בלאט 1 פון 1

בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 9:56 am
דורך שמואל הלוי
אין א אומפאראויסגעמאלדענע מעלדונג האבן קרית יואל'ע איינוואוינער היינט צופרי באקומען א רעקארדינג אויפן טעלעפאן אז ס'איז נישט ערלויבט צו מאכן ער"פ פייערן, און מען קען פארברענען די חמץ בלויז אויף דריי ערטער. 1) פארק ענד רייד (בעקערטאון), 2) נעבן בית החיים, 3) עצי התמרים געגנט.

Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 11:06 am
דורך ידען
זייער א קלוגע זאך!

ממנו ילמדו!

איינס איז איבער גענוג!

Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:02 pm
דורך קרעמער1
מען פארסירט עס דען?

Re: בלויז 3 ער"פ פייערן ערלויבט אין קרית יואל!

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 4:06 pm
דורך שמואל הלוי
למעשה האט מען זיי אנגעפיפן אין באבענס באבען אריין, ס'איז געווען פייערן אין כמעט יעדע ווינקל פון שטאט.

נשלח: דינסטאג אפריל 08, 2014 3:52 pm
דורך עפל סיידער
שמואל הלוי האט געשריבן:למעשה האט מען זיי אנגעפיפן אין באבענס באבען אריין, ס'איז געווען פייערן אין כמעט יעדע ווינקל פון שטאט.

היי יאר איז עס אין קאנטראל? אדער גייט מען ווייטער פייפען אויף די שטאטישע טאטעס?

נשלח: מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:42 pm
דורך berlbalaguleh
איינס פאר די ארונים. איינס פאר די זאלונים. און איינס פאר די (לא) אנשי בני יואל... :? 8-) :roll: :lol: :D :) ;) :P :oops: :( :cry: :o

נשלח: מוצ"ש אפריל 26, 2014 11:59 pm
דורך לאליפאפ
איז אמעריקע מער נישט קיין דאמאקראטישע לאנד? מען טאר נישט מאכן א באן פייער ביי זיך אין פראנט? ווער קען מסביר זיין

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:47 am
דורך מאיר_וואלף
זייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 8:50 am
דורך פלעין יודיש
מאיר_וואלף האט געשריבן:זייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע

פאר דער וואס ווייסען נישט
מאנרא איז די 33סטע סטעיט פון די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:40 pm
דורך מאיר_וואלף
"I Live In Jew Land Not In America"

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 12:56 pm
דורך מאיר_וואלף
עס דערמאנט מיר פון דעם ראס, אויף די פראגע: ווער איז דיין מאמע? ראסלאנד, ווער איז דיין טאטע? סטאלין, און וואס ווילסטו זיין? א יתום

ווער איז דיין מאמע? קרית יואל, ווער איז דיין טאטע? .... ..., און וואס ווילסטו זיין?

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:04 pm
דורך לית דין בר נש
מאיר_וואלף האט געשריבן:זייט ווען איז קרית יואל אין אמעריקע

בארא פארק איז יא אין אמעריקע?

פארוואס טאר מען דוירט נישט מאכן מער פייערס ווי וואס די יודן ראט האבן געשריבן אויף זייער צעטיל???