בלאט 1 פון 2

גיוס בני הישיבות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:59 pm
דורך עמרם
עפעס נייעס קומט אריין פון ארץ ישראל, אז די אלטע חוק הגיוס וואס פטר'ט די בני הישיבות (חרד'ישע אידן) פון דינען אין די מיליטער, לויפט אויס, און ס'איז אוודערווייל נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן.

בג''ץ האט שוין געזאגט אז פון די ערשטע אין אפריל (קומעדיגע מאנטיג) דארפן זיך אלע שטעלן,
און מ'שטעלט אפ די פאנדינג פאר אלע מוסדות, וואס האבן נישט אויסגעהאלטענע תלמידים.

(טייל שפעקולירן אז עס איז ס''ה א טאקטיק פון די לינקע בג''ץ פטור צו ווערן פון ביבי, נאכדעם וואס די חרדים וועלן זיך בע''כ מוזן ארויסציען פון די קאאליציע,
ימים ידברו).

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:29 am
דורך קהל'ס נער
נישטא קיין גיוס.
וואס האט זיך יעצט געטוישט איז אז די ישיבות גייען מער נישט באקומען קיין געלד "ווייל" די בחורים גייען נישט אין מיליטער.
אבער מען צווינגט נישט בפועל צו גיין אין מיליטער.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 11:32 am
דורך [NAMELESS]
אבער אין פרינציפ איז שוין נישטא מעהר דער פטור

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 pm
דורך סבא דבהתא
ווען סטאפט זיך די געלט טיילעריי?

גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:10 pm
דורך היימלינד
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 pm

גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?
סאטמאר וויל דאך דאס, ניין?
אלע ספעציעלע קרנות והסברות זענען דאך מיוסד געווארען פארדעם, אלא מאי אז יענער טוט עס נישט מרצונו נאר מחמת די ממשלה הערט צו געבען הייסט ער נאכאלץ א נהנה משולחן איזבל ? מ'נעמט דאך אהן אז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:12 pm
דורך עמקות התם
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 pm ווען סטאפט זיך די געלט טיילעריי?

גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?

דאס איז נאר נוגע פון די 18, ממילא די כוללים און די ישיבה גבוהה וועלן נישט באקומען, משא"כ חדרים, בנות, ישיבות, גייט אלעס אן.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 2:19 pm
דורך אלפא
https://www.makorrishon.co.il/opinion/745883/
א געלונגענע ארטיקל!

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:03 pm
דורך כספי
עמקות התם האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 1:12 pm
סבא דבהתא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 pm ווען סטאפט זיך די געלט טיילעריי?

גייען זיי יעצט אלע ווערן פלוצלינג ’טהרת הקודש’ מוסדותער און קומען שנארן פון סאטמאר?
דאס איז נאר נוגע פון די 18
ביז 24

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:07 pm
דורך כספי
די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm
דורך גאר נייגעריג
כספי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:07 pm די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
די גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.

די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?

א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.

צה"ל דארף אפשר די חרדים אבער זיי זענען נאכנישט גרייט זיי צו אננעמען.

פאר גלי ביהרב מיארה די יועמשי"ת גייט דאס נישט אן, זי האט אנגעזאגט בג"ץ אז פון איר זייט זעט זי נישט פארוואס מ'דארף שענקען געלטער פאר די חרדים מסרבי גיוס, דאס אז צה"ל איז נישט גרייט זיי צו אננעמען מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיי יעצט שענקען תקציבים.

הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?

שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.

דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.

און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]

און איך האב ניטאמאל אנגערירט די סוגיא פון נשים אין צה"ל.

די חרדים האבן זייער פולע רעכט צו פארלאנגען א ספעציעלע היימישע הייליגע אטמאספערע געאייגענט פאר זייערע געברויכן, און ל"ע עתה איז צה"ל נאכנישט גרייט צו אויפגעבן אויף זייערע לגב"ט פראגרעסיווע אגענדעס.

עניטינג עללס?

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:43 pm
דורך היום
וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:55 pm
דורך היימלינד
היום האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:43 pm וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
אפיציעל איז עס געווען בנוגע גיוס
נאך עטליכע זענען ארויף צו איהם.
ראש ישיבת סלונים ובן האדמו"ר האט איהם געזאגט אז זיין טאטע האלט אז מען דארף ארויסגיין אין אויפלעזען די רעגירונג אויף וואס ר"ד האט רעאגירט אז לעת עתה בשעת מלחמה קען דאס נאר ערגער מאכען און מען דארף זיין בוחר הרע במיעוטו.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:19 am
דורך נחום הסופר
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm
כספי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:07 pm די פראבלעם איז דא געווארן, ס'איז אויסגעפאלן אין די ערגסטע צייט וואס קען נאר זיין, אינמיטן א מלחמה וואס יעדן טאג הערט מען 'הותרו לפרסום' דער איז געפאלן און יענער איז געפאלן רח"ל, און דא קומען זיך אן די חרדים און פאדערן א גענצליכע באפרייאונג פאר זייערע קינדער, פארוואס אן פארווען?!
אפי' די מזרחים וואס געווענליך קומען זיי צו הילף פון די חרדים, זענען דא ארויסגעשטאנען קעגן די חרדים, און געטענה'ט היתכן זייערע קינדער הרג'ענען זיך אויפן פראנט, און די חרדים'ס קינדער פטר'ט מען דא אפ, צו דען לערנען זיי נישט קיין תורה? צו דען זענען זיי אפגעפארן פון גיין אין מיליטער, נו? וואס ענטפערט מען אין אזא פאל?
בקיצור מ'איז פיין אפגעבראטן פון אלע זייטן
די גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.

די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?

א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.

צה"ל דארף אפשר די חרדים אבער זיי זענען נאכנישט גרייט זיי צו אננעמען.

פאר גלי ביהרב מיארה די יועמשי"ת גייט דאס נישט אן, זי האט אנגעזאגט בג"ץ אז פון איר זייט זעט זי נישט פארוואס מ'דארף שענקען געלטער פאר די חרדים מסרבי גיוס, דאס אז צה"ל איז נישט גרייט זיי צו אננעמען מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיי יעצט שענקען תקציבים.

הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?

שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.

דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.

און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]

און איך האב ניטאמאל אנגערירט די סוגיא פון נשים אין צה"ל.

די חרדים האבן זייער פולע רעכט צו פארלאנגען א ספעציעלע היימישע הייליגע אטמאספערע געאייגענט פאר זייערע געברויכן, און ל"ע עתה איז צה"ל נאכנישט גרייט צו אויפגעבן אויף זייערע לגב"ט פראגרעסיווע אגענדעס.

עניטינג עללס?
דו לייגט עס גוט אראפ, דער פראבלעם איז אז די חרדישע פאליטיקאנטן זאגן עס נישט אפן, און אנשטאט דעם בלייבן זינגען דעם אויסגעדראשענעם ניגון אז תורה באשיצט דאס לאנד, וואס קיין שום חילוני הייבט נישט אן צו אקצעפטירן

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:22 pm
דורך גאר נייגעריג
היום האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:43 pm וואס איז דער מעשה מיט וויזניצער רבי׳ס בייזוך ביי הרב דוב לנדא? דארף צו הייסן וועגן גיוס, ניין? עפעס תכלית ארויס פון דעם?
אדער סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד?
עפעס הער איך אז רבי דוב האט נישט געוואלט זיך טרעפן מיט ר׳ יעקב מרדכי, איינער מיט מער פרטים?
סתם געווען כדאי צו טרעפן א וועג צוריק נאך די בחירות שטינקעריי אין אלעד.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:09 pm
דורך כספי
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm די גאנצע גיוס בני ישיבות שטורעם איז א נארישע דעמאגאגישער פראוו פון די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן וואס פראבירן שוין יארן לאנג צו אראפ ווארפן נתניהו פון זיין בענקל.
יעצט האבן אויך א גרויס חלק פון די מזרח'יסטן און זייערע פאליטישע פירער, מיטגעגאנגען מיט די שטורעם, און אזוי אויך א חלק פון די ליכוד פארטיי, ווי דער שר הבטון גאלנט און נאך. סא ס'איז נישט נאר 'די לינקע קאפלאניסטן אנארכיסטן'
חוץ פון דעם, וואס ס'איז עכט נישט אינטרעסאנט ווער ווי און וואס, נאר לגופן של דברים אנו דנים.
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm די גרעסטע פארפירער אקעגן די חרדים זענען די אחים לנשק גרופע וואס קוים א קנאפע יאר צוריק האבן זיי פארפירט בראש כל חוצות אז זיי גייען זיך נישט שטעלן אין מיליטער צוליב זייערע פאליטישע אגענדעס, סאו וואס קומען זיי יעצט דרייען א קאפ מיט גיוס?
ס'איז דא א חילוק צווישן מסרבי גיוס בהתנדבות, ווען ער האט מורא אז זיין לאנד פארט צו דיקטאטארשאפט
און א ציבור, וואס איז זיך משתמט פון גיוס חובה, פאר שטענדיג
נישט אז כ'האלט אז זיי האבן געטון ריכטיג מיט די סרבנות
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm א גרעסערע פראצענט תל אביב'ניקעס שטעלן זיך נישט אין מיליטער ואין פוצה פה ומצפצף.
מסכים
אבער טא ווראנגס וכו'
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm הכלל, די לינקע בג"ץ ווילן אנצינדן די חרדים אז זיי זאלן צוווארפן די קאאליציע און שליסן א גוטע דיעל מיט די לינקע פארטייען וואס גייען אלעס געבן פאר די חרדים אפי' א גענצליכע פטור!
איי וואס וועט די מידע דעמאלטס טוהן?

שווייגן.
ווייל די ציהל פון אראפ ווארפן דעם פארהאסטן ביבי פארהייליגט אלע מיטלען.
אויב דאס איז אמת, וואס ס'מאכט טאקע אסאך סענס, וואס'י פשט אז די חרדי'שע מפלגות גייען נישט מיט די לינקע???
פארוואס זענען זיי דארט אויב נישט צו ראטעווען די בחורים פון גיוס, און ברענגען געלט פאר די מוסדות?
נו, אויב ביי די לינקע קען מען באקומען א גענצליכע חוק פטור פון גיוס, נאך מיט צושטימונג פון בג"ץ און די מידיע, פארוואס אין די וועלט גייען זיי נישט היינט אריבער צו די לינקע?
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm דאס וואס כספי שרייבט אז די חרדים זענען נישט גרעכעט פארן לאזן די פרייע פאלן אויפן פראנט, דאס איז א שיינע טענה אבער לשיטת החרדים איז דאס נישט גערעכט, די חרדים טענה'ן בצדק אז אן די כח התורה קען די מדינה נישט עקזעסטירן און אזוי ווי א יעדע בר דעת פארשטייט אז מ'קען נישט צווינגען א פרייע יונג צו זיצן אין ישיבה על התורה ועל העבודה קען מען נישט צווינגען די ישיבה בחורים צו ארויס גיין אויפן פראנט.
ביי דוד המלך און ביי מלכי ישראל האט קיינער נישט געזאגט אז אן די כח התורה וועט די לאנד נישט האבן קיין קיום, און ס'איז געווען א געהעריגע מיליטער.
דאס איז אויב דו רעדסט פון די חלק פון לימוד התורה, אבער אויב רעדסטו פון די חלק אז ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר א פרומער בחור אין מיליטער ווייל ס'וועט עם קאליע מאכן, קען מען דאך דאס פיקסן.
גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm און פאר יאיר לאפיד וואס שרייט אז די פרומע מאמעס ציטערן נישט פאר די "קלאפ אויפן טיהר" וועל איך זאגן אז "די מאמע'ס פון די צהלישע מחנה צייטונג שרייבער ציטערן אויך נישט"... [כידוע איז לאפיד קיינמאל געווען א געהעריגע חייל מן המנין נאר ער איז געווען א פשוטער צייטונג שרייבער]
איך פארשטיי בכלל נישט די טענה, די מיליטער איז איינגעטיילט אין אסאך אפטיילונגען, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז אין מיליטער איז דא א קעכער וכו', איז דא צייטונג'ס שרייבער, דאס מיינט דען אז ער איז נישט געווען 'געהעריג' אין מיליטער?! אוואדע איז ער געווען געהעריג אין מיליטער.
קיינער זאגט נישט אז ער דארף באקומען א אויסצייכענונג פאר דעם, ווי א סאלדאט וואס גייט אין פראנט וכדו', אבער אין מיליטער איז ער געווען

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:10 pm
דורך כספי
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:55 pm ראש ישיבת סלונים ובן האדמו"ר האט איהם געזאגט אז זיין טאטע האלט אז מען דארף ארויסגיין אין אויפלעזען די רעגירונג אויף וואס ר"ד האט רעאגירט אז לעת עתה בשעת מלחמה קען דאס נאר ערגער מאכען און מען דארף זיין בוחר הרע במיעוטו.
דאס קען איך אינגאנצן נישט פארשטיין, די פראבלעם דא איז דאך נישט די רעגירונג, נאר בג"ץ, סא וואס האט מען פון ארויסגיין פון די רעגירונג?

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:39 pm
דורך היום
גרויס שפאנונג הערשט, נאך וואס מרן רבי דוב לנדא האט צוזאמען גערופן צו אן אסיפה אלע ראשי ישיבות צו זיך אין שטוב מארגן פרייטאג אינדערפרי, ווי דארט וועט ער איבערגעבן החלטות נחוצות, את המעשה אשר יעשון, ודרכי פעולה ווי אזוי אלע ישיבות וכוללים זאלן גיין צוזאמען, מיט איין פארנט, זיך אימציגיין מיט די מצב בפני משרדי הממשלה, לאור די פסק פון בג״ץ בנוגע הגיוס בני ישיבות.

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:03 pm
דורך היום
]בריוו פון ספרדישע ראשי ישיבות

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:10 pm
דורך היום
היום האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:03 pm ]בריוו פון ספרדישע ראשי ישיבות

דראמאטישער בריוו פון די ספרדישע רוחניות׳דיגע מנהיגים און ראשי ישיבות.
״דער מדינה האט מחליט געווען צו אויסמישן די חרדים מיט די פרייע קולטור״
וועגן דעם.
1) אפילו א בחור וואס לערנט נישט תורה מעג זיך נישט מגייס זיין, אפילו נישט צו א מסלול חרדי.
2) מען טאר נישט מסכים זיי צו קיין שום פשרה בעניין הגיוס, יעדער פשרה וועט ברענגען א חרבון.
3) בעסער גיין אין תפיסה ווי אין מיליטער.
חתומות…

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:23 pm
דורך כספי
דאס איז גאר א דראמאטישע בריוו נאך וואס די אנגענומענע מיינונג די לעצטע פאר יאר אין די חרדי'שע גאס איז געווען אז איינער וואס לערנט נישט דארף יא גיין אין צה"ל, לעצטנס האט עס קלאר געזאגט משה ארבל פון די ספרדי'שע חברי כנסת, און אזוי אויך מרגי.

אויב מעג איך זיין אביסל קאנספיראטאריש וואלט איך געזאגט, אז ס'איז א מאוו לגבי פשרות, ווייל אויב איז שוין פשוט אז איינער וואס לערנט נישט דארף גיין אין צבא, און די רעדע איז נאר איבער בחורים וואס לערנען, מוז מען מאכן א פשרה איבער די בחורים וואס לערנען, אבער אויב גייט מען צוריק צו סקווער וואן אז אפי' איינער וואס לערנט נישט טאר נישט גיין אין מיליטער, קען מען מאכן א פשרה, אז כאטש איינער וואס לערנט נישט זאל גיין אין צבא, און אזוי זאלן זיי אפלאזן די בחורים וואס לערנען, נזכה ונחיה ונראה

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:29 pm
דורך כספי
Capture.PNG

Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:23 am
דורך די קעפעלע
ווידאו מרתק זה, נצפה בשיח נוקב ופתוח בין הרב צבי פרידמן שליט'א מנהיג מחנה בתוך הפלג הירושלמי, וחבר במועצת גדולי עולם התורה של מפלגת בני תורה , ממשיך את דרכם הרוחנית של גדולי הרבנים: הרב שך, הרב אלישיב והרב שמואל אויערבאך, לבין פעילי 'אחים לנשק'.
הפגישה מתקיימת על רקע העתירות שהוגשו לבג"ץ בדרישה לגייס את בני הישיבות, הפגנות הרחוב בדרישה לגיוס בני הישיבות, ועל רקע המצב הביטחוני המורכב שנוצר לאחר המלחמה שפרצה בחג שמחת תורה.
הפגישה מתמקדת בהתנגדות החרדית לגיוס לצה"ל, דיני יהרג ואל יעבור במציאות המודרנית, והשפעת המציאות החדשה על יחסי חרדים וחילונים. צפו לשמוע תשובות ועמדות ברורות


Re: גיוס בני הישיבות

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2024 2:06 pm
דורך די קעפעלע