טראכטענדיג פון די גאנצע פלעטבוש גירל סומאטוכע איז מיר אויפגעקומען א פשוטע שאלה וואס איך בין נישט זיכער ווי ווייט פשוט די תשובה איז.
מ'זעט אין די לעצטע פאר יאר א מאסיווע אויפשטייג פון נייע סארט פראטעסטן וועלכע קומען פאר אין די מאסן. אנגעהויבן מיט BLM, ביז צו די קלימאטן חברה, ביז אזא JAN 6, וואס די צד השוה צווישן זיי איז די מאדערנע (אדער אפשר פאסט-מאדערנע) איידעאלאגיע אז רואיגע פראטעסטן - ווי די מיינונג פונעם ספעציפישן מינאריטעט ווערט געליפטערט אן קיין איבריגע גערודער - טוען נישט אויף, נאר די ציל פון א פראטעסט דארף ווערן טראנספארמירט צו עפעס וואס גייט 'פארזיכערן' טויש, צו א טויש אין פאליסי, צו א טויש פון א יחיד'ישע אדער ציבור'ישע אינסטיטוציע, צו א טויש אין די פובליק דיסקורס ארום דעם וכדו'.
ס'האט אנגעהויבן ווערן א נארמאלע ערשיינונג די -אזוי-גערופענע- נאן-ווייעלענט פראטעסטס וואו מ'מאכט אומבאקוועם און מ'האמערט די מאסן מיט די אגענדע וואס מ'וויל זאל דערהערט ווערן, אפט מאל ביזן ברענגען שאדן פאר פראפערטיס א.א.וו. צו מיטן אפשפארן געסער, אנפירקלען געביידעס, מזיק זיין פעינטינגס, אראפשליידערן סטאטוען, און וואס נישט.
איבעריג צו זאגן אז די פרא-פאלעסטינער מארשן גייען אינעם זעלבן השקפה - אז אינטימידעישאן איז די איינציגסטע און געוואונטשענע מהלך 'אויסצופירן' וואס זיי האבן צו זאגן.
אן אריינגיין אין די לעגאלע חלקים איבער וועלכע אקטן זענען אויסגעהאלטן, אדער וואו די ליניע צווישן 'דעמאקראטישע פראטעסט' און 'מאב-רול' ליגט. זעט מען ווי די השקפה ווערט מער און מער פארשפרייט. ובעיקר אויב נעמט מען טאקע אונזערע פלעטבושע רעביצין דא אלץ ביישפיל. די געדאנק סיי אז פראטעסטן זענען לגמרי בסדר אפי' ווען עס גייט אריבער דעם 'נארמאלן' גדר - ווילאנג די מטרה איז לדעתם אויסגעהאלטן (קלארשטעלונג: איך האב נישט ארויס צופיל די מערכה אין דעם פרשה ספעציפיש, אויבן אויף און פון די רעקארדירונג הערט זיך מלכי אן מער צו די ליידענדע זייט ואכמ"ל, מיין נקודה איז די ברייטערע בילד), און סיי אז אויב די מטרה איז ריכטיג מוז א טויש נאכפאלגן 'מיי וועי אר די היי וועי' נישטא קיין צווייטע אפציע, ווילאנג דאס פאסירט נישט גייען די קאנטער אקציעס אן אין פולן שוואונג.
מ'הערט לעצטנס מער סאבאטאזש אקציעס (פאשקעווילן/ראבא קאלס/טעקסט) אנטקעגן יחידים וועלכע -בצדק אדער שלא בצדק- טוען עפעס וואס פאר א צווייטן געפעלט נישט. און בפשטות איז דאס אלעס נספחים פון דעם נייעם איידעאלאגיע אין די מושג פון פראטעסטן און וואס דאס דארף עררייכן..
(מ'קען פארשטייט זיך שוין זען ענליכע פעלער פון פריערדיגע תקופות אויך, וכמובן לויט געוויסע זענען די פראנצויזישע רעוואלוציע און די ציווילע קריג פארגייערס פון דעם השקפה, אבער באופן כללי האט זיך עס רעלאטיוו לעצטנס אריינגעכאפט מער און מער.)
מיין שאלה אין איין ווארט איז: העלפט עס אדער נישט?
איך פארשטיי יעדער גייט קומען מיט זיינע אנעקדאטן אזוי צו אזוי, די BLM גייען טענה'ן אז ראסיזם איז געפאלן לכבודם, די מאגא חברה גייען שרייען אז נאר אזוי קען מען ראטעווען יושר, וכו' וכו', אבער דאס איז אבער נישט אינטרעסאנט. איך בין נייגעריג צו מ'קען אביעקטיווערהייט אויפווייזן אויף עפעס א וועג אז געוויסע מטרות וועלכע זענען געשטעלט געווארן זענען פאקטיש עררייכט געווארן דורך איינע פון די אלע מאדערנע מיטלען? און אויב נישט וואס איז יא די דזשאסטיפיקעישאן דערפאר?
נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
https://theconversation.com/just-stop-o ... nce-192901
דאס איז גאנץ א גוטע ארטיקל איבער דעם נושא!
זיי לייגן צו ערשט אראפ דעם 'אקטיוויסטס דילעמע' - צו מ'זאל קאמפיינען רואיג אבער נישט באקומען קיין סאך אויפמערקזאמקייט פונעם פובליק, אדער זאל מען שטופן די גרעניצן מיטן טון מער ראדיקאלע אקטן און דערביי פארדינען אטענשאן אבער מעגליך פארלירן שטיצע פון די וועלכע וועלן זיך אויפרעגן.
נאכן דורכטון ביידע צדדים און צוצייכענען א צאל שטודיעס בשייכות דערצו, פירן זיי אויס אז לויט וואס די שטודיעס ווייזן ברענגען די 'אומגעוואונטשענע אקטן' צו אסאך מער אויפמערקזאמקייט און עפענען דעם וועג פאר מער פובליק דיסקוסיעס איבער זייערע מערכה, און הגם די פובליק בדרך כלל רעגט זיך אויף זיי, איז עס בעיקר אויף די יחידים וועלכע טוען עס, אבער נישט אויף די מטרה פונעם מערכה אליין וועלכע בלייבט מיט די פאזיטיווע אויפמערקזאמקייט.
עס איז נישט אפגעפרעגט אז די באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן מיט א שטיקל בייעס צו איין זייט, אבער די נקודות זענען נאכאלץ אינטרעסאנט.
בכל אופן בלייבט איבער די ברייטערע פראגעס צו חוץ די 'פובליק אויפמערקזאמקייט' געשעט עפעס אויף 'למעשה' וואס דינט פאקטיש דעם ציל?
- טוט מען טאקע מער פאר די קלימאט ווייל מער מענטשן שמועסן דערוועגן?
- איז סיסטעמאטישע ראסיזם געפאלן ווייל מער מענטשן העשטעגן #בלעק-לייווס-מעטער?
- רוקט זיך מדנ"י אין ריכטונג פון א שלום אפמאך לכבוד די דרוק וואס איינוואוינער אין אמעריקע אדער ענגלאנד לייגן אויף זייערע גאווערנמענטס? א.א.וו.
אויך קען מען פרעגן -ווי פריער געשמועסט- איבער די גאנצע עטאס פון 'דעמאקראטישע רעכטן צו פראטעסטירן' וואס פונקטליך דאס באדייט און נעמט אריין. און צו 'אויספירן מיין ציל' איז בכלל נכלל אין דעם, אדער נאר לאזן הערן מיין מיינונג?!
אויך קען מען דן זיין ווער קען מחליט זיין צו די רעגירונג גייט צו ווייט אז יעדע מיטל דערקעגן איז בארעכטיגט (- צווייטע אמענדמענט), אדער צו די באוועגונג 'ברענגט אונטער דעמאקראטיע'?! וואס איז געווארן א הויפט נקודה טאקע אין די דיסקוסיעס ארום אזעלכע באוועגונגען, וואו די לינקע בדרך כלל שרייען ביי זייערע מערכות אז עס איז גענוג וויכטיג צו צושטערן פובליק ארדער (- ג'ענאסייד...), און אויף די רעכטע (- JAN 6) שרייען זיי אז עס ברענגט אונטער דעמאקראטיע. די ליניע איז אבער באמת נישט אינגאנצן קלאר, בעת יעדע וועט מודה זיין אז אין געוויסע פעלער איז שטורעמען א רעגירונג געביידע זיכער אן אינסורעקציע אויף דעמאקראטיע, און אין געוויסע פעלער (- צווייטע וועלט קריג) וואלט יא געווען בארעכטיגט צו נעמען סיי וואספארא מיטלען אפצושטעלן מאסיווע אומרעכטן.
וצ"ע

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
די ווילסט הערן אויב אזא סארט פראטעסט האט געטוישט מיין מיינונג, אדער די מיינונג פון אנדערע יחידים, דא אינעם שטיבל,
אדער די זוכסט פאר גרינטליכע סטאדיעס און ברייטע אויספרעגונגען אויף די אלגעמיינער מענטשהייט?

