בלאט 1 פון 2
לאכט א גאנצן טאג פון בלויז 8 סעקונדען
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:20 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tv9EUZy9GJw[/youtube]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:28 pm
דורך קליגער איד
זר פון וואס דארף מען דא לאכן ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:31 pm
דורך זר זהב
קליגער איד האט געשריבן:זר פון וואס דארף מען דא לאכן ?
פון די פאקט אז א היימישער קלינינג סוחר גייט פארדינען דא אפאר דאלער, ס'פאלטער נישט ביי? אידישע קינדער דארפן פרנסה!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:32 pm
דורך מורינו הרב
וואס איז די מעשה דארט, פארוואס ווארפט ער אים ארויס?
ווייסט איינער ווער די מענטשן זענען?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:33 pm
דורך זר זהב
איך קען דעם אינגערן מענטש, נישט ביים נאמען.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:34 pm
דורך מורינו הרב
נו, מה טיבו? ווער איז ער?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:34 pm
דורך קליגער איד
זר זהב האט געשריבן:קליגער איד האט געשריבן:זר פון וואס דארף מען דא לאכן ?
פון די פאקט אז א היימישער קלינינג סוחר גייט פארדינען דא אפאר דאלער, ס'פאלטער נישט ביי? אידישע קינדער דארפן פרנסה!
סארי איך זעה נישט די פיקטשער, מיין פילטער לאזט דאס נישט אדורך. א שאד.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:35 pm
דורך זר זהב
יענער איז א מחוצף. מ'רעדט נישט אזוי צו אן עלטערן איד.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:36 pm
דורך מורינו הרב
אבער לאמיר צוזאמענשטעלן דעם פיקטשער.
דער מענטש וועמען דו קענסט, איז א נארמאלער מענטש? וואס איז זיין פאסטן? וואס איז די סיבה פון זיין צעווילדעוועט ווערן?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:37 pm
דורך זר זהב
איך קען אים נישט צו גוט, פון וויפיל איך ווייס איז ער נישט אזוי איי איי איי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:46 pm
דורך DotCom
יוש האב איך געלאכט...
דאס זענען צוויי וועלטס בארימטע משוגעים פון לאנדאן, יודל מייזעלס מיט אלי'?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:42 pm
דורך קליגער איד
זר אפשר קענסטו איבערלייגן די פיקטשער אז ווער עס האט א פילטער זאל אויך קענען הנאה האבן יישר כח למפרע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:44 pm
דורך זר זהב
סנישט א פיקטשער ס'איז א יו טוב קליפ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:49 pm
דורך הרב_שלום
זר זהב לויט ווי עס קוקט אויס וואוינסטו אין לאנדאן יעצט פארשטיי איך פארוואס דיינע תגובות האלטן אזוי הויך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:50 pm
דורך זר זהב
ניין, כ'וואוין אין ציריך
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 2:52 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:ניין, כ'וואוין אין ציריך
שמואל רעכען אויס ווי ער וואינט אלטס.....
נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:37 pm
דורך זר זהב
הער איך יעצט גאר אז די וויכוח דארט איז גיווען איבער די בעפארשטייענדע אמעריקאנע פרעזידענט וואלן... הרה"צ ר' יודל איז מער נוטה צו גאווערנאר ראמני ווידעראום די ליבאוויטשע רבי איז מער נוטה צו פרעזידענט אבאמא
satmarwilli 38 minutes ago
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:56 am
דורך קוגל
דער אנגעשפיגענער הייסט הר"ר יודל מייזעלס שליט"א די שטאטס בעל דמיון (אוי איז ער זיס) א שטיק צייט האט ער אונערגעהאלטן קרית יואל מיט זיינע מעשיות ער פלעגט זיך משדך זיין מיטן רבין און געהאט אפילו א באשטימטן זמן החתונה. צום חתונה האט ער צוגעגרייט מיליאו פייערטראקס פאר מים אחרונים. אויך איז טשעיס באנק זיינס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:59 am
דורך אברעמעל
בשעתו דענק איך האט ער געהאט א וועבסייט, עפעס א סקרינשאט האב איך נאך געטראפן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:04 pm
דורך אברעמעל
דאס האב איך אויך געטראפן, פילפולי דאורייתא ביי די שערורי' פון די אריזאנע מצות. (לוינט זיך צו ליינען)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:33 pm
דורך שעפטל
זר איך האב דעם קליפ שוין געזעהן בעפאר. אבער פריש איבערגעקוקט א היפשע פאר מאל זייט האסט דאס ארויפגעלייגט, אקוראט ווי די זאגסט סאיז נאר אכט סקונדעס אבער איך האב עס שוין געזעהן מסתמה א קיימא לן פון 160 סעקונדעס....
יעצט אביסל איבער ר' יודל'ן... (אויב מ'מעג)
ר' יודל איז אמאל אנגעקומען סוף זוממער קיין וויליאמסבורג, ס'דא צוויי באוויסטע עבדות'לעך:
איינס ער איז אריין קודם דאווענען אין בית שמואל צבי ד'ספינקא ווי ער האט עולה געווען און אן קיין שליקעץ מנדב געווען א נייע מקוה און איבער בויען ס'בית המדרש און איינוועגס שוין אויסצאלן די מארגעדזש אויפן בנין...
פון דארט איז ער אריבער קיין ראדני שוהל, ווי ער האט אויך אנגעהויבן מיט זיין פזרנות. מנדב געווען רעכטס און לינקס. אזוי ווייט אז מ'האט אראפגערופן די גרעסטע חברה אים צו לעקן. נאכן צוזאגן צו ענדיגן די נייע שוהל אויף ראסס סט. האט אים מהרז"ל געפרעגט ווען און ווי מ'קען ארויפקומען צו אים? האט ער געענטפערט קומטס סיי ווען אריבער ווי איך שטיי יעצט איין, ביי...... ברוך מאשקאוויטש!!! און די איי איז אראפגעפאלן און זיך צובראכן.....
נאכדעם איז ער ארומגעלאפן די שטאט און צוביסלעך האט יעדער געזעהן מיט וועם מ'האט צו טוהן. ער האט אנגעהויבן צו רעדן פון זיין חתונה (ער איז שוין "כמעט..." א חתן געווארן מיט א סאטמארע אייניקל...) די חתונה האט געזאלט (אדער אפשר הייסט עס נאך היינט אז ס'גייט...) פארקומען אין "יענקי סטאדיום" (פאר די כינוס כלל ישראל - מעטלייף/שעי סטאדיום האט מען געמיינט אז ס'איז אוממעגליך...) ס'האבן געדארפט צו קומען צו פליען טשארטער פליגערס פון די גאנצע וועלט פאר בחינם. טויזענטע באסעס פון גאנץ ניו יארק. מ'האט ארויסגענומען די ארמארי צו קענען קאכן די עסן, נעסאו קאלאסיעם פאר די עסקנים מיטונג, ועוד ועוד ועוד (כ'דענק שוין נישט אלע פאנטאזיעס...)
אלעס האט געארבייט מיט איין נעטווארק... "דאט-קאם" איז געווען די ענדע צו יעדע שמועס מיט אים...
בקיצור מ'האט גערעדט פון א פרייליכע פאנטעזירער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:36 pm
דורך זר זהב
פון וואו איז ער ארידזשזינעלי?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:57 pm
דורך טעפל
שעפטל די מיט יודל האבן מיר געמאכט דעם טאג.....