בלאט 1 פון 2
איז עס אומעטיש?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:29 pm
דורך שלמה משנתו
בין איך געווען אמאל אלץ קינד ביי מיין שוואגער אויף שבת, ערב שבת האב איך אריינגעבליקט אין קאך און איך זע וויי מיין שוואגער - נישט וויסנדיג אז איינער קוקט- נעמט א גרויסע לעפל און שטעקט עס אריין אינעם טאפ פערפל, פארזיכט א לעפל און דאן לייגט ער צוריק די לעפל, מישט עס גוט ארום, נעמט נאך, וחוזר חלילה.
איך בין שנעל אוועקגעלאפן און זיך געמאכט ווי איך האב גארנישט געזען. שפעטער ביי די סעודה האבן זיך אלע געווינדערט פארוואס איך עס נישט פון די פערפל, אפילו דאס וואס האט אנגערירט די פערפל האב איך נישט געוואלט עסן.
דאס האט מיר געמאכט טראכטן, האט מיין שוואגער געטון אן עוולה? האט ער עפעס געטון אומעטיש?
ס'נישטא קיין שום סכנה אין דעם, סך הכל איז עס גאר עקלדיג 'אויב ווייסט מען דערפון', אקעי, מיין שוואגער האט נישט גוט געקוקט, אבער לאמיר זאגן אז ער טוט עס און קיינער ווייסט נישט צו דען איז עס א פראבלעם?
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 5:38 pm
דורך צפת
שווערע שאלה.
איך וועל פרעגן אן אנדערע שאלה, און אנטשולדיגט פאר אינטראפטן אין דיין אשכול:
א איד וואס גלויבט נישט אז אויב גיסט מען נישט קיין נעגל-וואסער, רוהט א רוח טומאה אויף דער מענטש, ער האלט אז דאס איז בעלאוני. גייט ער אריין אין קאך, רירט אן עסן, ער מאכט א פיינעם טשאלנט פאר די גאנצע משפחה, זיין טאטע, ברידער, ווייב און קינדער, אן דעם וואס ער זאל זיך בכלל אפגיסן די הענט היינט.
האט ער בא'עולה'ט זיין משפחה, וויבאלד זיי גלויבן יא אז אין די עסן איז פארהאן א רוח טומאה?
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 6:12 pm
דורך החוקר
@צפת דיין שאלה איז אינו דומה.
אין פאל פון פותח האשכול, נעמט ער אן אז בעצם איז די אקט אליין נישט קיין פראבלעם פאר זיך. נאר, צוליב דעם וואס עס פארעקלט א צווייטן ווערט עס אן עוולה.
איז זיין שאלה, צו אויב ווען די ידיעה איז נישט דא פאלט אוועק די עוולה.
משא"כ אין דיין שאלה איז די רוח טומאה א פראבלעם (לפי זיי). אפגעזען צו דו ווייסט יא אדער נישט. דאס אז דו גלייבסט נישט דערין, טוישט נישט גארנישט פון זייער זייט.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 6:26 pm
דורך אלפא
לגבי די ערשטע שאלה צו עס איז אומעטיש צו טון אן עקעלדיגע זאך וואס עקעלט נאר ווען מענטשן זענען מודע דערפון (לייגנדיג אין א זייט די פאטענציאלע סכנה פון דזשערמס וכו'), איך מיין די שאלה איז ווייניגער איבער עטיקס ווי איבער די פסיכאלאגיע/פילאזאפיע פון 'עקל'. וואס איז די קאמפאנענט וואס עקעלט? איז עס 'עקעלדיג' ווען מ'ווייסט נישט דערפון? (ענליך צו די שאלה איבער די סאונד פון א בוים וועלכע פאלט אראפ אין א ליידיגע וואלד - צו עס איז בכלל 'סאונד'..). נאכן סאלוון דאס קען מען אינפערן די עטישע השלכות דערפון גרינגערהייט לכאו'.
לגבי די שאלה פון מכשיל זיין א צווייטן מיט עפעס (סכנה/עבירה) וואס איך האלט איז נאנסענס, איז געוואנדן צו מען איז א פלוראליסט - מ'גלייבט אז יעדער האט זיך זיין אמת, אדער אפי' א טאלערירער - וועלכע האלט אז מען דארף רעספעקטירן יענעמ'ס שיטות/איינרעדענישן/און טעותים, משא"כ אן אבסאלוטיסט אדער ראציאנאליסט וועט לכאו' פארשטיין אז יענעמ'ס מיינונג האט נישט קיין אחיזה אין מציאות (לדעתו) וממילא איז נישטא קיין סיבה זיך צוטון מאכן דערפון אויב יענער גייט נישט געוואר ווערן וכדו'.
וואס יא, אבסאלוטיזם ווס פלוראליזם מוז נישט עקזיסטירן ווי א ביינערי, עס איז יצויר אז עס איז ווי א ספעקטרום ווי אויף געוויסע זאכן בין איך נישט אזוי איבערצייגט אין מיין שטעלונג - וממילא קען איך מער רעספעקטירן אנדערע, בעת אנדערע זאכן בין איך מער איבערצייגט אין יענעמ'ס טעות, אדער געוויסע אנדערע וועריאבלס וועלכע קענען אויסמאכן (א שטייגער ווי די געדאנק פון 'רוח רעה' קען זיין ערגער ווי סתם אן עבירה אלס חמירא סכנתא, רעגארדלעס מיין קאנוויקשאן איבער די ווארהייט..)
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 7:36 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 6:26 pm
לגבי די שאלה פון מכשיל זיין א צווייטן מיט עפעס (סכנה/עבירה) וואס איך האלט איז נאנסענס, איז געוואנדן צו מען איז א פלוראליסט - מ'גלייבט אז יעדער האט זיך זיין אמת, אדער אפי' א טאלערירער - וועלכע האלט אז מען דארף רעספעקטירן יענעמ'ס שיטות/איינרעדענישן/און טעותים, משא"כ אן אבסאלוטיסט אדער ראציאנאליסט וועט לכאו' פארשטיין אז יענעמ'ס מיינונג האט נישט קיין אחיזה אין מציאות (לדעתי) וממילא איז נישטא קיין סיבה זיך צוטון מאכן דערפון אויב יענער גייט נישט געוואר ווערן וכדו'.
וואס יא, אבסאלוטיזם ווס פלוראליזם מוז נישט עקזיסטירן ווי א ביינערי, עס איז יצויר אז עס איז ווי א ספעקטרום ווי אויף געוויסע זאכן בין איך נישט אזוי איבערצייגט אין מיין שטעלונג - וממילא קען איך מער רעספעקטירן אנדערע, בעת אנדערע זאכן בין איך מער איבערצייגט אין יענעמ'ס טעות, אדער געוויסע אנדערע וועריאבלס וועלכע קענען אויסמאכן (א שטייגער ווי די געדאנק פון 'רוח רעה' קען זיין ערגער ווי סתם אן עבירה אלס חמירא סכנתא, רעגארדלעס מיין קאנוויקשאן איבער די ווארהייט..)
איך וויל קלערן אביסל אנדערש...
א אבסולוטיסט קען/דארף אויך אנערקענען און די לעגיטימעטעט פון א צווייטענס מיינונג. דאס אז אין פרינציפאל עקזיסטירט א אבסולוטע אמת, און עס איז נישט פלוראל. מיינט נישט אז א מענטש קען זיך דערקלערן בעה"ב אויפן אמת - און אז דאס גיבט א רעכט צו מזלזל זיין אין א צווייטענס רעכט צו האבן אן אייגענעם מיינונג איבער וואס דער אמת איז. א מענטש דארף ער אנערקענען אין די מציאות אז א ער איז חסר און איז נישט אייביג עומד על האמת. און קיינער פארמאגט נישט די כוח צו אננעמען אז א צווייטענס מיינונג איז נישט לעגיטים.
ממילא, אפילו אויב די האלטסט אז יענעמ'ס מיינונג האט נישט קיין אחוזה אין מציאות, דארפסטו רעספעקטירן יענעמ'ס רעכט צו האבן די מיינונג. און רעספעקטירן יענעמ'ס מיינונג איז א ערך אפילו שלא בפניו (עס איז נישט קיין ערך בלויז בין אדם לחברו, נאר אין פרינציפאל בכלל).
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:53 am
דורך דוד הלוי
ליגט מיר אין קאפ אז די גמרא (דאכט זיך סוף יומא און אפשר אויך ערגעץ אינמיטן נזיר)
זאגט טאקע אז ווען יענער ווייסט נישט איז קיין פראבלעם
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:19 am
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 6:26 pm
לגבי די ערשטע שאלה צו עס איז אומעטיש צו טון אן עקעלדיגע זאך וואס עקעלט נאר ווען מענטשן זענען מודע דערפון (לייגנדיג אין א זייט די פאטענציאלע סכנה פון דזשערמס וכו'), איך מיין די שאלה איז ווייניגער איבער עטיקס ווי איבער די פסיכאלאגיע/פילאזאפיע פון 'עקל'. וואס איז די קאמפאנענט וואס עקעלט? איז עס 'עקעלדיג' ווען מ'ווייסט נישט דערפון? (ענליך צו די שאלה איבער די סאונד פון א בוים וועלכע פאלט אראפ אין א ליידיגע וואלד - צו עס איז בכלל 'סאונד'..). נאכן סאלוון דאס קען מען אינפערן די עטישע השלכות דערפון גרינגערהייט לכאו'.
לגבי די שאלה פון מכשיל זיין א צווייטן מיט עפעס (סכנה/עבירה) וואס איך האלט איז נאנסענס, איז געוואנדן צו מען איז א פלוראליסט - מ'גלייבט אז יעדער האט זיך זיין אמת, אדער אפי' א טאלערירער - וועלכע האלט אז מען דארף רעספעקטירן יענעמ'ס שיטות/איינרעדענישן/און טעותים, משא"כ אן אבסאלוטיסט אדער ראציאנאליסט וועט לכאו' פארשטיין אז יענעמ'ס מיינונג האט נישט קיין אחיזה אין מציאות (לדעתי) וממילא איז נישטא קיין סיבה זיך צוטון מאכן דערפון אויב יענער גייט נישט געוואר ווערן וכדו'.
וואס יא, אבסאלוטיזם ווס פלוראליזם מוז נישט עקזיסטירן ווי א ביינערי, עס איז יצויר אז עס איז ווי א ספעקטרום ווי אויף געוויסע זאכן בין איך נישט אזוי איבערצייגט אין מיין שטעלונג - וממילא קען איך מער רעספעקטירן אנדערע, בעת אנדערע זאכן בין איך מער איבערצייגט אין יענעמ'ס טעות, אדער געוויסע אנדערע וועריאבלס וועלכע קענען אויסמאכן (א שטייגער ווי די געדאנק פון 'רוח רעה' קען זיין ערגער ווי סתם אן עבירה אלס חמירא סכנתא, רעגארדלעס מיין קאנוויקשאן איבער די ווארהייט..)
אלפא: דו האסט אנגערירט א נקודה וואס די פריער'דיגע מגיבים האבן אדורכגעלאזט. די געזונטהייט אספעקט. ווען איינער מישט אריין א לעפל/גאפל וואס איז געווען אין זיין מויל אין טאפ פון עסן פאר אנדערע מענטשן פארשפרייט ער דזשערמס. דאס איז א פאקט. נאך אפילו אין די צייטן פון די גמרא האט מען שוין געוואוסט פון דעם. (עיין בתגובת דוד הלוי).
אויך אויב איינער גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער און ער רירט צו עסן וואס אנדערע מענטשן וועלן (פאטענציעל) נעמען. שעדיגט ער יענעם אומוויסנדיג. אפעזעהן וואס יענעם'ס פערזענליכע פילאזאפיע איז. דאס קען (אפשר) אריינגיין אין די סוגיא פון ..."היזק שאינו ניכר"... (מס' גיטין, ועוד.).
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט פון דערהעים אין יוראפ. ווען מ'האט געלערנט אין די (גוי'אישע) פאבליק סקול איבער היגיענישקייט. און דער טיטשער האט גערעדט איבער די שעדליכקייט פון דזשערמס. אז זיי געפונען זיך איבעראל. האט זיך א פויערישער שייגעץ/סטודענט אנגערופן. איך האלט מיין האנט. איך זעה נישט קיין שום דזשערמס. דער טיטשער רעדט נארישקייטן...!
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
כ’פארשטיי נישט די פראבלעם בכלל, איך געדענק נאך צו זעהן די פארצייטישע רומענישע / אונגארישע זיידעס וואס פלעגן רייניגען דעם אויער מיטן הענטל פונעם אויגן-גלעזער און דערנאך מישן דעם קאווע דערמיט....
אדער ווי די באבע פלעיגט טיילן אייז-קרים און צווישען איין scoop און דעם צווייטען פלעגט זי נעמען א גרויסע לעק...
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:30 pm
דורך א גוט יאר
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:16 pm
כ’פארשטיי נישט די פראבלעם בכלל, איך געדענק נאך צו זעהן די פארצייטישע רומענישע / אונגארישע זיידעס וואס פלעגן רייניגען דעם אויער מיטן הענטל פונעם אויגן-גלעזער און דערנאך מישן דעם קאווע דערמיט....
אדער ווי די באבע פלעיגט טיילן אייז-קרים און צווישען איין scoop און דעם צווייטען פלעגט זי נעמען א גרויסע לעק...
דו האסט געזאגט דא צוויי אנדערע זאכן,
די זיידעס אויערן זאפט קאווע גייט נאר ער טרינקען, קיינער טרינקט נישט פון זיידיס קאפי,
אייז קריעם יא...
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:36 pm
דורך אלע צוזאמען
שלמה משנתו האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 5:29 pm
ס'נישטא קיין שום סכנה אין דעם, סך הכל איז עס גאר עקלדיג 'אויב ווייסט מען דערפון', אקעי, מיין שוואגער האט נישט גוט געקוקט, אבער לאמיר זאגן אז ער טוט עס און קיינער ווייסט נישט צו דען איז עס א פראבלעם?
סכנה און אומעטיש איז צוויי גאר אנדערע מקצועת.
ס’איז עקלדיג און אומעטיש וואס דיין שוואגער האט געטון, אפילו ס’נישט קיין סכנה און אפילו קיינער ווייסט נישט.
די זעלבע ווי ס’נישט שיין צו גרובלען אין די נאניע אפילו קיינער איז נישט אין די ד’ אמות.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:56 pm
דורך החוקר
להדיא מחולק!
פארוואס איז נישט שיין צו גריבלען אין די נאניע ווען קיינער זעט נישט? אז עס גיבט א מענטשן (berlbalaguleh@ דייטש, ריכטיג?) פארלייכטערונג, ציוואזשע נישט?
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:02 pm
דורך אלע צוזאמען
וואס געשעהט ווען נחמן יענקל קומט אריין אין שטוב צוויי מינוט נאך וואס ער האט געפינישט זיין עבודת ....?
ער גיבט אים די האנט מיט די גאנצע שמוץ.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:40 pm
דורך עמרם
אלץ געווינדערט
אויב איך זעה איינער מאכט א פיינעם קאווע, און ער קוקט אוועק פאר א מינוט, פארוואס נישט אריין שפייען א טראפ אין זיין קאווע
ער וועט קיינמאל נישט וויסן ....
האב איך אים ב'עוול'ט ?
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:18 pm
דורך בעל אחריות
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:40 pm
אלץ געווינדערט
אויב איך זעה איינער מאכט א פיינעם קאווע, און ער קוקט אוועק פאר א מינוט, פארוואס נישט אריין שפייען א טראפ אין זיין קאווע
ער וועט קיינמאל נישט וויסן ....
האב איך אים ב'עוול'ט ?
איך ווינדער מיך נישט, איך טוה עס טאקע, און נישט נאר איך נאר צענדליגע טויזענטע מענטשן טוען עס יעדן טאג מיט טויזענטע קאוועס...און דאס גייט שוין אזוי פאר הונדערטע יארן און קיינער אויסער גאט ווייסט נישט דערפון...
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 am
דורך berlbalaguleh
מהאי טעמא: ווען איך מאך א קאווע אין פאבליק נעם איך נישט אראפ מיין עינא פקיחא פון דעם. נישט נאר בשר שנתעלם מן העין.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 12:57 pm
דורך צוויי
בעל אחריות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:18 pm
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:40 pm
אלץ געווינדערט
אויב איך זעה איינער מאכט א פיינעם קאווע, און ער קוקט אוועק פאר א מינוט, פארוואס נישט אריין שפייען א טראפ אין זיין קאווע
ער וועט קיינמאל נישט וויסן ....
האב איך אים ב'עוול'ט ?
איך ווינדער מיך נישט, איך טוה עס טאקע, און נישט נאר איך נאר צענדליגע טויזענטע מענטשן טוען עס יעדן טאג מיט טויזענטע קאוועס...און דאס גייט שוין אזוי פאר הונדערטע יארן און קיינער אויסער גאט ווייסט נישט דערפון...
צוליב דעם איז די קאווע טאקע אזוי פיין פאר די אלע מענטשן...
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 12:15 am
מהאי טעמא: ווען איך מאך א קאווע אין פאבליק נעם איך נישט אראפ מיין עינא פקיחא פון דעם. נישט נאר בשר שנתעלם מן העין.
איך מיין אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט די טעם פון א פיינעם עכטן גוטן קאווע...
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 4:57 pm
דורך מי אני
רש״י איז מפרש בב״ק ג:
אלא - תולדה דאדם היינו כיחו וניעו. כיחו רוק הפה ניעו ליחת החוטם (רוק היוצא מתוך גופיה אגב כח).
אי בהדי דאזלי מזקי - שנפל על השיראים וטנפוה או לתוך המשקין ונמאסו.
עכ״פ דאס ווערט גערעכענט ווי א היזק וואו עס איז ממאס.
דא, ווי לאנג דער מענטש ווייסט נישט אז מ׳האט אריינגעשפיגן דערין, איז עס במבט ראשון נאר א היזק שאינו ניכר. אין אויף דעם ווערט גע׳פסק׳נט בחו״מ סימן ״שפה״ סעיף א ביי א היזק שאינו ניכר (וואו די ניזק ווייסט יא דערפון) אז מדאורייתא איז ער פטור, נאר חכמים חייבו לשלם ע״ש. דא איז דאס לכאורה במושכל ראשון נחשב כהיזק שאינו ניכר. וויבאלד אויב דער ניזק וואלט געוואור געווארן אז מ׳האט אריינגעשפיגן דערין וואלט עס זיכער פארעכענט געווארן ווי א היזק מחמת המיאוס אשר חייב לשלם עבורו וכרש״י בריש ב״ק הנ״ל. הגם, מ׳קען מתריס זיין און זאגן אז ביי א מטמא ומנסך, איז דארט דא די היזק אזוי צי אזוי ביודעים ובלא יודעים פונעם ניזק, און די "אינו ניכר" מיינט פשוט אז ס'איז נישט
פיזיש ניכר. ולכן האלט חזקיה בגיטין נג. אז הגם לשיטתו איז א היזק שאינו ניכר שמיה היזק, איז אבער בשוגג פטרו המזיק כדי שיודיעו להניזק ולהפרישו, און במזיד איז נישטא דעם חשש וויבאלד ער וויל אים דאך שאדן טוהן ע״ש. דאס איז אבער נישט נוגע דא בנידון דידן, וואו דאס ווערט נישט קיין דבר הנאסר, און דער שפייער וויל אים טאקע דייקא נישט מודיע זיין. וממילא קען מען זאגן אז דא בנידון דידן באקומט עס
נאר דעם שם ״היזק״ נאר טאמער דער ניזק
ווייסט און ווערט געוואור און ווערט דאדורך נמאס דערפון. בעפאר דעם איז עס נישט קיין היזק
בכלל; עס פעהלט דא אויס דעם ״ניכר״ וידיעה פונעם ניזק כדי דאס
בכלל צו געבן א שם ״היזק״ דא, פונקט אזוי ווי עס פעהלט אויס דעם ניזק׳ס מיאוס דערפון כדי לחייב המזיק, אפילו וואו דער ניזק ווייסט יא דערפון.
יעצט, עס איז דא די באקאנטע חקירה פון די אחרונים בריש מסכת ב״ק אויב היזק איז אַן איסור אויך און נישט נאר א חיוב לשלם, ונפק״מ בשרוצה לשלם אח״כ. פונעם לשון הטור והש״ע בחו״מ ריש סימן שעח איז משמע אז עס איז אַן איסור אויך וע״ש בסמ״ע ס״ק א. ולכאורה איז די איסור אויך דא, עכ״פ מדרבנן, אפילו ווען די עצם חיוב לשלם בזה ההיזק איז נאר מדרבנן, וכמו כאן בההיזק שאינו ניכר, ועיין ברש״י שם בגיטין נז: ד״ה מטמא ומדמע.
וממילא אויב נעמט מען אָן אז דאס ווערט יא גערעכענט ווי א היזק שאינו ניכר, און די איסור להזיק (מדרבנן) איז אויך ביי א היזק שהחיוב הוא רק מדרבנן וכרש״י, דאן איז עס, ממבט הלכה, לכאורה אסור צו טוהן אפילו וואו ער איז ברור אז יענער וועט נישט געוואור ווערן (אויב ווען דער ניזק וואלט ווען געוואור געווארן וואלט ער ווען נמאס געווארן דערפון). אין אנדערע ווערטער, מ׳קען אפשר טאקע זאגן אז אפילו במזיד איז ער פטור מלשלם ווי לאנג דער ניזק ווייסט נישט און איז נישט געוואור געווארן, וויבאלד עס האט נאך נישט דעם שמיה ״היזק״ בכלל ותלוי בדעתו ומאוסו כנ״ל. די שאלה איז צי דאס איז מקושר עם
האיסור לעשות כן מעיקרא, פונקט אזוי ווי עס איז אסור צו טוהן א געהעריגע היזק אף כשרוצה לשלם או שהניזק ימחול לו ואין כאן
חיוב.
און עס איז מן הראוי לציין צום לשון פונעם ערוך השלחן בחו"מ סימן שעח סעיף א:
וכן אסור להזיק בראייתו וחייב בדיני שמים אם הזיק בעין מבטו לחבירו, וכך אמרו חז"ל אסור לאדם לעמוד על שדה חבירו בשעה שעומדת בקמותיה [ב"מ קז.] וכן כל מיני היזק ראיה אסור כמו להסתכל במה שחבירו עושה בביתו ובחצירו כמ"ש בסימן קנד
און דאס איז לכאורה אף כשאין חבירו יודע.
(ולגבי עין הרע, איז די שאלה אז לויט דער אגרות משה, אבהע"ז ח"ג סימן כו, אז אפילו לויט די וואס גלייבן דערין איז עס נאר אויב מען איז קפיד דערויף וואס עס שאדט ע"ש, צי דאס אז ער ווייסט ניטאמאל דערפון ווערט גערעכענט ווי "לא קפיד", ולכן אין עליו שם היזק עדיין, און דאך איז עס אסור צו טוהן צו יענעם.)
עס איז אויך מערקווידיג ווי עס ווערט גע'פסק'נט בחו"מ סימן תכז סעיף ח, עכ"פ בדבר סכנה, אז עס איז א מצוה להסירו ולמונעו, אע"פ שאין שם היזק עדיין ע"ש.
ואולי קען מען דאס אפשר מקשר זיין צו דאס וואס דער אור שמח זאגט בחידושיו על הש״ס (
ב״ק צז.) אז די מחלוקת דארט אויב בגזל מטבע ופסלתו מלכות אי מצי א״ל להנגזל הרי שלך לפניך, איז תלוי אויב די קוטב פאר היזק ניכר איז וואו ס׳איז נשתנה גוף הדבר, אבער וואו נישט איז דאס נישט ניכר אפילו אויב יעדער ווייסט. ווידעראום רב יהודה וואס האלט אז ביי דעם קען דער גזלן נישט זאגן הרי שלך לפניך, האלט אז קוטבו של היזק ניכר איז תלוי אין דעם אויב עס איז ניכר ואפילו בידיעה סתם ע״ש. איז אפשר אז דא קען אויסקומען פארקערט: לרב הונא איז דאך דא בנידון דידן דא א היזק מוחשי ונשתנה גוף הדבר ע״י הרוק שיש בה עכשיו, ולכן הוי היזק ניכר, עכ״פ לשווייה שמיה ״היזק״. משא״כ לרב יהודה איז דאך למעשה נישטא דא קיין שום ידיעה, ולכן הוי בגדר היזק שאינו ניכר, ואולי עכ״כ להסיר ממנו שם ״היזק״ כלל וכנ״ל עד שיוודע לו וימאס.
כמובן, איז דא סתם אזוי לכאורה נוגע
מש״כ הדור רביעי בפתיחה למסכת חולין, אז צו מחייב זיין אדער אסר׳ן דברים שהן מן הנימוס והשכל מחייבן, פעהלט נישט אויס בפירוש הלכות דערויף ע״ש. וכמובן אויך איז דאס בכלל נכלל אינעם
נעגאטיוון ווערסיע פונעם ״
גאלדענעם רוּל״: מה דעלך סני לחברך לא תעביד (שבת לא.).
דאס דערמאנט בכלל פון
די סצענע אין
די העלפּ פילם, וואו אַן אפריקאנער-אמעריקאנער דינסט אין 1963 איז מסדר איר ראסיסטישע געוועזענע בעל הבית׳טע (הגם דארט קען עס שוין זיין בגדר סכנה אויך).
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 5:48 pm
דורך [NAMELESS]
דוד הלוי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 7:53 am
ליגט מיר אין קאפ אז די גמרא (דאכט זיך סוף יומא און אפשר אויך ערגעץ אינמיטן נזיר)
זאגט טאקע אז ווען יענער ווייסט נישט איז קיין פראבלעם
קוק אריין אין חולין (דף ע"א ע"א) ביי א שטיקל נבילה פלייש וואס מ'האט אראפגעשלינגען און צוריק אויסגעבראכן, זאגט דארט די גמרא, משום דלא חזיא לגר הוא, נהי דלא חזיא בפניו, שלא בפניו מיחזיא חזיא ליה, אז אויב מ'האט נישט געזעהן אז יענער האט עס אראפגעשלינגען, (און מסתמא מיינט עס אז עס איז נישט צוקייעט, ממילא דערקענט מען נישט), איז עס נאך ראוי לאכילה פאר א גר תושב.
וכל שכן בנידון דידן.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: פרייטאג יולי 05, 2024 6:15 pm
דורך שמן למאור
בעל אחריות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:18 pm
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:40 pm
אלץ געווינדערט
אויב איך זעה איינער מאכט א פיינעם קאווע, און ער קוקט אוועק פאר א מינוט, פארוואס נישט אריין שפייען א טראפ אין זיין קאווע
ער וועט קיינמאל נישט וויסן ....
האב איך אים ב'עוול'ט ?
איך ווינדער מיך נישט, איך טוה עס טאקע, און נישט נאר איך נאר צענדליגע טויזענטע מענטשן טוען עס יעדן טאג מיט טויזענטע קאוועס...און דאס גייט שוין אזוי פאר הונדערטע יארן און קיינער אויסער גאט ווייסט נישט דערפון...
פארוואס עפעס אריינשפייען אין יענעמס קאווע? וואס פארדינסטו דערפון חוץ פון די פאקט אז די קענסט שרייבן אויף קאווע שטיבל אז דו האסט עס געטון?
און שרייבן קענסטו דאך אפילו אנדעם וואס דו זאלסט עס האבן געטון...?
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2024 11:38 pm
דורך בעל אחריות
שמן למאור האט געשריבן: ↑
פארוואס עפעס אריינשפייען אין יענעמס קאווע? וואס פארדינסטו דערפון חוץ פון די פאקט אז די קענסט שרייבן אויף קאווע שטיבל אז דו האסט עס געטון?
און שרייבן קענסטו דאך אפילו אנדעם וואס דו זאלסט עס האבן געטון...?
שאלת חכם חצי, תשובה,
האלב פון דיין שאלה איז די תשובה...
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:16 pm
דורך צוויי
בעל אחריות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:18 pm
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:40 pm
אלץ געווינדערט
אויב איך זעה איינער מאכט א פיינעם קאווע, און ער קוקט אוועק פאר א מינוט, פארוואס נישט אריין שפייען א טראפ אין זיין קאווע
ער וועט קיינמאל נישט וויסן ....
האב איך אים ב'עוול'ט ?
איך ווינדער מיך נישט, איך טוה עס טאקע, און נישט נאר איך נאר צענדליגע טויזענטע מענטשן טוען עס יעדן טאג מיט טויזענטע קאוועס...און דאס גייט שוין אזוי פאר הונדערטע יארן און קיינער אויסער גאט ווייסט נישט דערפון...
קענסט די מעשה אז א איד האט זיך געמאכט א פיינעם פרישן קאווע אין די קאנטרי, און פונקט אויסגענוצט דאס לעצטע ביסל קאווע, עס אראפגעלייגט אויפן טיש, און געגאנגען נעמען א חסידיש ספר, ער האטעך אבער נישט געוואלט קיינער זאל זיך פארגליסן מיט זיין קאווע, האט ער ארויפגעשריבן אויפן גלעזל "איך האב אריינגעשפיגן", ער קומט צוריק און ער זעהט צוגעשריבן צוויי ווערטער דערנעבן "איך אויך"....
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 8:20 pm
דורך שמעקעדיג
ליגט מיר אין קאפ אז עס איז שוין געווען אזא אשכול, ממש מיט די זעלבע טענות הין און צוריק, אין די בראשית יארן פונעם שטיבל. פאר סאם ריעזאן קען איך עס נישט טרעפן. עס איז א שאד ווייל די קארפן קעפ פון יענע צייטן האבן אויסגעשמועסט אלע טענות און סברות בטוב טעם ודעת.
Re: איז עס אומעטיש?
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2024 10:27 am
דורך berlbalaguleh
נו, בעל מסורת הש"ס ד'קאווע שטיבל: לפי זכרוני האט מען שוין אמאל אדורכגעארבעט אן ענליכע סוגיא. נישט ממש די זעלבע.
דער שקלא וטריא איז געווען אז אויב איינער האט אוועקגעלייגט אין כולל א באטל מילך און אויפגעשריבן אז ער לאזט נישט נעמען שלא ברשות, און מ'האט יא גענימען מילך פאר קאווע, צי מ'איז עובר אויף גניבה. ברך אגב, האט איינער א פיקח זיך אן עצה געגעבן. ער האט ארויפגעשריבן אויפ'ן באטל אז דאס איז חלב עכו"ם. האט קיינער נישט גענימען.