בלאט 1 פון 1

אין איטאליע, סייענטיסן פאראורטיילט צו טורמע

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:11 pm
דורך זר זהב
קאמישע נייעס. די עגאיסטן וואס ווילן איינרעדן די וועלט אז זיי ווייסן אלעס, זאלן זיי באצאלן דערפאר...

אן איטאליענישער קארט האט פאראורטיילט 6 סייענטיסטן פאר זייער דורכפאל אין נישט ריכטיג פאראויסזאגן/שאצן אן ערציטערנישט
וועלכע האט אומגעברענגט 300 מענטשן.

http://www.csmonitor.com/World/Backchan ... ourt-video

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:06 pm
דורך הציץ ונפגע
היינט ווערט באריכטעט אז די העכסטע סייענטיסטן אין איטאליע וואס זענען איינגעשטעלט אין די רעגירונג האבן ריזיינד אין פראטעסט איבער די ארעסט פון די סייענטיסטן. די סייענטיסטן טענה'ן אז אנדערש ווי זר זהב וויל אז אונז זאלן גלייבן אז די סייענטיסטן "ווילן איינרעדן די וועלט אז זיי ווייסן אלעס", איז אוממעגליך צו פאראויסזאגן ערדציטערנישן. מ'קען שפעקולירן, רעקאמאנדירן און קאנסולטירן אבער פאראויסזאגן קען נאר ניר בן-ארצי... כ'מיין צו זאגן, קיינער.

http://www.theatlanticwire.com/global/2 ... ion/58259/

אויך ארום די וועלט האבן סייענטיסטן געשטורעמט און געברויזט אויף די חוצפה פון ארעסטירן סייענטיסטן פאר די עולה פון נישט טון עפעס וואס זיי קענען נישט טון.

http://www.wptz.com/news/national/Scien ... index.html

(אגב, קומט נישט די אשכול אלס חלק פון די אשכול דא viewtopic.php?p=54277#p49290 ?)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:55 am
דורך יידל
די וויסנשאפטלער זענען נישט פאראורטיילט געווארן צוליב'ן פארפעלן פאראויסצוזאגן די ערדציטערניש, עפעס וואס איז טאקע נישט מעגליך, נאר זיי זענען פאראורטיילט געווארן ווייל זיי האבן בכלל נישט געווארנט אז אן ערדציטערניש איז מעגליך, בשעת עס זענען שוין פארגעקומען אין גרויסן די קליינע ציטערנישן וואס קומען אסאך מאל בעפאר א גרויסע ערדציטערניש. עס זעט אויס ווי די חברה האבן מורא געהאט צו אנווארפן א שרעק אפילו עס איז געווען אן ערנסטע פראצענט אז א גרויסע ערדציטערניש קומט, און פאר דעם קומט זיך זיי טאקע 6 יאר.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:58 am
דורך פרומאק
כן יאבדו כל אויבך ה'. אפילו די אומות העולם זעהן איין אז די חברה זענען מלא בלאף און בעלאנגען אין די תפיסות.