בלאט 1 פון 5

א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:40 am
דורך אסטראלאג
קערעסטיר, א פלאץ ווי אידן בעטן זיך אויס פאר כל מיני ישועות, בני חיי ומזוני, שלא יכשלו בקליפת הציונות, און אלעס וואס אידן דארפן.

א חשוב'ער איד אנקומענדיג צום קבר איז אויפגעציטערט געווארן דערזענדיג א נאציוניסטישע פאן פלאטערן אויף די געביידע, ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך ציוניסטישע סימפאטיקער.

אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.

דער ציוניסטישער רשע מרושע האט זיך פיזיש מיט אים ארומגעאמפערט עטליכע מינוט און נאכן שווער צו'מזיק'ן גערופן פאליציי אז מען זאל דעם איד גאר ארעסטירן.

מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע, אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!

ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:46 am
דורך מילך טראק
ווי האט געהאנגען א ציוניסטישע דגל?

דעי אינגערמאן איז נישט קיין סאטמארער? ער וואלט דאך געדארפט ארויסלויפן, אזוי ווי סאטמאר רבי שרייבט "אין ספק בית אשר יש שם איזה זכר מאותו הדגל אסור ליכנס".

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:56 am
דורך אסטראלאג
געהאנגען אויף די געביידע דארט

די חשובע אינגערמאן האט טאקע זאפארט אראפגעטאנצן פון שטח, און זיך געשטעלט אויף די גאס, און דארט האט יענער אים צושלאגן.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:01 am
דורך אסטראלאג
פאליציי ארעסטירט דעם צושלאגענעם.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:10 am
דורך מילך טראק
ער האט דעמאלט ארויסגענומען זיין נ"ק פאן זיך צוריקצוכאפן צו די קדושה?
נו שוין, פון די צווייטע בילד קוקט אויס אז די מעשה איז געווען אביסל אנדערש.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 10:58 am
דורך האניג
@אסטראלאג אפשר שטעלט איר ארויף דעם ווידעא

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:03 am
דורך היום
עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:04 am
דורך קורקלענד
אסטראלאג האט געשריבן: מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!

ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.

נגד תקנות השטיבל?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:05 am
דורך אסטראלאג
היום האט געשריבן: עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?

דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:06 am
דורך אסטראלאג
האניג האט געשריבן: @אסטראלאג אפשר שטעלט איר ארויף דעם ווידעא



ארבעט נישט. נאר די לינק


Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:19 am
דורך היום
אסטראלאג האט געשריבן:
היום האט געשריבן: עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?

דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?

ארויפגעלייגט?
שלעכטע בליק?
קען יא, קען נישט?

איך פרעג בסך הכל!

נו? ווער?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:21 am
דורך אסטראלאג
בארואיגט אייך רעב איד
דא איז נישט קיין טשעט גרופע.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:36 am
דורך היום
נכון,
דא איז אבער יא אנגענומען צו פרעגן, טראכטן, מאכן טראכטן.
יא?

איז ווער האט זיך אנגעהויבן?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 am
דורך אסטראלאג
קוק די ווידעאו. זייער קלאר.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:56 am
דורך [NAMELESS]
דער צישלאגנער איז משה בן יודל הירש מלפנים קרית יואל?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:59 am
דורך חב''ד הויזן
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:39 am קוק די ווידעאו. זייער קלאר.

מ'זעהט נישט וויאזוי די געשלעג הייבט זיך אן.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:07 pm
דורך אסטראלאג
דער איד האט בלויז געהאלטן א סיין און געבעטן מען זאל די ציוניסטישע פאן אראפנעמען פון דארט!!

דער ציוניסט וואס האט דאס אויפגעהאנגען, איז אגרעסיוו ארויפגעשפרינגען אויף אים פראבירענדיג צו צוכאפן די שילד, אבער ווען דער איד האט דאס שטארק אנגעכאפט נישט צולאזענדיג אים אוועקכאפן זיין סיין, האט זיך דער ציוניסט אויפגערעגט און אים אנגעבויקערט די ביינער!!

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 pm
דורך היום
זייער קלאר פארציילט... איין זייט פון די מעשה!..

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:10 pm
דורך דערהויבענע איד
אסטראלאג האט געשריבן: דער איד האט בלויז געהאלטן א סיין און געבעטן מען זאל די ציוניסטישע פאן אראפנעמען פון דארט!!

דער ציוניסט וואס האט דאס אויפגעהאנגען, איז אגרעסיוו ארויפגעשפרינגען אויף אים פראבירענדיג צו צוכאפן די שילד, אבער ווען דער איד האט דאס שטארק אנגעכאפט נישט צולאזענדיג אים אוועקכאפן זיין סיין, האט זיך דער ציוניסט אויפגערעגט און אים אנגעבויקערט די ביינער!!

זעהר גלייך.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:13 pm
דורך אסטראלאג
דערהויבענע איד האט געשריבן: זעהר גלייך.
המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:23 pm
דורך סקעפטיקער
דערהויבענע איד האט געשריבן: זעהר גלייך.

נישט גלייך! מ'האקט נישט איינעם אן די ביינער פארן פראטעסטירן! (אויב די מעשה איז געווען אנדערש איז עפעס אנדערש)

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:26 pm
דורך חב''ד הויזן
אז די פאליציי האט ארעסטירט דעם געשלאגענער אנשטאט די שלעגער איי געסס ס'איז דא א צווייטע צד.

לכאורה נישטא קיין שום סיבה צו ארעסטירן דעם פראטעסטירער, ניין? אתמהה.

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

נשלח: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:27 pm
דורך להודיע
אסטראלאג האט געשריבן: המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?

דער איד האקט זיך ארויס פון כלל ישראל!
בשעת וואס דאס אידישע פאלק פירט א מערכה קעגן רוצחים שונאי ישראל וואס ווילן נאר להשמיד להרוג ולאבד, און ס'שטעלט זיך א איד אין א פלאץ פון גויים, און שטעלט זיך ארויס אלץ א תומך פון די שונאי ישראל קעגן די אידישע פאלק, האט ער זיך אינגאנצן אפגעהאקט פון די אידישע פאלק.
שר"י