
שמן למאור האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:59 am כ'בין נייגעריג אויב נאכן ליינען אזוי סאך פון די ארטיקלען ווערט מען אזוי, אדער ס'איז פשוט אז דער וואס איז שוין מתחילה אזוי דער ליינט די ארטיקלען...?
ייש"כ: ס'איז א גוטע חקירה. נאר איין זאך וועל איך מודה זיין. איך האב געליינט זייער א סאך פון די ארטיקלען און שרייבאכצער פון הרב סענדער (דער) דייטש זכותו יגון עלינו. ס'האט זיך מיר איינגעזאפט אין בלוט. אין די זעלבע צייט האט עס געמאכט מיין בלוט פרעשור ארויפגיין צו גאר הויכע שטאפלען.

די היינטיגע שרייבערס אין "דער איד" און אין "דער בלאט" קומען נישט צו צו זיינע קרסולים. (דו ביסט דאך נישט אסטראלאג, האפנטליך. ווייסטו וואס דאס ווארט מיינט.).

ער איז געווען מיין רבי אין שרייבן אידיש. ער איז געווען א חד בדרא. זיין אידעאלאגיע (און דעמאגאגיע) איז שוין א צווייטע זאך.

דיין כונה אין שרייבן די תגובה (צו מיר) האביך אויך פארשטאנען. איך ווייס (פונקטליך) פון וואו דו קומסט. כאטש איך וועיס נאכנישט (כלשון האדמו"ר מ'סקווירא שליט"ע) ווער דו ביסט. כ'בין נישט זיכער אז איך וויל וויסן. א גוטן שבת...!

Re: שרעקליכע התגרות באומות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא

נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2024 2:02 pm
דורך berlbalaguleh
מנשסתר האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 9:19 am
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:15 am
ארכיטקט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 11:56 pm אפשר ביסטו מיר מסביר אין פלעמיש
כדי מסביר צו זיין אין פלעמיש מוזסטו שטיין פנים אל פנים מיט מיר. איך האב נישט אזעלכע לאנגע הענט...!

נאר איך האב א גוטן פריינט וואס רעדט זייער גוט פלעמיש. ער הייסט משה חיים פרידמאן. ער וואוינט אין בעלגיע. ער האט לעצטנס גערעדט אויף די בעלגישע טעלעוויזיע.
ער האט זיך צובראכען די ציין....
אפשר ווייל ער איז געווען נערוועז.....
דאס איז נישט דער עיקר: ער האט דאך צזאמגערעדט שטותים והבלים. און שעדליכע זאכן.

דו האסט אפשר געהערט (אויף איינס פון די קליפס וואס מ'האט דא ארויפגעברענגט) זיין אינטערוויו אויף די אראבישע על-דזשאזירא סטאנציע. וואו ער האט גערעדט שטותים והבלים (אפילו לשיטתו). דער אראבישער האוסט האט איהם געדארפט האלטן אין איין דערמאנען אז ער זאל רעדן צו דער זאך. און ענטפערן אויף זיינע שאלות.