בלאט 1 פון 13
נעגאטיווע ליכט אויף חרדים אין די מידיא
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:44 pm
דורך יידל
לאה ווינסענט, די גרינדערין פון פוסטריט, די ארגעניזאציע וואס העלפט אידן אראפגיין פון וועג ר"ל, גייט ערשיינען קומענדיגע וואך אויף טעלעוויזיע
http://www.katiecouric.com/on-the-show/ ... -religion/
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:47 pm
דורך קאווע טרינקער
יידל, ס'צייט זאלסטיך לאזען אינטערוויוען ביי די מידיע, זאלן אלע זעהן אז מ'קען זיין א "יידל" און א שטיק דעט"ע און נאבעלקייט.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 6:12 pm
דורך בן תמליון
למען פונקטלעכקייט, זי איז נישט די גרינדערן פון פוטסטעפס. מלכה שווארץ פון קרוינהייטס האט עס געגרינדעט. עס ווערט היינט געפירט דורך אנדערע. איך ווייס נישט אויב ווינסענט האט א פירנדע ראלע. זי האט ערגעץ באשריבן זי איז אנטלאפן פון א ישיביש שטוב אנשליסן זיך אין א סיק-בודא קולט ביז זי איז לעצטנס צוריק צום "שורש" אלץ א אידישע אף דע דערעך.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 6:31 pm
דורך בן תמליון
די שוי איז געווארן אפגערופן. געציילטע מינוטין עס האט געדארפט גיין אויף די לופט כוואליעס האט פאסירט די אטאקעס אין באסטן און האט אוועקגעשטופט דעם נעגאטיוון סדר היום.
נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 6:45 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:די שוי איז געווארן אפגערופן. געציילטע מינוטין עס האט געדארפט גיין אויף די לופט כוואליעס האט פאסירט די אטאקעס אין באסטן און האט אוועקגעשטופט דעם נעגאטיוון סדר היום.
ס'האט געשפילט פאר צען מינוט, ווען די באסטן נייעס האט איבערגעריסן די פראגראם. ווי געזאגט איז עס געווארן אפגעשיבט. ס'האט געזאלט זיין עוועיליבעל אנליין היינט זיבן אזייגער, און דאס איז אויך געווארן אפגעריפן.
לאמיר האפן אז די יעניגע וועלן זיך נאך כאפן באצייטענס און וועלן חוזר בתשובה און אפשטעלן די חילול השם.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 4:41 am
דורך טאמבל סאס
און זעהן אז די גאנצע באמבע איז נאר געווען וועגן זיי.
(אבער מיטדעם אלעם זיי צו לאזן מיט די בחירה)
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:20 pm
דורך יידל
http://www.cracked.com/article_20143_5- ... _p2.html#1אן ארטיקל איבער די 5 מערסט-צודרייטע וועגן וויאזוי מענער האבן צענזורירט פרויען. נומער איינס (די לעצטע) איז די נייע אכשר-דרא'דיגע שמירת עינים גלעזער.
נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:26 pm
דורך ברסלבער
דאס זעהט אויס געשריבן דורך א היימישער שנה ופירש'ניק. אנדערש מאכט נישט קיין סענס.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 5:59 pm
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:Them and ThemUp in Ramapo, the immigrant community and the growing population of Hasidim had eyed each other with increasing wariness. Then the Orthodox took over the public schools and proceeded to gut them.
http://nymag.com/news/features/east-ram ... im-2013-4/
ברייען לעהרער פון WNYC האט אינטערוויוד דעם שרייבער לעצטענס. היינט אין א פאלאו-אפ האט ער אינטערוויואד אהרן ווידער דער חסידישער לעגעסלאטאר אין ראקלענט קאונטי. מ'קען הערן דעם אינטעוואיו און אויך צוהערער אריירופער דא.
http://www.wnyc.org/shows/bl/2013/may/0 ... ntroversy/
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 7:44 pm
דורך יידל
שרעקדיג!!!
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 8:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 10:34 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:Them and ThemUp in Ramapo, the immigrant community and the growing population of Hasidim had eyed each other with increasing wariness. Then the Orthodox took over the public schools and proceeded to gut them.
http://nymag.com/news/features/east-ram ... im-2013-4/
ברייען לעהרער פון WNYC האט אינטערוויוד דעם שרייבער לעצטענס. היינט אין א פאלאו-אפ האט ער אינטערוויואד אהרן ווידער דער חסידישער לעגעסלאטאר אין ראקלענט קאונטי. מ'קען הערן דעם אינטעוואיו און אויך צוהערער אריירופער דא.
http://www.wnyc.org/shows/bl/2013/may/0 ... ntroversy/
כ'בין נישט באקאנט אין די קאטראווערסיע מער פון וואס די ניו יארק מאגאזין האט געשריבן, אויך קען איך נישט מאנסי פאליטיקס, אבער כ'בין זייער אימפרעסט פון אהרן ווידער'ס זשאב אויף די פראגראם. כ'פארשטיי אז ער האט א גרינגערע פעלד ווייל ער איז נישט אויפן סקול באורד יעצט און קען זיך ריינוואשן ווי א פאליטישאן דורך פארדאמען די יעצטיגע סקול באורד ווען ס'איז אים באקוועם, אבער כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט א חסידישע ווארטזאגער זאל קענען ארויסקומען אין א הייסע אישו א געווינער, אפי' אויב נאר דורך נישט אנמאכן קיין שאדן און דורך געבן א פראפסיאנאלע אימפרעשאן.
(אלס א ניטפיקער האב איך אויפגעפאסט אז ער איז פארט נישט קיין נעטיוו אמעריקאנער פאלאטישאן, ווי למשל ווען ער האט געזאגט "ווי אלל העיוו ווייבס" וואס איז מער חסידיש גערעדט, אדער ווען רעדענדיג פון א סטודענט בלשון נסתר האט ער אנגעכאפט לשון זכור און נישט "הי אר שי." זיין כסדר איבער'חזר'ן זיין אהבה צו סענעטאר קאלוטשי האט אים געמאכט אויסקוקן ווי ער ליינט פון א טאלקינג פאונט מעמא צו אונטערווישן דעם סענעטאר. אבער דא בין איך שוין א פאדאנט.)
כ'האב זייער הנאה געהאט פון זיין קאמבעק איבער נעמען קרעדיט פאר גראדועשאן ראטע פון סטודענטס וואס זענען שוין אין די פייפליין מערערע יארן. כ'ווייס נישט אויב ער איז גערעכט, אבער פאר א ראדיאו צוהערער האט ער זיכער געמאכט א גיטע אימפרעשאן מיט זיין צייגן באהאווענטקייט און סטרייקן א קאנסיליעטארי נאוט.
וועי טו גאו!
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:18 am
דורך יואליש
ר' ברייען לעהרער האט יעצט ווידער די הייסע קאנטראווערסיע איבער די איסט רעמעפאו סקול באורד אויף זיין פראגראם.
עי עם 820 און עף עם 93.9
שלא שינו את לבושם - אויגען גלעזער
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 2:38 am
דורך ידען
די NY post האט באשריבען די מערכה קעגען די נייע סטיילס גלעזער.
אינמיטען שרייבען זיי פון די אידישע בריוו אז מע טוישט נישט די קליידער און אויך היינט די גלעזער וועגען איין פון די זכותים וואס מע איז אויסגעלייזט געוואררען פון מצרים.
www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/oy ... Gruass5JOIזיי ענדיגען מיט א וויץ אז די ביידע סאטמאר רביס גייען שוין מיט די היינטיגע סטייל גלעזער פאר די לעצטע 35 יאר....
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 3:46 am
דורך לאליפאפ
אינטערעסאנט איז, זיי שרייבן אז באבוב 48 איז די מקור צו דעם רודעריי. וואלט באבוב נישט געדארפט זיין די לעצטע צו רעדן וועגן אויגן גלעזער אנגעלעגהייטן?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 11:41 am
דורך נולד מאוחר
www.vosizneias.com/130781/2013/05/12/borough-park-ny-yeshiva-glasses-ban-results-in-exchanges-and-retail-inspections/באבאבוב מאכט אינספעקשנס צים גלעזער סטאר. דער עולם טראגט ציריק די טרייפנע גלעזער אין גרויסען.
סטוט זיך א רוח טהרה ב''ה. כמיין זיי האבן עפעס געהערט טריפנה גלעזער און זיי מיינען מ'רעדט פין ליפא'ס גלעזער. זיי כאפן נישט אז די גוגל גלעזער איז די מדובר.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 4:28 pm
דורך שוואנץיאזעף
לאליפאפ האט געשריבן:אינטערעסאנט איז, זיי שרייבן אז באבוב 48 איז די מקור צו דעם רודעריי. וואלט באבוב נישט געדארפט זיין די לעצטע צו רעדן וועגן אויגן גלעזער אנגעלעגהייטן?
אין א באבוב איז א נושא אויגן גלעזער?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:49 pm
דורך גנדי
שלא שינו את לבושם אויף אויגן גלעזער?
איך האב נישט געוואוסט אז די אידן אין מצרים האבן שוין געהאט אויגן גלעזער...
איך וויל נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא. ווי קען איך פארשאפן די געלעזער פון מצרים? וועלכען ארכילאג אדער עגיפטאלאגיסט קען איך אנרופן?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:14 pm
דורך ר' שמחה
איינער קען ברענגען א לינק צו נ"י טיימס ?
בחדרי ברענגען נאך פון דארט אויך איבער טונקעלע שיך אין בית שרה.
עקסטארשען ביי היימישע אידען
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 5:32 am
דורך ידען
ביי היימישע אידען הערט מען אמאל וועגען עקסטארשען בעיקר ביי ועד הצניעות אבער מע קען עס נישט קאנפערמען ווייל געווענטלעך וועט קיינער נישט דערציילען אז מע האט געוואלט ארויס נעמען געלט פון איהם. ווייל ווער וויל מע זאל וויסן אז ער איז א חזיר?
די daily news האט עפעס א אנדערע עקסטארשען מעשה וואס איינער האט געשלעפט געלט פון די קדם הערצאג משפחה
www.nydailynews.com/1.1342205
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 8:30 am
דורך פיקציע
מעג איך וויסן וואס די מעשה איז געווען, אויב ליין איך נישט די דעילי נויז?
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:07 am
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 11:10 am
דורך הדד בן בדד
ליידער איז עס נישט קיין נייעס, עס פלאמט אבער דאס פנים (און דאס אחור אויך) פאר בושה ווען דאס קומט אן צו אלע גוים. דער חילול ה' איז דאך נורא ואיום.
דערפאר טאקע האב איך גאר שטארק רעספעקטירט דודי זילבערשלאג פון א"י, ווען ער האט זיך נישט געלאזט בלעקמעילן, נאר איז ארויסגעקומען און פאבליק מיט די גאנצע מעשה