א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19846
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15127 מאל
קאנטאקט:

א שטיקל איבערזיכט איבער די אידיש/ע וועבזייטלעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

התנצלות: איך בין נישט קיין היסטאריען. איך ווייס נישט קיין (פונקטליכע דאטומס. אלעס איז נאר בערך).

מיט בערך א צוואנציג יאר צוריק האט מען אין די אידישע גאס אנגעהויבן צו הערן וועגן א אידישע וועבסייט וואו מענטשן האבן געקענט ליינען און אריינשרייבן ארויסצוזאגן זייער מיינונג איבער פארשידענע עניינים. סיי פון פאליטישן און סאציאלן און חרדי'שן שטאנדפונקט.

ס'זענען אין די זעלבע צייט געווען עטליכע קלענערע סייטס וועלכע האבן אנגעהויבן צו פונקציאנירן. נאר זיי האבן נישט געהאט קיין קיום.

דער אויפגייענדער שטערן אין די נייע אינטערנעט טעכנאלאגיע איז געווען מיט'ן נאמען הייד פארק. ס'איז נישט געווען קיין שום קאנטראל אדער באגרעניצונג (לפי ידיעתי) פון די מענעדזשמענט.

מיט די צייט איז געווארן א מצב וואו מענטשן (חברים?) האבן געווארפן באשולדיגונגען און פערזענליכע אטאקעס איינער אויפ'ן צווייטן.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וואס האבן מחליט געווען זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען איי-וועלט (א קאמבינאציע פון אידיש און ענגליש אידישע וועלט).

צוערשט איז אין די (דאמאלס) נייע וועבסייט געווען אינגאנצן אן אפענער פארום. א יעדער האט געקענט שרייבן ככל העולה על רוחו אן קיין שום באגרעניצונגען. איך וויל נישט רעדן לשה"ר. נאר מ'האט דארט געשריבן א סאך זאכן וואס האבן נישט געטויגט. ספעציעל פאר ערליכע אידן. ס'זענען געווען מאמרים וועלכע האבן זיך געגרעניצט מיט ניבול פה, רח"ל.

מיט די צייט האט די מענעדזשמענט אנגעהויבן צו נעמען קאנטראל. נאר מ'איז געגאנגען מן הקצה אל הקצה. פון איין עקסטריעם צו דעם צווייטן. נישט נאר האט מען געמאכט א שטיקל סדר. נאר ס'איז אויך געקומען מיט אן אגענדא. ווער ס'האט עפעס געשריבן אין א מאמר אדער תגובה וואס איז נישט געפעללן פאר די אחראים און עורכים האט מען עס אפגעווישט כאילו לא היה. ס'איז געפלויגן. אויך ווער ס'האט נישט געשריבן לויט דעם גייסט פון זייער (שמאלע) אידעאלאגיע.

זענען געווען א גרופ פון יונגעלייט וועלכע האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן און אויפמאכן אן אייגענע וועבסייט. מיט'ן נאמען "קאווע שטיבל". על שם פון די קאווע שטיבלעך אין א יעדן ביהמ"ד. וואו מ'קומט זיך צוזאם צו שמועסן איבער א גלעזל קאווע. דאס איז געווען בערך אין אדר שנת תשי"ב.

די נייע וועבסייט "קאווע שטיבל" איז געווארן זייער שטארק פאפולער.

נאר די אנשי איי-וועלט האבן געשריגן (כ'ווייס נישט ווי הויעך) אז די אנשי קאווע שטיבל זענען א באנדע פון שקצים און אפיקורסים. און אפשר ציונים אויך (בערל בעל עגלה איז נאך דאמאלס נישט געווען אויף קאווע שטיבל. איך האב געהערט איבער קאווע שטיבל פון א בחור אויף מיין באס.).

ס'איז געווען זייער א געשמאקע וועבסייט. מיט א אידישן טעם. מיט פרייהייט פון ווארט און אויסדרוק. פארשטייצעך לויט'ן גייסט פון די תורה און אידישקייט. ס'זענען געווען געוויסע תקנות וועלכע זענען שטרענג אינפארסירט געווארן. אז מ'טאר נישט רעדן קיין דברי כפירה (נישט אידעאלאגיע) און נישט קיין ניבול פה, ח"ו. אויסערדעם האט מען געקענט באהאנדלען סיי וועלכע אישו אדער פראגע אן מורא אז מ'וועט ווערן אויסגעמעקט אדער אראפגעווארפן.

אין די ערשטע צייט זענען געווען "אחראים" וועלכע האבן זיך געטוישט א יעדע שטיק צייט. שפעטער איז געקומען אן עורך קבוע מיט'ן ניק "קעלנער". נאך שפעטער זענען געווען אנדערע. ויהי אחרי קענלנער איז געקומען אן אנדערער "עורך" דער היינטיגער "מנהל" זז"ג. ער איז געווארן א ביסל שטרענגער. ער האט א ביסל איינגעצויגן דעם פאסיק. ס'זענען געווען מענטשן וועלכע האבן געהאט חילוקי דיעות מיט איהם. זענען זיי געגאנגען און האבן זיך אויפגעמאכט א וועבסייט'ל. בלשון קטנה. ווייל ס'איז נאך אין די ווינדלעך.

איך ווינטש זיי א סאך הצלחה. נאר איך האלט אז ס'האט נישט אויסגעפעהלט. ווייל קאווע שטיבל איז נאכאלץ און וועט בעז"ה פארבלייבן אלס די חשוב'ע און געשמאקע וועבסייט וואס ס'איז.

אזוי ווי איך האב שוין דערמאנט אין א פריער'דיגן מאמר. אז אויפהאלטן א וועבסייט קאסט געלט און כוחות. און די ליינערס און שרייבערס (וועלכע טראגן נישט דעם עול פון די הוצאות) זענען נאר געסט. דארפן זיי זיך צושטעללן צו די תקנות המקום. פארשטייצעך ווילאנג ס'ווערט געפיהרט בטוב טעם ודעת און מיט יושר. אויסער דעם האבן זיי נישט קיין שום רעכט אריין צו רעדן אין די מענעדזשמענט אדער וואס מ'זאל יא אדער נישט טון. ושלום על ישראל.

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר