די וויזשניצע נדחים (מורדים)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

נאך א מיינונג האט געשריבן:איך פארשטיי נאכאלס נישט פארוואס דער עולם ווערט אזוי צוקאכט וועגן אים. ער איז עפעס אזא וויכטיגע פיגור אין די גאס? פון ווי קומט אזא ריזיגע שנאה צו אים? ער איז נישט משה בער, ער איז נישט געווען קיין נטורי קרתאניק, ער האט קיינמאל נישט געקערט קיין וועלטן וועגן פערצעס (א פ"ה דגושה) וכדו'? ער איז סה"כ געווען א טשיקאווע מענטש, מיט טשיקאווע דעות, און ער האט דאס אויסגעפירט ביזן סוף אין זיין פערזענליכע לעבן.

די מעשה איז, וויזניץ האט געהאט א ראש ישיבה, און ווען דער וועד הישיבה האט אים ארויסגעווארפן, פירוש - געפירט א מחלוקת מיט אים, האבן געוויסע יונגעלייט גענומן זיין צד. זיי האבן געמאכט די מחלוקת? די מחלוקת איז געווען אן זיי, צווישן הרב משה הגר און להבדיל הרב גדליה נדל. ווען זיי נעמן הרב הגרס צד זענען זיי פונקט די זעלבע בעלי מחלוקת.

אבער וויאזוי ווערט הרב אליעזר דוד א בעל מחלוקת? דער אלטע סקווערער רבי האט געהאט צוטון מיט פיל מער מענטשן ווי אים במשך חייו. און זיין זון איז דאך אפגערעדט. אפשר איז דער סקווערער דער בעל מחלוקת און ר' אליעזר דוד דער נרדף?

צדיקל טייערע די קוקסט מיר אויס צי זיין אן ערענסטע אפרוח שלא נפתחו עיניו... די זעהסט דא עפעס טשיקאוו ?? קוק נאך די פאקטן, סאיז געווען א מרידה במלוא מובן המילה, און ער איז געווען פון די שטארקע אנדרייערס און העצערס...

פערזענליכע לעבן... זייט ווען הייסט איבערדרייען א חסידות, פערזענליך ?

אבער וויאזוי ווערט הרב אליעזר דוד א בעל מחלוקת ? סימפל, קוק וואס ער האט געטון...

און די אלטע סקווירא האט געהאט צי טון מיט מער מענטשן ווי אים... יא ? ברענג ארויף אויפן קאווע טישל א ליסטע, קאמפער צי אנדערע אדמורי"ם....

בעל מחלוקת ? סקווירא האט שוין זוכה געווען צי אלע טיטלען, באט בעל מחלוקה דערווייל נישט.... זיך עפעס אנדערש... סארי

לחייים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

וועגן חינוך הטהור האבעך נישט קיין מושג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מה בכך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

נאך א מיינונג האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
נאך א מיינונג האט געשריבן:א. נישט לאזן א ת"ח, אדער סיי וועלכע איד, האבן א פלאטץ צו שלאפן ווען ער איז היימלאז, איז א זאך וואס קיינער מעג נישט פארטיידיגן.

ב. הרב אליעזר דוד פאל איז א מחלוקת מאכער? איינער ווייסט דא ווער דאס איז בכלל געווען? ער איז געווען א מתמיד וואס איז געזעסן א גאנץ לעבן על התורה ועל העבודה, נישט געמאכט טראל און קיינעם נישט געדרייט א קאפ. דאס איז סתם א בלבול אויף א מענטש.

ג. וואס מיינט פונקט 'חינוך הטהור', און וואו קומט עס דא אריין?

ד. דער וועלט האט אסאך מער נוצן געהאט פון הרב אליעזר דוד פאל, מיט זיין געוואלדיגע פירוש אויף מורה נבוכים ועוד, ווי דער אלטע סקווערער רבי, וואס האט אפשר געמיינט ערנסט, אבער איבערגעלאזט א מושב וואס מיר וועלן נישט צו שנעל פטור ווערן דערפון.

על ראשון ראשון,
1) ער האט געהאט ווי צי שלאפן דרך אגב, (ביי משולם ראטנבערג)

2) מחלוקת מאכער ? יא ! און קיין שום מנהיג וואלט אים נישט געוואלט האבן עימי בבית.

3) סתם א בלבול.... פאקטן ברודער .... קיינער לייקנט עס נישט

4) טענו בחיטים והודה לו בזכר קדשו וואס האט מורה נבוכים מיט ארויסווארפן ? ער האט געהאט א רעקארד פון אנהעצן און אנדרייען מרידות האט ער אים נישט געדארפט אין שטעטל

[tag]מה בכך[/tag], [tag]איתן[/tag], [tag]קוויטעל[/tag], דו ביסט דער וואס האט געזאגט אז דער וועלט האט גארנישט געהאט פון ר' אליעזר דוד'ן, און אויף דעם האב איך געשריבן אז דער וועלט האט אסאך נוצן פון זיין ספרים, הן אויף מס' כלים, הן אויף מורה נבוכים. יא, עס איז א מאדנע פירוש, אבער קיין צווייטע איז דאך נישט דא פון די לעצטיגע צייטן.

איך ווייס נאכאלס נישט וואס 'חינוך הטהור' מיינט. ר' אליעזר דוד האט עפעס געזאגט וועגן די חינוך אין סקווער? איך ווייס עכט נישט וואס דו רעדסט דא.

ווען האב איך געזאגט אז די וועלט האט גארנישט געהאט פון אים ? ער איז געווען א גאון עצום און א ערליכע איד קיינער איז נישט מחולק מיט דעם
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

איתן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

וואס האסטו דא געזאגט?
און איך פרעג נאכאמאל, וועלכע מחלוקות האט ר' אליעזר דוד אנגעדרייט? ער איז געווען אינוואלווד אין איין מחלוקת, וואס נישט ער האט אנגערייצט, און עס איז געווען לכבוד רבו, נישט קיין אייגענעפם. דער סקווערער האט זיך גערייצט מיט אים, וואס האט ער צוריק געטון צו אים? געהעצט און געשריגן? אדער איידעלעהייט ארויס געגאנגן? און מיט וועמן נאך האט ער געפירט א מחלוקת

בערל מישט ווארשיינדליך אויס צווישן משה בער בעק און ר' אליעזר דוד פאל. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך דאס צו טון, אבער קיין אנדערע פשט קען איך נישט.
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

כ'מיין אז לייזער דוד האט געהאט איין זון וואס איז לעצטענס אוועק, קען איינער דאס באשטעטיגן?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איתן האט געשריבן:ואגב, מ'זעט אז די אלע וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה, האבן זייער דערלייגט מיט זייער אייגענע קינדער - נישט סתם

דאס לאו דוקא אן עונש פאר זיך מתחצף זיין קעגן א בנשק'ל, נאר איינער וואס איז א ווילדע פייטער איז מסתמא ווילד קעגן זיין ווייב און קינדער אויך און קינדער וואס וואקסן אויף און אזא צעפארענע שטוב האבן א גרעסערע שאנס צו דארפן אלעס איז וואס מ'האט זיי אריינגעפרעגלט יונגערהייט
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

נאך א מיינונג האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:די רבי, זי"ע וואס איז געווען באוואוסט פאר א צדיק יסוד עולם, און פאר זיין גוט הארץ האטציך נישט גערעכנט מיט גארנישט. און ר'האט געהייסן אז דער גרויסער בעל מחלוקת זאלל אפפיצצן פון שטעטל...!

זעה מיר דאך פון דעם וואספארא געמיינע ברואים (און צודרייטע) די מורדים זענען געווען...!

איך ווייס אז מיך האט עס פערזענליך זייער שטארק בארירט (די גאנצע פרשה מיט די מרידה). איך בין נאך דאמאלס געווען א בחור. אבער מיך האט מען אויסגעלערנט אז די רבי'ס זענען הייליג. און דא קומען א פאר יודן און זיי וויללן מכלומרש'ט זיין פרומער פונ'ם רבי'ן...!

און איבער וואס?.. שטותים...!

היינט אז די האסט שוין איינגעזעהן וואספארא געמיינע ברואים רבי'ס קענען זיין (פארשטייצעך חוץ דיין הגה"ק), וואלסטי שוין געמעגט טוישן דיין בליק אויף די מורדים

די פראבלעם איז אבער, אז די מורדים האבן אויך גארנישט צוגעגעבן פאר די מענטשהייט. ממילא אויב זיי זענען געווען דא אלץ די אמת, וואלטן זיי געדארפט עפעס בעסערס דעליווערן

וואס האסטו דא געזאגט?
און איך פרעג נאכאמאל, וועלכע מחלוקות האט ר' אליעזר דוד אנגעדרייט? ער איז געווען אינוואלווד אין איין מחלוקת, וואס נישט ער האט אנגערייצט, און עס איז געווען לכבוד רבו, נישט קיין אייגענעפם. דער סקווערער האט זיך גערייצט מיט אים, וואס האט ער צוריק געטון צו אים? געהעצט און געשריגן? אדער איידעלעהייט ארויס געגאנגן? און מיט וועמן נאך האט ער געפירט א מחלוקת

בערל מישט ווארשיינדליך אויס צווישן משה בער בעק און ר' אליעזר דוד פאל. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך דאס צו טון, אבער קיין אנדערע פשט קען איך נישט.

לכבוד רבו ? וואס רעדסטע ב"ש...

סקווירער האט זיך גערייצט ? פינקליך מיט וואס ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

יא, לכבוד רבו. הגאון ר' גדליה נדל, וואס איז געווען זיין רבו מובהק, האט דער מחלוקת מאכער ארויס געווארפן ווי א הונט. און ר' אליעזר דוד האט זיך אנגענומן פאר אים. וואס איז דא שלעכט?

אויף די צווייטע שאלה, לויט ווי מיר זען דא אין אשכול, האט הרב אליעזר דוד גארנישט געטון פאר דער סקווערער רבי, און ער האט געשאסן די ערשטע פאל און אים ארויס געיאגט פון זיין טאטענס הויז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעון וואלף האט געשריבן:
איתן האט געשריבן:ואגב, מ'זעט אז די אלע וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט חוצפה, האבן זייער דערלייגט מיט זייער אייגענע קינדער - נישט סתם

דאס לאו דוקא אן עונש פאר זיך מתחצף זיין קעגן א בנשק'ל, נאר איינער וואס איז א ווילדע פייטער איז מסתמא ווילד קעגן זיין ווייב און קינדער אויך און קינדער וואס וואקסן אויף און אזא צעפארענע שטוב האבן א גרעסערע שאנס צו דארפן אלעס איז וואס מ'האט זיי אריינגעפרעגלט יונגערהייט

רבי אליעזר דוד האט איבערגעלאזט שיינע דורות קינדער און איידעמער תלמידי חכמים ומרביצי תורה ווי אויך גאר חשובע אייניקליך
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

וועמען איך קען, זענען אויסווארפן און פארגליטשע
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

שליחה דורך יעלה ויבא »

איתן האט געשריבן:וועמען איך קען, זענען אויסווארפן און פארגליטשע

I guess you don't know all of them.
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

נאך א מיינונג האט געשריבן:יא, לכבוד רבו. הגאון ר' גדליה נדל, וואס איז געווען זיין רבו מובהק, האט דער מחלוקת מאכער ארויס געווארפן ווי א הונט. און ר' אליעזר דוד האט זיך אנגענומן פאר אים. וואס איז דא שלעכט?

אויף די צווייטע שאלה, לויט ווי מיר זען דא אין אשכול, האט הרב אליעזר דוד גארנישט געטון פאר דער סקווערער רבי, און ער האט געשאסן די ערשטע פאל און אים ארויס געיאגט פון זיין טאטענס הויז.

ער דארף נישט גארנישט טוהן סאיז איבער גענוג אז ער איז א בעל מחלוקה, און פאר זיין איגענע זיכערהייט ארויסגעיאגט פון שטעטל בעוד מועד
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

עוד הפעם, פארוואס איז ער דער בעל המחלוקת? דער בעל המחלוקת איז דער ישועות משה.

און דער אלטער סקווערער רבי איז אויך דער בעל המחלוקת, פארן ארויסיאגן א מענטש פון זיין טאטענס הויז פארן גארנישט טון.

הרב אליעזר דוד פאל איז עפעס א בעל מחלוקת? פארוואס? האסט נאך נישט דערמאנט קיין איין מעשה מיט אים, נאר אים באטיטלט און פערטיג.
זרחי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 5:01 am
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך זרחי »

נאך א מיינונג האט געשריבן:עוד הפעם, פארוואס איז ער דער בעל המחלוקת? דער בעל המחלוקת איז דער ישועות משה.

און דער אלטער סקווערער רבי איז אויך דער בעל המחלוקת, פארן ארויסיאגן א מענטש פון זיין טאטענס הויז פארן גארנישט טון.

הרב אליעזר דוד פאל איז עפעס א בעל מחלוקת? פארוואס? האסט נאך נישט דערמאנט קיין איין מעשה מיט אים, נאר אים באטיטלט און פערטיג.

עפ"ל שעם זיך אזוי צו רעדן אויף די הייליגע צדיקים זצ"ל. דיין קאפ איז פארקרומט און פארדרייט.

בכלל מיין איך אז עס נישט אויסגעהאלטן דא ארויפצוברענגען א פארווייטיגטע פרשה וואס א גרויס טייל פון זיי זענען שוין אויפן עולם האמת. היינט דארף מען וויסן א כולם אהובים וכו' און כבוד כולם איז גענוג חשוב מען זאל זיי נישט דא ארויפברענגן אויפן אינטערנע"ט, לא לנו לעסוק בזה לאטס אפ און גייטס יעדער זיין וועג און זייטס נישט מבזה קיין מענטשן און משפחות נישט לעבעדיגע און נישט שוכני עפר און נישט קיין צדיקים וקדושי עליון.
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

סאיז א ווייטאג אז מנעמט א אינטערעסאנטע נושא און מפארשמירט עס מיט קינדערישע שוואנצאנעס און טפשות.

פאר די אלע וואס דרייען זיך דא אויבן אין הימל און ווייסן פארוואס אידן ווערן באשטראפט אויב זיי קענען ביטע איבערגעבן פארוואס די ישועות משה האט זיינע צרות, קינדער וואס זענען נעבעך יצא מדעתם ברבים, ועוד, און פארוואס סקיווירא רבי האט ליידער אויסווארפן און פארגלישטע קינדער און אייניקלעך. .!

איך קען די שטוב פון הגאון רבי אליעזר דוד פאל און סהאט זיך גארנישט צו שעמען פאר די שטוב פון סקיווירא רבי.. אוודאי האט ער געהאט פראבלעמען אבער אזוי האט יעדע יודישע משפחה! די סקיווירא פרשה פון לעצטענס איז א ווייטאג און קיין איין נארמאלע מענטש באשולדיגט נישט קיינעם, אזוי ווי די טיפשום דא טוען.

די ברך משה האט פארלוירן א קינד בחייו און האט אפגעפארערנע אייניקלעך, טאהשע רבי האט פארלוירן עטליכע קינדער בחייו, פשעווארסקע רבי האט א אפגעפארערנע זוהן, סקיווירא רבי האט אפגעפארערנע קינדער, אלעס נאר קצה המזלג וואס סקומט ארויף יעצט אויפן קאפ. אסאך פריערדיגע צדיקים האבן בכלל נישט איבערגילאזט קיין קינדער און ווער רעדט נאך פארלוירן קינדער אדער אנדערע צרות! סאיז גרינגער צו מאכן א מסקנה אז רביס מאכן מיט צרות ווי די מורדים! פארשטייט זיך איך בין סארקאסטיש, אבער אינאמתן איז בלעימען א סיבה פאר צרות א טפשות גדול!

איך רעד שוין נישט פון די חלק אז ווער ביזטו און וואס ווייסטו חשבונות שמים, און אפשר זענען זיי פשוט די צדיק ורע לו און דו די רשע וטוב לו? נאר פשוט פראקטיש גערעדט! דו צולייגער ניק. פאר דיין משפחה גייט דען נאר גוט ? לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען, און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און ברענג מיר די הסבר דערויף. . וועלכע עלטערע יוד קענסטו מיר אנצייגען וואס איז נישט דורך קיין צרות אין לעבן? דו מוח קטן ווייסט די הסבר דערפון ? אדער די ווייסט נאר די הסבר ווען עס בענעפעטירט דיין פארטיי?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

בנוגע די מעשה פון סקיווערא רבי זי"ע בין איך מוחה! סאיז א איסור צי גלייבן אזא מעשה! און ווער סהאט ארויפגעשמירט אזא רשעותדיגע פאסירונג אויף א ערליכע יוד איז עתיד ליתן את הדין!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תמים האט געשריבן:סאיז א ווייטאג אז מנעמט א אינטערעסאנטע נושא און מפארשמירט עס מיט קינדערישע שוואנצאנעס און טפשות..

די ברך משה האט פארלוירן א קינד בחייו און האט אפגעפארערנע אייניקלעך,?

אייניקלעך?? אויב מיינסטו די אייניקל ח. מ. איז ער קיינמאל געווען אפגעפארן קיינמאל זיך ערקלערט אפגעפארן ער איז א שומר תורה ומצוות
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

עמעזאן האט געשריבן:

איך זיך נישט און איך גיי נישט אריינקריכען אין פריוואטע לעבן פון יחידים.

פארשטייסט אליין אז סאיז נישט מעלה ומוריד די געוויסע פרט צי מיין נקודה.
שאראש-פאטאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:56 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך שאראש-פאטאק »

זייט ווען האט סקיווירא רבי אפגעפארערנע קינדער?
איתן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 7:41 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך איתן »

ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:זייט ווען האט סקיווירא רבי אפגעפארערנע קינדער?

אגעין איך וויל נישט אריימגיין אין קיין פריוואטע צרות פון קיינעם, איך האב געוואלט ארויסברענגען א נקודה.

איך מיין סאיז זייער קלאר אז יעדער (עכ"פ כמעט יעדן) וואס דו קענסט האט זיך זיין פעקל, און צי גיין מאכן יעמעםס חשבונות אויף זיינע עבירות און צרות איז נישט בלויז רשעות נאר מברויך דערפאר א גרויסע דאזע טפשות.
תמים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:49 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 280 מאל

שליחה דורך תמים »

איתן האט געשריבן:ס'איז א משנה אפען אז ווער ס'הייבט זיך אן מיט א רב פון זיין קהילה, שפיעלט מיט פייער. לויט דיין דרשה, אז יעדער האט צרות, איז נישטא אזא זאך ווי ממנו ישמעו ויראו

דו ווייסט וויפיל נאך אפענע משנה'ס סאיז דא ?

דו ווייסט וואס שטייט אין די תורה אויף איינער וואס רעדט אויף א צווייטע יוד ברבים ? דו ווייסט וואס סשטייט אויך רעדן אויף א שוכן עפר אווי איר טוט ?

די אייבירשטער זאל דיר חלילה נישט באשטראפען, אבער סגעפעלט מיר ווי אויף יענעם'ס עבירות איז ער גאנצע מבין.

צולייגער איינער.. באהאלט זיך אונטער א אנאנאמיס ניק און רעדט פון יענעם'ס צרות.. לייג נאר ארויף דיין משפחה נאמען דא און איך וועל דיר ברענגען א ליסטע פון צרות און דיר געבן א פונקטליכע דין וחשבון אויף וועלכע עבירות פון דיין זיידע סקומט... און אויך א מקור פון א משנה..
פארשפארט