״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
די קורצע ענטפער איז - ביידע.
די לענגערע ענטפער איז - איך בין נייגעריג סיי וואס דער עולם האט צו זאגן דערין פון אייגענע - אנעקדאטישע עקספיריענסעס, סיי וויאזוי דער עולם האלט אז אנדערע/די ברייטערע גאס קוקן עס אן (בבחינת דו ביסט וואס דו האלסט אז יענער האלט אויף דיר...), און פארשטייט זיך אויב איינער ווייסט פון מער ברייטערע שטודיעס און/אדער האט עס שוין אדורך געטון גרינטליכער.
פון איין זייט קוקט מיר אויס אז יעדער כמעט איז איינשטומיג אז פלעטשבוש גירל איז נישט ממש בגדר 'נארמאל' אין איר עסקנות, נישט ווייניגער מן הסתם האלט דער עולם לגבי אנדערע מאדנע מיטלען וואס מאנכע ערפינדן צו שאפן אויפמערקזאמקייט פאר זייערע מערכה, אנקעגן די פרא-פאלעסטינער מארשן ודומיהן איז דאך קלאר אז דער עולם איז אויסגעשפראכן און האלט אז עס גרעניצט זיך לכאו' מיט אינטימידעישאן.
פון די אנדערע זייט אבער קען מען נישט לייקענען און פארזען אז די אשכול איבער פלעטבוש גירל האט פארנומען אין א קנאפע צוויי חדשים אזויפיל תגובות ווי די פאפולערע רחמסטריווקא אשכול האט אנגעזאמעלט אין זיבן חדשים, וועלכע שטרייכט אונטער די מאסיווע כח און אטראקציע וואס 'צודרייטע' מערכות טרייבן אויף.
וואס מאכט זיך וואונדערן, 1. צו עס מאכט טאקע אויס, און צו די פאפולאציע רעפלעקטירט אויך די תועלת דערפון?! 2. אויב יא, פארוואס איז עס טאקע אזוי, וואס איז די מאראל דערפון, לעבן מיר טאקע און אזא צודרייטע וועלט אז נאר משוגעים האבן די מאכט אונז צו רוקן?! 3. אויב נישט, וואס איז די ראציאנאל פאר די פארשפרייטקייט דערפון, און וואס דערציילט עס אויף אונזער קולטור בכלליות?
די לענגערע ענטפער איז - איך בין נייגעריג סיי וואס דער עולם האט צו זאגן דערין פון אייגענע - אנעקדאטישע עקספיריענסעס, סיי וויאזוי דער עולם האלט אז אנדערע/די ברייטערע גאס קוקן עס אן (בבחינת דו ביסט וואס דו האלסט אז יענער האלט אויף דיר...), און פארשטייט זיך אויב איינער ווייסט פון מער ברייטערע שטודיעס און/אדער האט עס שוין אדורך געטון גרינטליכער.
פון איין זייט קוקט מיר אויס אז יעדער כמעט איז איינשטומיג אז פלעטשבוש גירל איז נישט ממש בגדר 'נארמאל' אין איר עסקנות, נישט ווייניגער מן הסתם האלט דער עולם לגבי אנדערע מאדנע מיטלען וואס מאנכע ערפינדן צו שאפן אויפמערקזאמקייט פאר זייערע מערכה, אנקעגן די פרא-פאלעסטינער מארשן ודומיהן איז דאך קלאר אז דער עולם איז אויסגעשפראכן און האלט אז עס גרעניצט זיך לכאו' מיט אינטימידעישאן.
פון די אנדערע זייט אבער קען מען נישט לייקענען און פארזען אז די אשכול איבער פלעטבוש גירל האט פארנומען אין א קנאפע צוויי חדשים אזויפיל תגובות ווי די פאפולערע רחמסטריווקא אשכול האט אנגעזאמעלט אין זיבן חדשים, וועלכע שטרייכט אונטער די מאסיווע כח און אטראקציע וואס 'צודרייטע' מערכות טרייבן אויף.
וואס מאכט זיך וואונדערן, 1. צו עס מאכט טאקע אויס, און צו די פאפולאציע רעפלעקטירט אויך די תועלת דערפון?! 2. אויב יא, פארוואס איז עס טאקע אזוי, וואס איז די מאראל דערפון, לעבן מיר טאקע און אזא צודרייטע וועלט אז נאר משוגעים האבן די מאכט אונז צו רוקן?! 3. אויב נישט, וואס איז די ראציאנאל פאר די פארשפרייטקייט דערפון, און וואס דערציילט עס אויף אונזער קולטור בכלליות?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
איז מיין מיינאנונג איז אזוי:
אויב עס איז פאר אדער נגד א נושא וואס איך האב שוין א דעה/צד/נטיה, דאן וועט דער השפעה אויף מיר זיין גאר קליין, אדרבה עס וועט נאך בדרך כלל נאר מחזק זיין מיין פון פאראויס געהאטע מיינונוג.
דער עיקר פלאץ ווי עס קען אפשר מאכן א חילוק איז ביי א פרישע נושא וואס איך האב נאך נישט א דעה אויף דעם.
אבער אפילו ביי דעם איז עס אויך זייער שווער צו פארכאפן מיין דעה דא, ווייל ס׳איז שטארק מסתבר אז נאכן זיך בייקענען מער מיט דעם, וועל איך גלייך אויב/ווען איך טרעף ווי דער נושא קלאפט אריין מיט מיינס א דעה/צד/נטיה, וועל איך צוריק גיין אהין;
אבער וואס איז זיכער, אז ווילדע שטיק וועט בדרך כלל מצליח זיין צו ארויף ברענגען דער נושא צום אויבערפלאך, און עס וועט פארשאפן די וויכוח מיט דעות לכאן ולכאן, אז אפילו שטיקלעך אינפורמאישען וואס וואלט בדרך כלל נישט אנגעקימען צום עולם וועט יעצט ארויף שווימען און נתגלה ווערן, און דאס קען שוין יא מאכן א נפק״מ אויפן דעת הקהל…

- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
BLM האט זיכער אויפגעטוהן
Jan 6 אפשר מער חרוב געמאכט ווי אויפגעטוהן
Jan 6 אפשר מער חרוב געמאכט ווי אויפגעטוהן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
אזוי?
נעם טאקע די צוויי זאכן אלץ דוגמא.
איך קען נישט איינעם וואס האט געטוישט זיין דעה צו קוקן אויף די טונקעלע מיט מער רחמנות אדער רעספעקט לכבוד BLM, ממילא זעה איך נישט ס׳זאל האבן עפעס אויפגעטון.
אפשר גאר פארקערט...
מצד שני, Jan 6 האט אזוי שטארק מצליח געווען ארויפצוברענגען טראמפס טענה אז די וואלן זענען געווען גע'גנב'עט, אבער וויבאלד עס האבן געפעלט ראיות צו בעקן זיין קלעים, אדרבה, די פאר ערענסטע אינוועסטיגעשאנס וואס זענען געמאכט געווארן, און אפי' באצאלט געווארן, דורך טראמפ/ רעכטע, זענען אויך נישט צוריקגעקומען מיט עפעס ערענסט, ממילא איז די פאקט אז די נושא איז געווארן ארויף געברענגט אזוי שטארק און ווילד, אהן קיין בעקאפ, האט עס בעקפייערד, (עכ"ז זענען דא ווייניג וואס האבן עס געגלייבט, וואס גלייבן עס יעצט נישט, זיי האלטן נאר אז די ראיות זענען נאך צו גוט באהאלטן...)
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
איך רעד נישט פון די אלגעמיינע גאס, איך רעד פון די פאליס,
מ'האט אנגעהויבן סאך מער נאכצוקוקן, זיי געבן טאקע מער אכטונג.
בקיצור, פאליס קאנטראל איז געווארן אסאך מער שטרענג, איך מיין אז ס'איז שוין נישטא קיין פאליס אהן באדי קעמערעס.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: נייע וועג פון פראטעסטן, העלפט עס בכלל?
לדעתי טוט די צעדרייטע מערכות אויף זייער אסאך. ווי היום האט געזאגט, די וואס האבן שוין א דעה פון פאראויס, סיי בעד און סיי כנגד, וועלן זיך נישט טוישן, אדרבא זיי וועלן נאר ווערן שטערקער אין זייער מיינונג. אבער א גרויסע חלק פון די המון עם וואס בדרך כלל גייען אהן מיט זייער לעבן און טראכטען נישט צופיל אריין אין יעדע זאך (דלא כמו אותנו בני קאווע שטיבל) ווערן יא ערוועקט פון די מערכות. און וויבאלד לויט זייער נאטור טראכטן זיי נישט דורך זאכן מיט א טיפקייט וועלן זיי ווערן מיט געשלעפט מיט די דעה פון די מארגני המערכה.