הילף איבער מצות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 2837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

הילף איבער מצות

שליחה דורך אלפא »

שוין, חברה איך דארף הילף.

וואס איז?

איך בין אריין אין א לאקאלע מצה בעקעריי צו זען וועלכע מצות מ'גיימער קויפן דאס יאר (דאהי איז נישטא אזוי שטארק די קאמערציאנאלע בעקערייען ווי אין ארה"ב).
די ערשטע זאך שפאצירט זיך מיר אריין א קאמארנע אייניקעל און בעט פאר רבינו תם מצות - אין קאמארנע האט מען מקפיד געווען סיי אויף רש"י און סיי ר"ת, רא"ש איז דאך פשוט, זאגט ער..
דאן קומט אן איינער ער דארף שברים תרועה, דוקא תוך שלושים, געשניטן בכח גברא, געמאלן מיט יחודים, און מנופץ לשמה.
א דריטער איז מקפיד די ווייץ זאל נישט קומען פון א"י ווייל די ציונים זענען געפערליך, דאכט זיך איך האב אויך אים געזען א האלבע יאר צוריק זיך צוקריגן מיטן מוכר איבער דעם אויסגעדארטן שפאנישן לולב..
א בריסקער זוכט שווארץ מבית ומבפנים, און אויב מעגליך וויל ער שוין יעצט האבן ערב פסח מצות (מוקדם..), און פארשטייט זיך אויב איז עס א גאז אויוון איז עס פסול.
אן אנדערע זאגט ביי זיי האט מען מקפיד געווען נישט צו נוצן קיין אייזענע וועלגער העלצלעך און אז די פאפירן זאלן געטוישט ווערן נאך יעדע מצה און אז דער שיבער זאל האבן געווען אין מקוה, ובכלל וויל ער פון די בני תורה מצות (מיינסט ער פארהערט אלע ארבייטער? מ'דארף זיך נישט זארגן?).
אנדערע קומען אריין און ווערן גאר משגיח, זיי טיילן איין יעדעם וואס צו טון (כאילו זיי ווייסן נישט..), קוקן איבער יעדן'ס הענט (נארמאל טרעפן זיי אייביג עפעס א שטיקל הויט וועלכע זעט אויס ווי א טייגל..), און נעמען זיך וואנזיניג שרייען ווען א מצה ליגט ביים רעדלער מער ווי 3.7 סעקונדעס..

בקיצור, די חומרות מיט די נעמען פאר יעדע חומרא האבן מיר געמאכט שווינדלען נאך איידער איך האב בכלל עקספיעט צו זאגן א ווארט.

גיי איך צום בעה"ב און פרעג אים וויפיל עס קאסט א באקס מצות. א פשוט'ע שאלה! נישט אזוי?

דא הייבט זיך עס ערשט אן.
וואס דארפסטו? 1 פונטיגע אדער צוויי פונטיגע באקסעס?
קודם שלושים אדער תוך שלושים?
שלימות אדער שברים?
דוקא רש"י (-רחיים של יד)?
דארף עס זיין מיטן רא"ש'ס חומרא? וואס טוט זיך מיטן חת"ס'ס חומרא? (וואס איז דאס למען השם?)
אמעריקאנער אדער א"י'דיגער מעהל?
ווען נישט איך שטעל אים אפ פרעגן די פרייזן מיין איך ער וואלט נאך יעצט געשטאנען און אויסגערעכנט חומרות.

פאר רש"י, תוך שלושים, רא"ש, שלימות, אמעריקאנער, איז עס 48 פאר א פונט.
נישט רא"ש, 31.
מכונה, נאך ביליגער, קודם שלושים אויך אביסל ביליגער, שברים אויך ביליגער. און אזוי ווייטער.
(ווי א חכם מאך איך מיר שנעל דעם חשבון אז פאר שברים, קודם ל', מכונה, נישט בני תורה, נישט רא"ש, גייט ער מיר שוין דארפן צוצאלן כמעט..)


איך בין אנטלאפן.

_______________
יעצט ווענד איך מיר דא נאך הילף ביי די תלמידי חכמים אין שטעטל.

קען איינער מיר העלפן מסדר זיין און לייגן די אלע חומרות אין סדר?!
וואס קומט פאר וואס? וועלכע איז נאר א חומרא? וועלכע איז אן הלכה? און וואס איז א מנהג לכתחילה?
וואס דארף מען פאר די כזיתים און וואס דארף מען פאר די אנדערע טעג? דארפן די פרויען אויך אלע חומרות?

_______________

אביסל אייגענע ריסורטש האב איך יא געמאכט (שלא לבייש..), עס קומט מיר אויס אזוי:

די געדאנק פון תוך שלושים איז א ב"ח וועלכע האלט עס איז לעיכובא (אנדערש ווי ביי סוכה וואו מ'קען מאכן אן הוספה לשמה בתוך שלושים..), אבער רוב אחרונים האבן עס נישט אנגענומען.
בכלל איז לכתחילה פאר די כזיתים צו נעמען פון ערב פסח מצות, אבער אין דעם טוט זיך שוין אויך געוויסע (גר"א והמסתעף) וועלכע האלטן אז עס איז יצא שכרו בהפסדו ווייל מ'יאגט זיך, לעומת דער חת"ס וועלכע האט צומאל גאר געבאקען אויף יו"ט אליין פארן סדר (- ווען עריו"ט איז שבת). אין דעם איז נכלל די שמועס צו פארן צווייטן סדר איז אן אויפטוה מצות פון י"ד (ווייל על הצד עס איז די ערשטע נאכט איז י"ד נישט עריו"ט).

רחיים של מכונה ווס יד האט צוויי נקודות, איינס איז די נושא פון לשמה, אזויווי ביי מאשין מצות - וואו מ'דארף זיך פארלאזן אז דרוקן דעם קנעפל איז גענוג אז די גאנצע מערכה זאל הייסן לשמה, דאן איז דא די געדאנק אז עס קען ווערן אנגעהיצט מער ווי הענט מילעכלעך. אבער למעשה איז די וועלט מקיל דערין - הגם אסאך זוכן יא (עכ"פ פאר זיך אליין) רש"י.

שלימות ווס שברים ווענד זיך כמובן צו מ'דארף עס פאר א סעודה אדער לחם משנה וכדו'.

רא"ש מצות, דא הייבט זיך אן די עיקר שוועריקייטן! פון איין זייט שטייט אין גמ' דעם שיעור פון א מיל (18 מינוט כמקובל, יש מקילים יותר ויש חולקים..), וואס דאס נעמט בפשטות אריין ווען די טייג שטייט אן דעם וואס מ'באארבייט עס, ווייל ווען מ'ארבייט מיט דעם מעג עס אפי' נעמען אגאנצן טאג. דא קומט אבער די רא"ש און טענה'ט אז איינמאל מ'האט אנגעפאנגען צו ארבייטן דערמיט (קנעטן נישט אריינגערעכנט) איז עס שוין אנגעווארעמט און עס קען ווערן חמץ מיטן שטיין אומבארירט אפי' נאר פאר איין רגע.
און דא הייבט זיך אן, וואס פונקטליך מיינט איין רגע? גייט די חומרא בכלל אן ביי דינע מצות אזוי ווי אונז מאכן? א.א.וו. און רוב אחרונים באופן כללי נעמען נישט אן דעם רא"ש בוכשטעבליך, (עי' פסקי תשובות כמה אופנים בזה).
מיר איז סתם אזוי אינטרעסאנט בעת וואס אין גמ' זעט מען אז די מציאות פלעגט זיין 'הוא מסיק ואשתו אופה' איז לכאו' ממה נפשך נישט געווען אזויווי די היינטיגע חומרות - ווייל אדער האט מען מיטן גאנצן טייג געמאכט איין מצה און אזוי ארום אויסגעמיטן עס זאל בלייבן שטיין אומבאארבייט אבער דאן איז עס געווען א דיקערע מצה ווי דאס וואס אונז האמיר - מער אזא תימנ'ע סארט (בכלל שטומט דאס בעסער מיט דעם 'כורך פסח מצה ומרור' ואכמ"ל..), אדער האט מען יא געמאכט קלענערע שטיקלעך און זיי געלאזט אומבארירט - וואס וואלט נישט קוואליפיצירט היינט צום טיטל 'רא"ש מצות'...

לגבי אייזענע וועלגערלעך, פאפירן, האלץ אין די אויוון, א"י'דיגע מעהל, און די אלע אזעלכע שאר ירקות. דאס האט שוין מער מיט די סארט הוט אדער קאליר זאקן וואס מ'גייט שבת, כמדומה..

____________

מ'קען פארשטייט זיך גיין אסאך ברייטער און טיפער, סיי דורכצוטון די סוגיא און די שיטות אליין (בנדון לשמה, מצות שמירה, נפ"מ בין הכזיתים לשאר כל הימים, וכו'), און סיי לגבי די ראנגן פון אלע חומרות ומנהגים.
דערפאר טאקע לייג איך עס דא אין תורה ומחשבה אז ווער עס האט מוסיף צו זיין תוכן - סיי הלכה'דיג און סיי מחשבה'דיג - זאל זיך ביטע אנרופן ווארעם.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר