וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
הכנה דרבה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

וואס טוט מען? דאס קינד דארף ווייסע טייץ

שליחה דורך הכנה דרבה »

איז מיר פארלאפען אזא מעשה דעם פרייטאג צונאכטס, איך בין אהיימגעקומען מיט די הייליגע צוויי מלאכים און זיך צוזינגען פארפלאמט דעם געשמאקען שלום עליכם פונם זיידן, דער טשולענט בלעזעלט און די וויסקי וואס איך האב פארטרינקען צום זמן צוזאמען מיט די קארטאפעל קוגל זשומעט פיין אין קאפ. די סעודה פארט פיין און די קינדער זיצן ארום ווי בני מלכים, מיט מיין אשת חיל וואס שאקעלט צו פרום צו די שיינע לויב ווערטער פון משלי.

אזוי פארט דער סעודה פיין, שוין אפגע'פטר'ט די מלאכים, צאתכם ובואכם לשלום, זיך געוואשען צו א פיינע זויערע בארכע, דער עולם טינקט און זינגט, די קארבענעט צושפיליוועט אין קאפ, מ'קנאקט רעטעך, מ'פליסקעט די הייסע זופ, די מאמע שרייט "עסט שטילער" נאר ווער הערט איר דען? מ'קען דאך נישט הערן דאס אייגענע קול פון די שווערע פליסקעריי, איך דארף אייך נישט מאריך זיין לענגער, איר קענט אלע גיין קוקן אין פיני גליק'ס זמירות די פונקטליכע דעטאלן, נאר איך מיין אז איך דארף ארויסקומען מיט מיין אייגענע זמירות ווייל דער גליק האט נאכנישט געקאווערט אן אחד בשישים פון מיין נוסח זמירות. איז נישט פארדעם בין איך דא געקומען, צו דערציילן וואספארא זמירות איך פארמאג, פארדעם פלאן איך טאקע ארויסצוקומען מיט אן עקסטערע זמירות, אפשר טאקע שוין פאר פסח הבעעל"ט, אבער צו דעם וועלן מיר שוין צוריקקומען א צווייטע מאל.

איז וואו בין איך פארפארן דא? יא צום זמירות, איז פלוצים, צווישען די מייערן צימעס און די פארפעל הייבט אן צו גיין א ריח, קודם האב איך געקלערט אז דאס איז פון מיר גאר, אפשר האב איך געגעסען צופיל ארבעס, אבער נאכדעם באמערק איך מיין דריי יעריגס איז געווארן גאר ערענסט, ממש דאס קדושת שבת ברענט אויף איר געזיכט, נאך קורצע חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס אז דער חורבן איז גרויס, די גאנצע אונטערוועש מיט די טייץ מיט א חלק פון די בענקל אפילו איז געגאנגען קאקן, ביז דא קען מען נאך שרייבן אין די זמירות, פון דא און ווייטער איז שוין אזוי געהויבן אז אין קיין שום זמירות גייט דאס שוין נישט אריין.

עס פאנגט זיך אן א גאנצע סדרה, אפציען דאס אלטע, ווישן וואשן, איך שטיי מיט א גרויסע שלחן ערוך און איך דירעקטיר פונקטליך וואס איז מותר און וואס איז אסור, אינדערצווישען האט זיך דאס באטל וויין אויסגעגאסען, א כפרה דאס קינד, אבער וואס ווילט עטץ פון מיין וויין?

שוין, פארטיג אפגעפיצט, אפגעוואשען, א פרישע פאר אינטערוועש, פאנגט זיך אן א פרישע פרשה, זי דארף אירע ווייסע טייץ, נישטא נאך א ווייסע טייץ ווייל דאס האסטו שוין צוגרינד געלייגט לעצטע וואך!

אפשר שווארצע? ניין! דייקא ווייסע, זי איז גאר שטארק מקפיד אויף כבוד שבת!

אפשר א פאר זאקעלעך ווייסע? ניין ניין ניין!!

די קולות גייט ארויף א טאן, איך דארף מיינע ווייסע טייץ! איך דארף מיינע ווייסע טייץ!! איך דארף מיינע ווייסע טייייייץ!!!!

נישטא קיין ווייסע טייץ נשמה'לע, די ווייסע טייץ איז אין גארבעדזש, וועסט זיך האלטען ריין וועסטו האבן ווייסע טייץ!

איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!
איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!

שעפעלע טייערס! איך וויל דיך אזוי שטארק געבן ווייסע טייץ, גלייב מיר, איך אליינס דארף אפילו ווייסע טייץ, מ'קען נישט האבן אלעס וואס מ'וויל!

איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!
איייייך דאאארףףףף וויייייסעעעעעע טיייייץ!!!!!!!!!

איך געדענק שוין נישט ווען דאס קינד האט געענדיגט וויינען און אויב איך האב געבענטשט למעשה, איך האב פארענדיגט דאס גאנצע איבערגעבליבענע פונם פיינעם קאבערנעי, דאס ווייב איז מיר ארויסגעלאפען ערגעצוואו אינם טינקעלן נאכט אריין, מסתמא צו איר מאמע'ן אדער אפשר גאר צו איר שוויגער, א סברה, שוין בעסער מיטן שוויגער ווי מיט אנגעקאקטע צודרודעלטע קינדער און איך בלייב מיר אזוי מיטן קליינעם שרייעדיגע וועוועריקל, און גיי טרעף יעצט א שלום זכר ווי צו אנטלויפן, נישטא קיין שלום זכור, מיינע געטרייע חברים, פאר גאו פאנד מי'ס זענען זיי דא, אבער ווען איך דארף יעצט א שלום זכור אזוי וויכטיג זענען זיי נישט צום האבן.

דריי איך זיך ארום אובד עצות, מילא דאס קינד וועט שוין ווי נישט ווי אויפוואקסען, איך געדענק נאך וויאזוי איך האבן זיך אויפגעפירט ביי די זיבן יאר ווען נאטור האט גערופען אין סאמע מיטן שפילן, מ'האט געטון וואס מ'האט געהאט צו טון, נו, מי שברך את האבות הוא יברך את הבנות, ווער עס האט זיך געזארגט פאר מיר דער וועט זיך שוין זארגען פאר איר אויך. נאר די טייץ, רבונו של עולם, דוכט זיך מיר ס'איז בלויז א קארגע פאר וואכן פון ראש השנה און איך מיין מיר האבן שוין אזוי דורכגעטריבען אזויפיל טוצן ווייסע טייץ אז דאס געשעפטעל נעבן מיר האט דעזיגנירט א גאנצע וואנט דערפאר, ער האט זיך לעצטענס אפילו געקויפט א הויז דוכט זיך מיר פון די פולע טייץ, עס נעמט נישט קיין עק!

קומטס אריין רבותי מיט עצות, איך האלט עס שוין נישט אויס!

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר