אלקא דמאיר ענינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
דובעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 02, 2019 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

אלקא דמאיר ענינו

שליחה דורך דובעלע »

פאר יום טוב פארן ארום אפאר טראקס פון כולל שומרי החומות מיט ספיקערס און סיינס אז מ׳זאל אריינגעבן די אנגעזאמעלטע געלט פון א גאנץ יאר פון די פושקה …
אונז אלע האבן במסורה אונדערהיים א פושקה פון כולל שומרי החומות, ווען אימער מען איז אין א עת צרה געבט מען א פרוטה פאר ר מאיר א דאללער צוויי, ביים לעכט בענטשן פרייטאג צונאכטס, און ווען נישט..
לויט מיין חשבון שאפו זיי מיליאנען א יאר, מאך א חשבון א משפחה לייגט לכה״פ הונדרעט דאללער א יאר
אינטערעסאנט איז אז איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א חלוקה פון זיי, לויטן חשבון האבן זיי געדארפט איינפאקן אלע חלוקות פון אמעריקע צוזאמען, ס׳וואלט נישט געדארפט זיין אזוי סאך משולחים נאך געלט, אבער זעהט אויס לא דובים ולא יער,

מען זאגט א ווערטל אז זיי שאפן די כשר׳סטע געלט קיין פרוטה קומט נישט אן צום מדינה…

איך זעה אז זיי האבן יעצט אפגעקויפט א בילדינג אין וויליאמסבורג פאר צוויי מיליאן דאללער און אריינגעלייגט לכה״פ נאך א מיליאן, וואס איך פארשטיי נישט פארוואס זענען אונז סטאק געבליבן מיט זייער פושקה, פארוואס מאכט מען נישט א נייע ארגעזאציע און מען באיקאט כולל שומרי החומות, ס׳איז דאל דא איבער גענוג ארגענזאציעס וואס טוען אויף עכ״פ למחצה לשליש ולרביע, פארוואס האבן זיי די טרעידמארק פון אלקא דמאיר?

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר