א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1519 מאל

א קרעכטס אויף מיין אויסגעהארעוועטע שכר לימוד

שליחה דורך דיכטער »

די מלמדים ארבעטן איבערמידליך און דינען געטריי זייערע אויבערהארן. טוהן זייערע ארבעט מיט אן איבערגעגעבנקייט און עס קומט זיך זיי אלעס אויפן וועלט. דערמיט שטום איך צו.
נאכן אפגעבן מיין אפציעלע צושטימונג, קען איך אנהייבן.

איך צאל שווערע געלטער פאר שכר לימוד. איך בין נישט פון די וואס נאטור האט זיי צוגעשטעלט א גן עדן התחתון, איך בין ענדישע פון די רוב וואס שפירן זיך בארויבט און פארשווינדלט. קרעכצן און לעכצן און טראגן טענות און מענות אויפן גאנצן סיסטעם, פון דער סטאק מארקעט אין ניו יארק ביזן יוריסטיקציע סיסטעם אין וואשינגטאן די סי, אלעס איז קארופטירט אין מיינע אויגן.

וואס איך פארשטיי נישט איז, וואס גייט דא פאר? די מוסדות'ן, קען זיין אז זיי מיטשען זיך, אבער דאס איז נישט מיין פאראנטווארטליכקייט. וואס איך וויל פארשטיין איז פארוואס צאל איך דאפלט דער פרייז וואס עס קאסט מיך רענט א חודש, פאר עפעס וואס איך האב ניטאמאל אן אהנונג וועלכע נוצן איך באקום דערפאר? איך ווייס נישט וואס איך קויף דערמיט. מיינע קינדער קומען אהיים מיט אן ערציאונג וואס איך וואלט זיי קיינמאל נישט געגעבן אלס אן ארענטליכע טאטע וואס זארגט זיך באמת פאר זיינע קינדער. זיי לערנען דארטן מאטעריאל געאייגנט פאר [אומאיידעלע ווערטער זענען נישט געראטן – מיך אליין] באשעפענישן און איך דארף נאך ארויסשלעפן דאס ביסן פון מיין מויל דאס צו פינאנצירן און ווער רעדט נאך פון דעם אז דער מוסד שטייט אויף מיין קאפ און וויל וויסן פונקטליך וועלכע וועב זייטליך איך באזוך, ווי אפט איך וואטש פרן, וועלכע פּ. שטערנס איך גלייך אא"וו. זיי זענען פארנומען אריין צוקריכן אין מיינע קישקעס, שלעפן ארויס פון מיך א געהאלט פון א שמיטה, מדי חודש בחודשו, פארוואס? אז ווען מיינע קינדער קומען אהיים פון חדר זאלן זיי זינגען לידער פונעם רבי'ן שליט"א און זאלן מיך אנהייבן צו טיילן דעות וויאזוי מען דארף זאגן ברכות אדער זיך וואשן דער האנט? וואו איז דער יושר?

איך האב נישט קיין ברירה, איך מוז שוקן מיינע קינדער דא, דערפאר בין איך טאקע דא. ווען איך האב ווען דער מינדעסטע ברירה, לערנען זיי שוין לאנג אין א פובליק שולע, פריי פון אפצאל און איך וואלט שוין געזארגט זיי צו ערציען אונטער די תורה ווירדן ביי מיך אינדערהיים, אבער איך האב דאך נישט קיין ברירה, איך שוק זיי צו דיך און דו בעטסט מיך אזא פרייז דערפאר? איך האב דיך פארקויפט מיינע אייגענע קינדער, איז דאס נישט גענוג פאר דיך? נאר בזכות דיך וועלן זיי קיינמאל נישט וויסן מאטעמאטיק, ענגליש, סייענס און ענדשינירונג, נאר בזכות דיך וועלן זיי העכסט ווארשיינליך קיינמאל נישט טרעפן עפעס א נארמאלע זאך מיט וואס צו פארברענגען די צייט חוץ פון לשון הרע און רכילות און וועלן נישט מאכן קיין געלט פון עפעס אויסער אויב עס געלונגט זיי צו דרייען פראפערטיס און אָנזעצן אנדערע, און אין אויסטויש דארף איך דיך צאלן מיינע שווערע אויסגשוויצטע געלטער? געלט וואס איך וואלט ווען געקענט נוצן אויף מיליאן אנדערע וועגן, בעסער צו מאכן מיין לעבן אין דאס לעבן פון אזוי פול אנדערע?

אפשר איז דאס נאך א באווייז אז אונזערע וועלט איז די אקטועלע גיהנום און דאס איז נאך א רינגעלע אינעם ברענעדיגן פייער אין וועלכע מיר האבן זיך געטראפן בראטן זינטן בורט? גיי ווייס...

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר