בלאט 1 פון 1
קמחא דתשרי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:13 pm
דורך שמואל הלוי
מאכענדיג דעם חשבון קומט אויס אז די חודש תשרי קאסט שוין מער ווי חודש ניסן, אלזא פארוואס איז נישט איינגעפירט צו געבן "קמחא דתשרי" פאר די גרויסע אויסגאבן פון חודש תשרי?
חודש ניסן קאסט טאקע א שיין ביסל די מצות, ס'קאסט גוי'טע געלט צו קלינען, ס'קאסט צו קלינען די טלית און די אנדערע בגדים, און אזוי אויך איז דא נאך הוצאות אין יעדע אידישע שטוב, אבער פארט קומט עס נישט צי צו די הוצאות פון חודש תשרי וואס נעמט אריין אין זיך: "קויפן זיצן אין ביהמ"ד", "כפרות", "סוכה געברויכן" "ד' מינים", "הושענות", און פיל פיל נאך.
אדרבא זאל יעדער נעמען א פען און פאפיר און אפשרייבן די הוצאות פון חודש ניסן און די הוצאות פון חודש תשרי, איך מיין אז כמעט ביי יעדעם וועט אויסקומען חודש תשרי מער הוצאות ווי חודש ניסן, און דאס איז שוין אויסער די פאקט אז בערך א האלבע חודש ארבעט מען נישט, דאס מיינט אז ס'איז דא פון איין זייט היפש אסאך הוצאות און פון די אנדערע זייט ווייניג הכנסות.
עכ"פ אויב ווילט איר האבן אין עטליכע יאר ארום א אינטערוויו אויף קול מבשר אלס דער מייסד פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "קמחא דתשרי", און אזוי אויך אסאך פאבליסיטי און כבוד, איז נאך דא א מקום להתגדר בזה, אבער ביטע נישט פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר "שמואל הלוי פון קאווע שטיבל".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:32 pm
דורך היימישער
איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:47 pm
דורך berlbalaguleh
היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
און פארגיטיגן די צוריקגעקומענע (באונס'ד) טשעקס פאר די קאנטרי.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:51 pm
דורך קלאר
היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:54 pm
דורך קלאר
סקול סופליי אלייןס איז א הון רב פאר א משפחה מיט קינדער
ווער רעדט פין אויסשטאפירן די קינדער ווי האבען צירוסען זייערע בגדים אין קעמפ
אדער אויסשטאפירן בחורים וואס מ'שיקט אוועק אין ישיבה
וואס קומט אויך אויס אין די אנגעשטרענגטע אלול/תשרי סעזאן
ס''ה, שלמה האט א וויכטיגע פוינט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:55 pm
דורך היימישער
קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
כמעט און יעדע גרויסע מוסד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:56 pm
דורך היסטאריקער
קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
אין סאטמאר איז עס נישט דא, וועגן דעם ווייסטו נישט דערפון
אבער ביי צד מהרז״ל׳ס מוסדות איז דא יעדע דריי חדשים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:03 pm
דורך קלאר
היסטאריקער האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
אין סאטמאר איז עס נישט דא, וועגן דעם ווייסטו נישט דערפון
אבער ביי צד מהרז״ל׳ס מוסדות איז דא יעדע דריי חדשים
יא, דערמאנסט מיך
כ'וואלט געפנט א אשכול דאס צו דיסקאסען, איך זעה נישט וואס איז פשט דערפון, אבער מאנכע קענען נאך מאכען דערפון 'צימעס'
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:08 pm
דורך אייגענארטיג
ווייסט איינער פון ווי עס נעמט זיך בכלל אזא מושג פון רעגיסטרעישאן צאלט מען נישט גענוג 200 פער קינד פלאס קרן הבנין 100 א יאר פלאס טיפס פאר מלמדים וואס אויב מען געט דאס נישט קענסטו צאלן די העכסטע אמאנט שכר לימוד אין עס וועט דיר גארנישט העלפען דיין יונגעלע וועט באקומען אחת ואחת יעדע חודש במשך פון די 12 טאג.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:12 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:מאכענדיג דעם חשבון קומט אויס אז די חודש תשרי קאסט שוין מער ווי חודש ניסן, אלזא פארוואס איז נישט איינגעפירט צו געבן "קמחא דתשרי" פאר די גרויסע אויסגאבן פון חודש תשרי?
חודש ניסן קאסט טאקע א שיין ביסל די מצות, ס'קאסט גוי'טע געלט צו קלינען, ס'קאסט צו קלינען די טלית און די אנדערע בגדים, און אזוי אויך איז דא נאך הוצאות אין יעדע אידישע שטוב, אבער פארט קומט עס נישט צי צו די הוצאות פון חודש תשרי וואס נעמט אריין אין זיך: "קויפן זיצן אין ביהמ"ד", "כפרות", "סוכה געברויכן" "ד' מינים", "הושענות", און פיל פיל נאך.
