בלאט 1 פון 1

ווער זוכט ארבעט? איך זוך אויך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:35 pm
דורך עוד מישהו
אידן זוכן פרנסה נישט פון היינט, אלע דורות האבן געזוכט פרנסה, נאר דעמאלסט זענען זיי נישט געווען פויל און מ'האט געארבעט, הוי האט מען געארבעט. איז אזוי, איך זיך נישט קיין ארבעט איך זוך א וועג צו מאכן געלט אבער גארנישט טון, די געלט זאל קומען פון זיך אליין, איך ארבעט שוין אויף די פלאן נישט צו ארבעטן, שוין עטליכע יאר, אבער דערווייל האב גארנישט געטראפן, האט אפשר איינער עפעס אן עצה וואו אזוי מען קען אזאנס ערלעדיגן.

איך בין זיכער קודם כל גענוג אנדערע מענטשן דא וועלן אויך קענען הנאה האבן, פארשטייט זיך אסאך אידן וועלן געהאלפן ווערן, און די ברכה וועט חל זיין. עני איידיע?

נאר נישט ערנסט פאראינטערסירטע זאלן מעלדן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:40 pm
דורך שמעקעדיג
מיין קרוב פארציילט מיר, ער האט אפעלירט פאר א דזשאב.
די ערשטע קשיא וואס דער באלעבאס האט געפרעגט ביים אונטערוויא:
"דו האלטסט ביים ארבעטן אדער דו זוכסט נאר א דזשאב"?

אוי האבעך אויסגעשאסן.
אזא פשוט'ע פראגע, און אזוי אמת, שטעכעדיג...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:45 pm
דורך גאלד
קודם מוז מען האסטלען אפאר יאר, נאכער קען מען קלערן פון מאכן רווחים אן הארוואניע,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:48 pm
דורך עוד מישהו
איז דו האלטסט איך זאל ווארטן נאך צען יאר, נישט ארבעטן די צייט, און נאכדעם וועט די געלט קומען פון זיך אליין?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:04 pm
דורך אלזא
נאך איינער האט געשריבן:אידן זוכן פרנסה נישט פון היינט, אלע דורות האבן געזוכט פרנסה, נאר דעמאלסט זענען זיי נישט געווען פויל און מ'האט געארבעט, הוי האט מען געארבעט. איז אזוי, איך זיך נישט קיין ארבעט איך זוך א וועג צו מאכן געלט אבער גארנישט טון, די געלט זאל קומען פון זיך אליין, איך ארבעט שוין אויף די פלאן נישט צו ארבעטן, שוין עטליכע יאר, אבער דערווייל האב גארנישט געטראפן, האט אפשר איינער עפעס אן עצה וואו אזוי מען קען אזאנס ערלעדיגן.

איך בין זיכער קודם כל גענוג אנדערע מענטשן דא וועלן אויך קענען הנאה האבן, פארשטייט זיך אסאך אידן וועלן געהאלפן ווערן, און די ברכה וועט חל זיין. עני איידיע?

נאר נישט ערנסט פאראינטערסירטע זאלן מעלדן.

אין מקוה איז די בעסטע פלאטץ /נאכלויפן א טעקסי אין נישט נעמען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:47 pm
דורך עוד מישהו
אלזא האט געשריבן:

כלומר? זיי זיך מסביר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:56 pm
דורך קלאר
צו 'זיכען' א זשאב קענט איר זיך אויפסיינען דא
https://twitter.com/JewishJobs

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:29 pm
דורך אלזא
נאך איינער האט געשריבן:
אלזא האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:אידן זוכן פרנסה נישט פון היינט, אלע דורות האבן געזוכט פרנסה, נאר דעמאלסט זענען זיי נישט געווען פויל און מ'האט געארבעט, הוי האט מען געארבעט. איז אזוי, איך זיך נישט קיין ארבעט איך זוך א וועג צו מאכן געלט אבער גארנישט טון, די געלט זאל קומען פון זיך אליין, איך ארבעט שוין אויף די פלאן נישט צו ארבעטן, שוין עטליכע יאר, אבער דערווייל האב גארנישט געטראפן, האט אפשר איינער עפעס אן עצה וואו אזוי מען קען אזאנס ערלעדיגן.

איך בין זיכער קודם כל גענוג אנדערע מענטשן דא וועלן אויך קענען הנאה האבן, פארשטייט זיך אסאך אידן וועלן געהאלפן ווערן, און די ברכה וועט חל זיין. עני איידיע?

נאר נישט ערנסט פאראינטערסירטע זאלן מעלדן.

אין מקוה איז די בעסטע פלאטץ /נאכלויפן א טעקסי אין נישט נעמען

כלומר? זיי זיך מסביר.

אין מקוה איז דא די מערסטע קעש אויפאיינמאל אויף די הענגערס
אז די לויפטס נאך א טעקסי אין די גייסט צו פיס האסטעך געסיווט 7$ טוה עס 10 מאל איז 70$ אזוי ווייטער וכו"