בלאט 1 פון 2

וואס קען מען עסן פאר לאנטש???

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:54 pm
דורך אלזא
וואס קען מען עסן פאר לאנטש און מ'זאל נאכדעם אויכעט קענען עסן נאכטמאל מיט אפטעטיט
חוץ זאכן וואס מ'עסט פאר פרישטיג דאס מיינט
אייער/שפייז
טונא
אייער מיט טונא
טונא מיט אייער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:29 pm
דורך קליגער איד
יאגערט
טשעלא
קעיק
ועוד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:44 pm
דורך שמעקעדיג
א זופ
פודינג
לעבען
פיצא
ניסלעך איז געזונט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:51 pm
דורך ל.רוזן
קוגעל
לאטקעס
סאלעט


Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:10 pm
דורך משה געציל
געדינסטע צוויבל איינגעטינקן אין שחוג.
וואס האט דער אשכול מיטן געזעלשאפט צו טאן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:27 pm
דורך DotCom
אה, משה געציל איז צוריק! שלום עליכם, זאג האסט געברענגט א צעטל פון דיין מאמע?
יעצט גיי לערן אלעס וואס דו האסט פארפאסט, זונטיג וועט מען דיר פארהערן צוזאמען מיט יעדן...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:51 pm
דורך זר זהב
פאפקארן מיט פיש זאפט אין די זייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:01 am
דורך לעמיל
געפילטע פיש פון די קען.
קרעדיט: זערל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:32 am
דורך זר זהב
סיריעסלי, א בעיקט סעלמאן איז גאר גוט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:50 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:סיריעסלי, א בעיקט סעלמאן איז גאר גוט.

אבער דאס קען ערנסט שטערן פון זיין הונגעריג ביי נאכטמאל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:55 am
דורך גאלד
איך עס אין אזא פאל א בענענע מיט א יאגורט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:14 pm
דורך דולה ומשקה
ארבעטסו אין גראסערי?
דארפסו זיך מיט ברענגען לאנטש צום ארבעט?
איז דא א רעסטאוראנט לעבען ווי די געפונסט זיך?

וואס איז אייגענטליך די שאלה וואס איך אדער וואס דו זאלסט עסן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:20 pm
דורך דעינעש
מיט א גאר גוטן אפעטיט..!

'אלזא' ווי פראוועט איר אייער מיטאג סעודה אין א נארמאלע טאג ??

און וויאזוי ווערט דאס צוגעגרייט פאר אייך אזוי מלכות'דיג ..?

כ'וועל אייך מסביר זיין פ"וו ס'נפקא מינה..
ווייל אויב גייט איר צו א טעיק אוט. איז דא דארט דער סוחר אומצוגיין פאר אייער הילף. אדער זעט איר אליין ס'גאנצע געשעפט'ס אויסוואהל.

און אז אויב מען גרייט אייך צו פון שטוב ס'לאנטש. עסט איר עס מיט פארמאכטע אויגן פארשטיי איך, אמער ס'מלאכתו נעשית ע"י אחרים.

משא"כ אויב איר גרייט'ס אייך אליין אן. דאן וואס איר טרעפט קודם איז זוכה. אדער פון וואס עס איז מער גרינג פאר אייך לויט וויפיל צייט איר האט צוצוגרייטן .. אדער וואס איז ס'פריש'טע פון וואס עס איז צום געפונען פאר אייך גרייט.
בכל אופן, מאכן א שיינע פאר און נאך ברכה אויפן קול, אזוי אז מען זאל אייך אויסהערען און ענטפערן אמן אויפן ברכה.
.. נישט אזוי .!?

'שוין צייט פאר לאנטש'
__

דולה האקט ענליך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:29 pm
דורך שעפטל
סושי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
נעם א גרויסן פיקל, הויל אים אויס פון אינווייניג פיל עט אפ מיט וואנילא אייזקרים, שפריץ ארויף עטליכע ארבעס

ככה ייעשה לאיש וואס מאכט אזא אשכול אין אזא אינטעליגענטע שטיבל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:50 pm
דורך דעינעש
אה.. קופערניקוס איז דא עמיר גיין זעהן וואס ער האט מוסיף נופח ..אה נופך משלו.. כבדרכו,

נישט אנטוישט.. אראפגעריסן.. פרעג איך אייך פאסט דאס פאר אונזער..

קופערניקוס האט געשריבן: ...אינטעליגענטע שטיבל

??!
עניוועי איצט עסט עפעס און לייגט דערנאך פאר נאך א רעצעפט.. ייש"כ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:56 pm
דורך דולה ומשקה
מר. קופערניקוס

די דערמאנסט מיר פון דער קרעטשמע אין "א סליחות נאכט אין קיעוו".

א הערינג מיט פרישע טעמאטעס
אן מאסלינעס אן ציבעלעך באפיצט
א בארשט מיט הייסע קארטאפיל
און סמעטענע קאלטע באשפריצט
און דערצו א ביעף גאר א פעטע
וואס שמעקט אזוי פריש און אזוי פיין,
מיט א גרינעם פעפעריל אונמיטען
אין פארטרינקען מי א גלעזעלע וויין.
און א שיינעם ברייטען טיש,
מיט חריין אין געפילטע פיש.

ס'איז גוט פאר מיר, ס'גוט פאר דיר, ס'גוט פאר יעדעם איינעם,
ס'גוט פאר עהם, ס'גוט פאר דעם, שאטען קען נישט קיינעם.
ס'גוט פאר קליין, ס'גוט פאר גרויס, ס'גוט פאר אלטע לייט,
ס'גוט בייטאג, ס'גוט ביינאכט, ס'גוט צו יעדע צייט.

געהאקטע לעבער מיט קרעפלעך,
ווירשטליך באגאסען מיט שמאלץ,
געבראטענע פלוימען מיט עפלעך,
באשפריצט מיט פעפער און זאלץ,
אין א געשטאפטע גאנץ א פעטער,
א קישקעלע מיט פעצע,
אין א פלאכט טעלער גאלארעטע,
און זכור באנדלעך אוי וויי,
אין א טשאלענט וואס שמייכלט צו מיר,
צו פארטרינקען מיט קאלטען ביער.

ס'איז גוט פאר מיר, ס'גוט פאר דיר, ס'גוט פאר יעדעם איינעם,
ס'גוט פאר עהם, ס'גוט פאר דעם, שאטען קען נישט קיינעם.
ס'גוט פאר קליין, ס'גוט פאר גרויס, ס'גוט פאר אלטע לייט,
ס'גוט בייטאג, ס'גוט ביינאכט, ס'גוט צו יעדע צייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:20 pm
דורך shefele
א פיינער אין זעטיגער מיטאג איז א סגולה פאר שלום בית!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:28 pm
דורך אלזא
משה געציל האט געשריבן:געדינסטע צוויבל איינגעטינקן אין שחוג.
וואס האט דער אשכול מיטן געזעלשאפט צו טאן?

מיט אזעלכע השגות ווער איז נאך הונגעריג .טשעק דיין ספעלינג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:30 pm
דורך אלזא
זר זהב האט געשריבן:פאפקארן מיט פיש זאפט אין די זייט.

בארביוקיו אדער רעג,?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:35 pm
דורך אלזא
דולה ומשקה האט געשריבן:ארבעטסו אין גראסערי?
דארפסו זיך מיט ברענגען לאנטש צום ארבעט?
איז דא א רעסטאוראנט לעבען ווי די געפונסט זיך?

וואס איז אייגענטליך די שאלה וואס איך אדער וואס דו זאלסט עסן?

ניין
אויב איך וויל עסן

אז סזאל נישט זיין די זעלבע עסן וואס איך גיי/האב געגעסן נעכטן פאר פרישטיג
אין עסן סאפיר מיט,,,,,אפטעטיט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:37 pm
דורך קליגער איד
עס קוקוט מיר אויס ווי אלזא איז א פרישע כולל איגערמאן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:43 pm
דורך אלזא
קליגער איד האט געשריבן:עס קוקוט מיר אויס ווי אלזא איז א פרישע כולל איגערמאן

דעמאלטס ביסטו נישט קיין קליגער איד