בלאט 1 פון 1

נאכט לאמפ'ס מחשבות - תפלה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:35 pm
דורך נאכט לאמפ
בסיעתא דשמיא

טאטי'ס קוש


אוי באשעפער
העלף מיר מיט מיין הארץ קלאפעניש
איך ווייס
דו האסט ענדלאזע בקשות אויף דיין טיש
איך בעט נישט פאר קיין סאך
נאר אויף א ליבליך גלעט און קוש

המכלכל חיים
פאר א יעדע באשעפעניש
פותח את ידיך
קליין ביז גרויס לויט זיין באדערפעניש
איך גלייב בשלימות
אן קיין פארענדערניש
אפילו ס'איז שווער
אן א שיעור פארבלענדעניש

דו ביזט
מיין טאטעניו
מיין העלד און געווער
מיין ליבליכער פאטער
וואס מאכט עס גרינג און שווער
דו באשענקסט מיר
מיט אלע צוגעהער
מיין שמייכל אין מיין פארקלעמטע טרער

טאטי?
ס'איז מיר.
עמי.
סיז מיר אויף די אנדערע זייט טרייבל
ביטע הייב אויף
איך וויל הערן דיין שטימע
אזוי צערטל און איידל

איך ווייס
איך גלייב
דו האסט שוין פון מיין מאמעס געדערעם מיר אויפגעהויבן
דו טוסט מיר ווינקען און ווייזן
און פאר דעם זאג איך מודים
אבער צומאל איז עס שווער
צו גלויבן אז ס'איז דא איינער אויבן

אפילו

אפילו ס'איז אסאך מאל שווער און ביטער
איך שפיר זיך אליינס
ווי פאר'יתומ'ט פון פאטער און מוטער
גלייב איך אז
דו ביזט דער וואס פירט מיר אריבער
דע צייטן וואס איך בין פארקלעמט
און אין די נאכט איך ציטער

נעם מיך ארום

שטערקער

איך וויל פילן דיין אטעם
דיין צערטל האנט אויף מיין באק

דיין קוש אויף מיין שטערן

Re: תפילה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:35 pm
דורך שעפטאל
וואו!!!
דער נאכט לאמפ האט אנגעהויבן באלייכטן דעם נאכט מיט א הערליכע תפילה!!!

די שרייבסט "ס'איז מיר עמי"
דיין שרייבן דערמאנט מיך פון אן ארטיקל אויפן וועקער "מיין תפילה איז נישט פארלוירן". מיט נאמען ע. ערפס.

די זעלבער הארציגער לאמפ?

אזוי צו אזוי
פליז מעני מאר!!!

Re: תפילה

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:23 am
דורך נאכט לאמפ
@שעפטעל,

יא, די זעלבע לאמפ…

א גרויסען דאנק פאר די חיזוק.

Re: תפילה

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:52 am
דורך נאכט לאמפ
איך באוואונדער אז דו האסט צוזאמגעשטעלט די צוויי אין עס געדענקט פין אזוי לאנג צוריק!

Re: תפילה

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:29 am
דורך שעפטאל
למען האמת. כ'בין נישט אזא מעכטיגע מבין. כ'האב עס צאמגעשטעלט בדרך לא דרך.
--

ווען כ'האב געליינט דיין יעצט'יגן שטיקל האט מיין הארץ מיט גע'דאווען'ט!
וועקער קוואליטעיט אינעם הייליגען שטיבל דורך אונזער הייליגער עמי!

Re: תפילה

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:20 am
דורך נאכט לאמפ
וואו!! באמת א שקויעך פארן דעס מיטיילן מיט מיך!
איך גיי דיר דערציילען:
פריער היינט האב איך געזיצן מיט א חבר אין פארברענגט, אזוי רעדנדיג איז אריינגעקומען עפעס וועגן א שטיקל וואס איך האב געשריבען א לאנגע צייט צוריק (לעצטענס האט זיך מיין פעדער אויסגעטריקנט אביסל), און בשעת׳ן עס אפירזיכן האב איך זיך אהנגעשטויסען אין ׳טאטי׳ס קיש׳. מיטן ערשטען בליק האב איך געמיינט אז ס׳איז א אימגעפערטיגטע פאעזיא, כ׳האב עס דאך געליינט צי מיר, און זיך דערמאנט איבער דעם (א לאנגע מעשה פאר זיך). ווען איך האב עס איבערגעליינט פאר מיין חבר אויפן קול האב איך זיך געטראפען שטיקען…

איך האף אין בעט אז מיין ליבע טאטע וועט מיר צוריק אנפילען מיין טינט, ס׳איז א מתנה וואס איך קען נישט גענוג דאנקען אויף.