בלאט 1 פון 4

זענען די פאלעסטינער פאלנע טעראריסטן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:41 pm
דורך outspoken
שטעלט אייך פאר, ס'קומט איינער א שטארקע מענטש, כאפט אייך אן ביים קארג, ווארפט אייך און די גאנצע משפחה ארויס פון אייער אייגן הויז, ער רוקט זיך אריין אינעם הויז מיט זיין גאנצע משפחה און לייגט אייך מיט די גאנצע משפחה אריין אין אייער גארטזש, ואין נכנס ואין יוצא, איר זענט אנגעוויזן אויף זיין חסדים אז ער זאל אריין לאזן עסן און באדערפענישן וואס מענטשן שיקן אייך פון אינדערויסן, פארשטייט זיך נאכן פארזיכטיג איבערקוקן אלעס אז איר זאלט נישט דורך שווערצן עפעס וואס קען אייך באפרייען, ער האט גוטע שטעקענעס וואס ער קען טיילן מיט א ברייטקייט אויב רודערט איר ארום, און איר קענט ''גארנישט'' טון.

אבער אהה, איין זאך קענט איר יא טון, ער האט א קליין קינד וואס איר קענט אים אריין נארן אין גארטזש, איר ברעכט אים אן די ביינער אז זיין טאטע זאל שפרונגען און שפירן וואס ער האט געטון פאר אייך און אייער משפחה, אזוי אפשר וועט איר געהאלפן ווערן, זענט איר א חיה און שלעכטער וואס שלאגט קליינע אומשולדיגע קינדער שלא טעמו טעם חטא?

איצט צום אונזער ענין. ביי די 2'טע וועלט מלמה איז פאלעסטינע געווען אונטער די בריטישע רעגירונג, עס האבן דעמאלטס דארט געוואוינט 400,000 אידן און בערך 1,000,000 אראבערס האנט ביי האנט. נאך די מלחמה זענען ארויפגעקומען אסאך אידן און די ציונים האבן אנגעהויבן פארפירן אז זיי דארפען אן אייגענע א''ג אידישע לאנד. 1947 האט די UN דערקלערט אז פאלעסטינע גייט ווערן צוטיילט אויף צוויי רעגירונגען, האט זיך דעמאלטס אויסגעבראכן א ציווילע קריג ציוושען די אראבערס און די ציונים, (די בריטישע רעגירונג האט זך נישט אריינגעמישט ווייל זיי האבן שוין געהאט צופיל קרבנות-סאלדאטן פון די אצ"ל, באקאנט אלץ דער אירגון און לחי טעראריסטן, און האבן זיך שוין געוואלט ארויסזען פון דעם מיטל מזרח), ווי די אראבערס זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער אלס פחד פון די אומרוען (אפציעלע מדינת ישראל ווערסיעׂ) אדער געווארן פארטריבן דורך די ציוני'סטישע קרעפטן און ציווילע שחיטות (אראבישע ווערסיעׂ) קיין עזה.

די ציונים האבן זיך ארגאניזירט אן אדמיניסטראציע און אן ארמיי ווען UN דערקלערונג איז אריין אין קראפט אום 1948, ווידער די אראבישע שלי-מזל'עך האבן זיך געשלאגן צווישן זיך און פון זייער רעגירונג האט זיך אויס געלאזט א בוידעם.
(ווי זאגט די וועלט אויף די פאלעסטינער: The Arabs never miss an opportunity to miss an opportunity).

למעשה האט מדינת ישראל נישט אהיים געלאזט די פליטים, און מ'האט זיי בא'גנב'ט זייערע הייזער און פעלדער, און זיי זיצן נאך אין פליטה לאגערן ווי די צוקוועטשטע סארדינען, זיי האבן נישט קיין אייגענע ארמיי, געלטער און עירפארטס, און זענען אנגעוויזן אויף מדינת ישראל'ס חסדים אז זיי זאלן אריין לאזן הילף פון אינדערויסן. איין כח וואס זיי האבן נאך אז זיי קענען שיסן אייגן פאבריצירטע קורץ-שטרעקיגע ראקעטן (אדער געשמוגעלטע לאנג-שטרעקיגע ראקעטן פון איראן) אויף מדינת ישראל ציווילע בירגער, אפשר דורך דעם וועט זיי געלונגען צוריק צו באקומען זייערס.

זענען זיי טאקע פאלנע טעראריסטן?


העלפט מיר ארויס, WHERE DID I GO WRONG?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
זייער גוט פרעגסטו, שוין א אלטע קשיא.
אבער דער אמת איז, ס'איז נישט קיין סתירה, די ציונים זענען אומגערעכט מיט וואס זיי האבן געטאן (טראץ די הסכמה פון די יו.ען. בעת ההיא), און די אראבערס זענען פאלנע טעראריסטן.
ס'העלפט עניוועי נישט זייער טעראריסטישע שטיק, און זיי כאפן נאר צוריק קלעפ. אין אנדערע ווערטער, זיי טוען זיך אליינס מער אפ ווי אויף מיט די טעראר. איז עד מתי?
איך בין מודה אז מען דארף האבן א סאלושען, און אלע אמעריקאנע פרעזידענטן זענען מיט מיר אויף איין מיינונג (איר זעהט, מען טאר מיר נישט אונטערשאצן),
נאר דער פראבלעם איז אז אויב וויל מען כאטש עפעס נאכגעבן פאר די אראבער, ווערט מען געלעיבלט אלס א שונא ישראל, אזש יצחק ראבין איז געווארן געשאסן אויף טויט פאר אזעלכע סיבות.

--
זיידע האקט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:39 pm
דורך יידל
outspoken האט געשריבן:ער האט א קליין קינד וואס איר קענט אים אריין נארן אין גארטזש, איר ברעכט אים אן די ביינער אז זיין טאטע זאל שפרונגען און שפורען וואס ער האט געטון פאר אייך און אייער משפחה, אזוי אפשר וועט איר געהלפען ווערן, זענט איר א חיה און שלעכטער וואס שלאגט קליינע אומשולדיגע קינדער שלא טעמו טעם חטא?

אודאי אז יא. נישט א חיה און א שלעכטער, נאר אן אכזר און א רוצח וועם אין רעטראספעקט איז זיך אולי געקומען אז מען זאל אים פארטרייבן פון זיין הויז.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:54 pm
דורך גאלד
דא רעדט מען דאך פון כמעט 3 דורות פליטים, אפי' מ'זאל זיי זאגן גייט צוריק צו ענקערע הייזער וועלן זיי קיינמאל וויסן וויזוי צו אנקומען,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
יידל האט געשריבן:[אן אכזר און א רוצח וועם אין רעטראספעקט איז זיך אולי געקומען אז מען זאל אים פארטרייבן פון זיין הויז.

נאכאמאל, שפת לא ידעתי אשמע?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:26 pm
דורך זר זהב
רעטראספעקט מיינט קוקענדיג אויף צוריק מיט'ן בליק פון 'היינט'

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:33 pm
דורך sunbar
דער הויז איז אונזערע בירושה פון אונזערע עלטער זיידעס יארן צוריק... הגונב מן הגנב...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:34 pm
דורך שמעקעדיג
זיי האבן עס נישט גע'גנב'עט פון אונז.
מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:40 pm
דורך געפילטע פיש
און ס'נישט געווען סתם אזוי ארויסגעווארפן פון די הייזער, די בריטישע מאנדאט האט געוועלטיגט אין פאלעסטיין און טראנס-ירדן זייט נאך די ערשטע וועלט קריג.
בילד

אין 1917 איז ארויסגעקומען די באלפור דעקלעראציע אז אין פאלעסטינע וועט מען מאכן א היים פאר די אידישע פאלק אן עיר מקלט פאר די אידן, די אראבער זענען געווען שטארק דערגעגן און אויסגערופן א הייליגע קריג אקעגן די אידן, פון דעם איז קיינמאל גארנישט געווארן, אידן האבן אנגעהויבן אריינוואנדערן קיין פאלעסטינע און געלעבט אונטערן בריטישן מאנדאט. נאך די צווייטע וועלט קריג האט די UN געזאגט אז די בריטישע וועלן זיך ארויסציען און מ'וועט מאכן צוויי סטעיטס זייט ביי זייט, פאר די אראבער וואס האבן געהאט מער מענטשן האט מען געגעבן רוב לאנד, און די אידן האבן באקומען די מדבר אין דרום זייט, און שטיקלעך דא און דארט.

די אראבער זענען אבער נישט געווען צופרידן און האבן דערקלערט א הייליגע קריג קעגן די אידן, און פון אלע זייטן לבנון, סיריע, ירדן, עגיפטן, און איראק, אלע באפאלן דעם קליין שטיקל לאנד וואס די UN וויל געבן פאר די אידן, די אידן זענען אבער ארויסגעקומען פון דעם מיט ריווח און איינגענומען אלעס ביז וואס ווערט היינט אנגערופן Pre '67 boarders, סא ווען די חברה וויינען אז זיי ווילן די פרי 67 בארדערס, זיי האבן געקענט האבן מער פון דעם רואיגערהייט, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן דערמיט, זיי האבן געוואלט אלעס! נא, אז מ'וויל אלעס בלייבט מען מיט גארנישט.

בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:46 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי האבן עס נישט גע'גנב'עט פון אונז.
מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.

מיר האבן גארנישט צוגענומען פון זיי, די בריטישע און פראנצויזן האבן דאס צוגענומען פון די אטעמען עמפייער ביים ערשטן וועלט קריג און עס געוואלט צוטיילען ציווישן די אראבער און אידן.

דא איז א Open letter to the world פון מאיר כהנא וואס ברענגט גאנץ גוט ארויס די "רחמנות" געפילען צו די "אונטערדרוקטע" פאלעסטינער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UY3QpWvYzLw[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 6:46 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי האבן עס נישט גע'גנב'עט פון אונז.
מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.


און 60 יאר צוריק האט מען "זיי" פארטריבן...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 7:28 pm
דורך הציץ ונפגע
שמעקעדיג האט געשריבן:זיי האבן עס נישט גע'גנב'עט פון אונז.
מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.

דער עולם האט פיין אפגעענטפערט, לאז מיר נאר צולייגן אז ווען כאמאס קומט ווען מיט די טענה אז מען האט אונז פארטריבן, נו, דאס איז איין זאך. זיי ווילן דאך אבער פארלייקענען אז מיר זענען בכלל געווען בעלים אמאל דארט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:55 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.

מען האט עס דאך יא צוריקבאקומען.

און אויב רעדסטו פונעם אידישען שטאנדפונקט, האט מען עס קיינמאל נישט פארלוירן [די בעלות].

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:57 pm
דורך זר זהב
מען האט עס נישט צוריקבאקומען הלכה'דיג. דאס מיינט ער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:00 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:און אויב רעדסטו פונעם אידישען שטאנדפונקט, האט מען עס קיינמאל נישט פארלוירן [די בעלות].

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:01 pm
דורך זר זהב
לערן ירמיהו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:04 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:[די בעלות].

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:14 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:מען האט עס נישט צוריקבאקומען הלכה'דיג. דאס מיינט ער.


וואס מיינט צוריקבאקומען הלכה'דיג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:21 pm
דורך זר זהב
sunbar האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מען האט עס נישט צוריקבאקומען הלכה'דיג. דאס מיינט ער.


וואס מיינט צוריקבאקומען הלכה'דיג?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5GBxy0zcXks[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:26 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מען האט עס נישט צוריקבאקומען הלכה'דיג. דאס מיינט ער.


וואס מיינט צוריקבאקומען הלכה'דיג?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5GBxy0zcXks[/youtube]


הייסט אז ווען איינער וועט עפעס צונעמען פון דיר, וועסטו בלויז טון דאס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:27 pm
דורך זר זהב
ס'ווענט זיך ווער יענער ''איינער'' איז...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:28 pm
דורך sunbar
זר זהב האט געשריבן:ס'ווענט זיך ווער יענער ''איינער'' איז...


א גוי...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:29 pm
דורך זר זהב
אויב ירמיה הנביא וואלט מיר נביאות געזאגט בעפאר אז א גוי גייט מיר עס צונעמען צוליב מיינע זינד וואלט איך עס נישט צוריקגעכאפט