אדרבא זאל יעדער נעמען א פען און פאפיר און אפשרייבן די הוצאות פון חודש ניסן און די הוצאות פון חודש תשרי.
אויך האסטו פארגעסן
עס קאסט א נייע לוח אויפן וואנט (חוץ די וואס קויפן דעם צייטונג פאלט עס ארויס פון דארט אומזיסט),
א נייע מעסער,
צדקה עיוכ"פ ביי מנחה אין די אלע בעקעלעך אויפן בימה,
א גרויסע נשמה ליכט,
קויפן א הקפה ביי עוזר דלים,
און נאך ווען כ'וועל זיך דערמאנען......
(עכ"ז מיין איך אז פסח קאסט מער)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:34 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב גארנישט פארגעסן, איך האב קלאר געשריבן "און פיל פיל נאך".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:54 pm
דורך זר זהב
די סאטמארע מוסדות בעטן ביליגער שכ"ל ווי מהרא"ס מוסדות.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:33 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:די סאטמארע מוסדות בעטן ביליגער שכ"ל ווי מהרא"ס מוסדות.
אין מיט דעם אלעם דארפן זיי מאכען יעדע 3 חדשים רעגיסטרעישאן? וואס איז פשט
בד''וו, ווען זאלסט קוקען וואסערע אינקאם זיי האבען + מיט אויסגעצאלטע בנינים, איז ער טייערער קעגן אנדערע מוסדות
עניוועי, זיי בעטן אפשר ביליגער מיט אפאר צענט, אבער דארט האט יעדער געדארפט צאלען 1000 דאללער קרן הבנין פאר איין בילדינג וואס מ'בויט
אין די צייט וואס די ארונים האבען שוין געבויעט עטליכע בנינים איין קיינמאל נישט ארויף מיט די קרן הבנין
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:35 pm
דורך קלאר
אייגענארטיג האט געשריבן:ווייסט איינער פון ווי עס נעמט זיך בכלל אזא מושג פון רעגיסטרעישאן צאלט מען נישט גענוג 200 פער קינד פלאס קרן הבנין 100 א יאר פלאס טיפס פאר מלמדים וואס אויב מען געט דאס נישט קענסטו צאלן די העכסטע אמאנט שכר לימוד אין עס וועט דיר גארנישט העלפען דיין יונגעלע וועט באקומען אחת ואחת יעדע חודש במשך פון די 12 טאג.
רעגיסטרעישאן האט נישט קיין שום פשט
איך זאג אלס, צוטייל אלע טשארזשעס אויפן יאר
די געלט גייט סייווי פאר'ן זעלבן צוועק, זאל אלעס הייסן שכר לימוד
עס זענען שוין דא היינט מוסדות וואס טשארזשען אינשורנס אויך..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:53 pm
דורך היימישער
היסטאריקער האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
אין סאטמאר איז עס נישט דא, וועגן דעם ווייסטו נישט דערפון
אבער ביי צד מהרז״ל׳ס מוסדות איז דא יעדע דריי חדשים
עס איז יא דא, אבער עס הייסט א שטילע רעגעסטרעשאן, פראביר נישט צו צאלען פון אלול ביז ניסן וועסטו געוואר ווערן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:59 pm
דורך פויער
ס'איז אן אלטן טענה פון אן אמאליגן ארעמאן וואס איז געגאנגן פרעגן דעם גזבר הקהל "פארוואס נאר חודש ניסן שטעלט מען צו קמחא דפסחא פארן יו"ט פסח און פאר סכות נישט?"
האט יענער גענטפערט: "ביי פסח שטייט אין די תורה 'שבעת ימים מצות תאכלו' די מצוה איז צו עסן, אבער ביי סכות שטייט נאר 'בסכות תשבו שבעת ימים' זעץ דיר אריין אינעם סוכה אריין און גיי אויס פאר הונגער...
אגב, דאכצעכמער אין שו"ע ווערט געברענגט אז יעדע יו"ט איז א מצוה צו געבן צדקה פאר ארעמעלייט אז זיי זאלן אויך האבן א שמחת יום טוב.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:03 pm
דורך שמעקעדיג
פויער האט געשריבן:אגב, דאכצעכמער אין שו"ע ווערט געברענגט אז יעדע יו"ט איז א מצוה צו געבן צדקה פאר ארעמעלייט אז זיי זאלן אויך האבן א שמחת יום טוב.
נו אזוי פירן מיר זיך טאקע, די אלע ארימעלייט וועלכע שטייען א גאנץ יאר אין געשעפט און שטופן די צייט און ברענגען קוים אהיים צו עסן אין שטוב און צאלן קוים די בילס, קומט תשרי גייט מען זיי שטיצן און געבן צדקה, איינקויפן מלבושים, דריי גודס און רעקלעך בעקישעס, שיך, אתרוגים, דער גבאי און מקוה איד איז זיך מחיה מיט די פאר זיצן וואס מ'קויפט אין ביהמ"ד, דער סוכה סוחר, דער ספרים געשעפט אייגענטימער, און זיי האבן טאקע אויף יו"ט צו מאכן...
שטייט דען "ווער עס גיט פאר וועמען"? זיי בעהטן און מיר געבן.....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
א סאך תלמוד תורה'ס, וואס זייערע "טאטעס" נאכ'ן איינשרייבן די קינדער אין אלול און תשרי, לאזן א דורך גיין א גאנצן ווינטער אן צאלן שכר לימוד אפילו איין חודש. האבן איינגעפירט א "נייע" רעגיסטרעישן מיט קארטלעך וואס מען באקומט נישט נאר אויב אלע חובות זענען אויסגעצאלט. און זיי געבן א ליסט פאר די באס דרייוערס וועם
נישט אויף צו פיקן. און איך אלס באס דרייווער דארף צוקוקן ווי דער יונגל, וואס זיין טאטע האט נישט באצאלט אלע חובות, מסתמא ווייל ער קען נעבעך נישט, שטייט און ווארט אויפ'ן באס און דער באס סטאפט אפילו נישט פאר איהם. דאס איז צו א גרויסער הארץ ווייטאג. אני הקטן פלעג אפילו פארן לענגער. אבי נישט אדורכפארן און זעהן ווי די קינדער ווארטן נעבעך אויפ'ן באס און ער סטאפט נישט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:31 am
דורך אייגענארטיג
berlbalaguleh האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
א סאך תלמוד תורה'ס, וואס זייערע "טאטעס" נאכ'ן איינשרייבן די קינדער אין אלול און תשרי, לאזן א דורך גיין א גאנצן ווינטער אן צאלן שכר לימוד אפילו איין חודש. האבן איינגעפירט א "נייע" רעגיסטרעישן מיט קארטלעך וואס מען באקומט נישט נאר אויב אלע חובות זענען אויסגעצאלט. און זיי געבן א ליסט פאר די באס דרייוערס וועם
נישט אויף צו פיקן. און איך אלס באס דרייווער דארף צוקוקן ווי דער יונגל, וואס זיין טאטע האט נישט באצאלט אלע חובות, מסתמא ווייל ער קען נעבעך נישט, שטייט און ווארט אויפ'ן באס און דער באס סטאפט אפילו נישט פאר איהם. דאס איז צו א גרויסער הארץ ווייטאג. אני הקטן פלעג אפילו פארן לענגער. אבי נישט אדורכפארן און זעהן ווי די קינדער ווארטן נעבעך אויפ'ן באס און ער סטאפט נישט.
איך מיין אז צו יונגלעך טוט מען נישט אזוי.
...נישט ווייל מיידלעך מעג מען יא פארשעמען אבער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:50 pm
דורך berlbalaguleh
אייגענארטיג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
פסח רעגיסטרעישאן? ווי איז דא אזא זאך?
א סאך תלמוד תורה'ס, וואס זייערע "טאטעס" נאכ'ן איינשרייבן די קינדער אין אלול און תשרי, לאזן א דורך גיין א גאנצן ווינטער אן צאלן שכר לימוד אפילו איין חודש. האבן איינגעפירט א "נייע" רעגיסטרעישן מיט קארטלעך וואס מען באקומט נישט נאר אויב אלע חובות זענען אויסגעצאלט. און זיי געבן א ליסט פאר די באס דרייוערס וועם
נישט אויף צו פיקן. און איך אלס באס דרייווער דארף צוקוקן ווי דער יונגל, וואס זיין טאטע האט נישט באצאלט אלע חובות, מסתמא ווייל ער קען נעבעך נישט, שטייט און ווארט אויפ'ן באס און דער באס סטאפט אפילו נישט פאר איהם. דאס איז צו א גרויסער הארץ ווייטאג. אני הקטן פלעג אפילו פארן לענגער. אבי נישט אדורכפארן און זעהן ווי די קינדער ווארטן נעבעך אויפ'ן באס און ער סטאפט נישט.
איך מיין אז צו יונגלעך טוט מען נישט אזוי.
...נישט ווייל מיידלעך מעג מען יא פארשעמען אבער.
אלס בעל עגלה, המכונה באס דרייווער, קען איך דיר זאגן אז געוויסע ישיבות דיסקרימינירן נישט, און ווער ס'צאלט נישט, הייסט מען
נישט אויפפיקן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
היימישער האט געשריבן:איין זאך האסטו נישט אריינגערעכענט, די רעגעסטרעשאן פאר די קינדער וואס פסח קען מען זיך ארויס דרייען מיט באצאלען א חלק און יעצט מיז מען באצאלען כמעט אדער די גאנצע באלאנס
און דאס יאר קען מען צולייגן אז אין א טייל חסיד'ישע מקומות דארף מען באצאלן פאר וועד האישור לעניני טעכנאלאגיע......