זענען מיר אלע ממזרים?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5560 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1325 מאל

זענען מיר אלע ממזרים?

שליחה דורך טמיר »

להלכה, אויב איין זיידע אדער באבע, נישט קיין חילוק וויפיל דורות אויף צוריק, איז געווען א ממזר, האט מען א דין פון א ממזר. לפי"ז, לכאורה, סטאטיסטיקלי וואלטן אלע יודן געדארפט האבן א דין ממזרים. וכדלהלן.

לאמיר קלערן וויפיל פראצענט מענטשן זענען געווען (אליינס) ממזרים. מען דארף פארשטיין אז אמאל איז געווען סאך מער שכיח דער זאך, וועגן כמה סיבות. קודם כל, אז א פרוי איז געווארן באצווינגען אדער איבערגערעדט, איז נישט געווען קיין וועג צי מונע זיין פון ווערן טראגעדיג. ווי אויך איז קאנדאמס א נייע ערפינדונג. ווי אויך איז נישט ווי היינט אז מיט די.ענ.עי. קען מען קלאר וויסן ווער דער טאטע איז, איז אמאל נישט געווען קיין שום וועג צי וויסן. חוץ מזה וואס ס'איז סתם אזוי נישט געווען קיין מעטאדן צי נאכגיין פארברעכער בכלל. מענטשן זענען געווען סאך לענגער אוועקגעפארן פאר ארבעט וכדומה. בקיצור, כ'מיין אז ס'לאזט זיך זאגן אז א ראטע פון 1/10,000 איז אונטערגעשאצט.

יעצט, וויפיל אור-עלטערן האט יעדער (חוץ בן גרים) צוריק ביז מתן תורה? מ"ת איז געווען 3300 יאר צוריק. די מיטלגארטיגע דור איז מסתם ארום 30, אבער לאמיר עס שטעלן ביי 40. דאס איז א טאטאל פון 83 דורות. דארף מען דאפלן 83 מאל צי צאמרעכענען די טאטע-מאמע פון יעדע פון אונזערע זיידעס-באבעס. וויפיל קומט עס אויס? מיין עקסעל שיט ווייזט מיך 9,671,406,556,917,030,000,000,000! כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט ארויס אזא נומבער, אבער ס'איז זיכער מער פון 10 טויזענט, און 1000 פראצענט קלאר א ממזר צווישן אזוי סאך.

אבער די אמת אז מ'טראכט אביסל טיפער איז נישט אזוי פשוט. די גאנצע מענטשליכע פאפולאציע פון אייביג אהן איז געשאצט צי האבן געווען ארום 100 ביליאן, וואס איז ביליאנען מאל ווייניגער ווי די נומבער הנ"ל! אבער די תירוץ איז פשוט, אז אלע מיינע זיידעס שעירען זיידעס מיט אנדערע זיידעס. וזה פשוט ודוק. קומט אויס אז טעקניקלי קען זיין אז איך זאל למעשה נאר האבן טויזענט זיידעס למשל, אויב מ'האט זיך אסאך געהאלטן אין די משפחה.

אבער למעשה איז זייער נישט מסתבר אז א מענטש זאל האבן געהאט געשעירט אזויפיל אור עלטערן פאר 3300 יאר. ככל הנראה קען מען אננעמען אז יעדער איינער האט סאך מער פון 10 טויזענט אור עלטערן ביז מ"ת. אויב אזוי איז הדרן לדוכתיה אונזער מסקנא אז יעדער איז בחזקת ממזרים.

לחיים ממזר, לחיים.

@מי אני, ביזט באקוועם מיט דיין נייע טיטל? אז נישט, קום אריין מיט א קלארע חשבון :lol:
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר