געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 242 מאל

געדאנק: דירות קאמפלעקס אויף א שיף, א שווימענדע יישוב

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

א גוטען תמיד טייערע קאווע שטיבל חברים. ס'מיר בייגעפאלען א געדאנק. (ס'מסתם שוין דא אזאלכע געדאנקען).

אזוי ווי די פרייזן פון דירות גייען כסדר ארויף. און אזוי אויך טעקסעס און אנדערע זאכען. און למעשה די טעכנאלאגיע היינט איז זייער עדווענסט אזוי אז היינט איז מעגליך צו טוהן זאכן וואס איז אמאל נישט געווען אזוי ווייט שייך.

די געדאנק איז פשוט, בויען א ריזיגע שיף. אזוי ווי ס'דא די ריזיגע שיפן פאר טוריסטן פאר וואקאציעס, אזוי קען מען בויען א ריזיגע שיף פאר א יישוב. ס'ווען זיין געבויעט מיט דירות און אלע אנדערע שטאטישע געברויכן ווי מוסדות און מקואות. סווימינג פולס און שאפינג מאלס. און אזוי ווייטער. די דירות וועט נישט זיין אזוי טייער ווי א דירה אין ניו יארק.... טעקסעס וועט בכלל נישט זיין! ווייל ס'דאך נישט אין א לאנד. חוץ אביסל "לאקאלע" טעקסעס פשוט צו אויפהאלטן די שיף.

יעצט די שיף סיטיזענס וועלען אפזאגן בירגערשאפט פון לענדער וואס בעטן אינקאם טעקס, אזוי וועט מען מער נישט דארפן באצאלן קיין אינקאם טעקס. און אזוי אויך סעילס טעקס וועט נישט זיין אויפן שיף.

למעשה היינט מיט די אינטערנעט זענען דא אסאך מענטשן וואס דארפן נישט וואוינען אויף א געוויסע פלאץ פאר פרנסה. נאר קענען זיין אימער ווי ס'דא א אינטערנעט קאנעקשען. פאר אינטערנעט וועט מען ניצען די סטארלינק סעטעלייטס פון אילן מאסק.

די שיף וועט זיין אויף פארשידענע פלעצער דורכ'ן יאר. אין די ווינטער חדשים וועט מען פארן צו די ווארעמע קלימאטן, און אין די זומער חדשים צו די קילערע קלימאטן, און אזוי ווייטער. פון צייט צו צייט וועט מען באזוכן אינטערעסאנטע פלעצער ווי די קינדער וועלען קענען גיין אויף אויספלוגן, אזוי ווי די אפריקאנער דזשאנגעלען און די בראזילישע אמאזאן וועלדער (ווי שעפטעל וועט נעמען דעם עולם אויף א אוואיאסקא טריפ...) פון צייט צו צייט וועט מען זיך אפשטעלן אויף פארשידענע אינזלען וואס וועלן ווערן אפגעקויפט כדי צו האבן א פלאץ פון צייט צו צייט צו לייגן די פיס אויף די יבשה.

די שיף וועט האבן אויף די דעכער אייגענע פעלדער צו פלאנצן ירקות, און אזוי אויך פולע זאפאסן מיט עסן און אנדערע געברויכן וואס וועט ווערן אויפגענומען אויפן שיף ווען מען וועט אנקערן ביי פארשידענע לענדער.

די שיף וועט לויפן אויף א פון-פריער אויספלאנירטע סקעדזשול, אזוי אז טאמער איינער דארף אוועקפארן גייט ער אראפ ביי איין פארט ווי די שיף איז און ער פלאנט אויס צו קומען צוריק דורך די פלאץ ווי די שיף וועט אנקערן אין די צייט ווען ער וויל צוריקקומען.

די פירערשאפט וועט זיך פירען אויף א דעמאקראטישע סיסטעם אזוי ווי א געהעריגע שטאט. ס'וועט זיין וואלען פאר מעיאר און קאנסיל מיטגלידער. אזוי אויך וועט זיין וואלן פאר א רב און א שוחט.

ס'וועט זיין א געהעריגע שלאכט הויז אויפן שיף מיט אייגן כשר געמאכטע פלייש. פיש וועט זיין לרחצה. דער עולם וועט טעגליך גיין פישינג און כאפן פרישע פיש לכבוד שבת לכבוד ראש חודש און לכבוד עניטינג. פיש וועט זיין אומזיסט. א גאנצע ים פול מיט פיש ....

מיט די צייט וועט מען באנייען נאך שיפן צו די "יישוב" און אנשטאט איין שיף וועט עס זיין א פלאטע מיט שיפן. מען וועט קענען אריבערגיין פון איין שיף צום צווייטן דורך א העליקאפטער אדער א דראון וואס וועט שטיין צום באניץ פונעם ציבור.

ס'וועט אויך אויפגעשטעלט ווערן א אייגענע כמו-מיליטערישע ארגעניזאציע וואס וועט שטיין על המשמר צו היטן די שיפן פון אויסערליכע אטאקעס. אזוי אויך א פאליציי ארגעניזאציע פאר אינערליכע שמירה. אזוי אויך א געריכט סיסטעם מיט שופטים וואס וועלן ווערן דעמאקראטיש ערוועלט.

און פארשטייט זיך אז טאמער ס'וועט געלונגען וועלן אסאך אנדערע נאכטוהן און ס'וועט ווערן אסאך שווימענדע יישובים אויף די וואסערן פון די וועלט.

און נאך א גרויסע מעלה איז אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם ווי צו גיין תשליך....

נו בלייבט נאר צו זעהן וויזוי די זאך וועט זיך אויסארבעטען.... הצלחה.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר