בלאט 1 פון 1

איך דארף כבוד, פובליסיטי, אטענשאן, און לויבונגען

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:19 pm
דורך זר זהב
וואס ווינדערטסטיר אזוי? ווייל איך זאג וואס דו טראכסט??

ס'צייט צו באסטאן די באלון און אנהייבן עקטן ווי בא'חנ'טע קינדער. פארוואס זענען מיר בכלל געקומען צום דעת? שטעל דיר פאר א וועלט וואו יעדער בלייבט א קינד ({(אויב יעדער איז אזוי איז עס דאך נישט א פראבלעם, דאס גאנצע פראבלעם איז דאך נישט זיין אנדערש פון ''יענער'')}) ס'וואלטאך געווען אזוי זיס, ווי באקאנט איז דאס גאנצע חן פון קליינע קינדער דער 'אמת' וואס זיי צייגן, גארנישט איז בסדר מיט זיי, זיי דארפן אלעס און אז נישט וויינט מען, אנדערש ווי דו ווען דו קומסט צו גאסט צו א חבר און ער פרעגטיר צי ער קען דיר מיט עפעס מכבד זיין זאגסטע נעה, ס'פעלט נישט אויס, כ'בין נישט געקומען צו עסן, כאנאר וואס אפגעגעסן (ליגנער!) - דאס הונגער מאנט און דו רעגסטיר אויף דיר אליין ,, וואו נעמט מען די קינדערישע תמימות צו זאגן ראבאטיש לייג אראפ קוגל מיט פיקל חריין קאול סלאו מיט מאראנצן זאפט נישט די ניק? ווען מ'הערט אזעלכע אמת'ע דיבורים ווערט מען אליינס פרייליך, יענער וואלט געלאפן און דיר געברענגט מכל טוב וטוב, ס'וואלט זיך געשפירט דארט אן עולם התיקון מ'וואלט זיך גע'האג'ט און געטאנצען. ס'זיכער אז דאס פארדרייט די יוצרות, און פאר דעם איז עס אזא דעפרעסטע וועלט. אויב שטעליך ווען אויס די וועלט וואלט איך די איינע זאך געטון אנדערש נעמליך אויסגעשטעלט אונזערע מוחות זאלן זיך נישט דעוועלאפן מיט די גרויליגע שקר/בושה, נאר בלייבן ווי קינדער.

אלנספאל איך אליין שעם זיך דא צו קומען צום פוינט.. איר זעהט. כ'גיי עס אבער דורכברעכן. איך דארף כבוד אנערקענונג פובליסיטי און אטענשאן (געלט בעטיך נישט ווייל דאס איז א סתירה צו קינדערישקייטן) איז ווער איז וויליג מיר אריינצוווארפן דא א גוט ווארט? מיר זאגן ווי געלונגען איך בין? סתם לויבן אין די וועלט אריין.

און יעדער איז וועלקאם ווער ס'וויל ארויפקומען אויף מיין וואגן און ברעכן די אויסגעוואקסענע בושה, זאל דא קומען בעטן און מ'וועט טרייען יעדן צו באזונגען און באוואשן. מי לה' אלי?

לאמיר זיין זיסע קינדער!! לאמיר פארן! העלללאאא!

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:35 pm
דורך נולד מאוחר
כקען רעדן צי בענדשזי זאל שרייבן אן הספד.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:38 pm
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:איך וואלט דיר געלייקט זר, דו שרייבסט אייזן. נאר דו שטייגסט מיר שוין כמעט איבער מיט לייקס, און מיין כבוד לאזט נישט אז איך זאל פארשנעלערן דעם פראצעס. סארי.

דאס איז קונצליך!!

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:48 pm
דורך פייפער
איך וויל זיין א קינד און דמיונ'ן ווי א קינד. עס איז אזוי באארינג ווען איך ווייס שוין וויאזוי אלעס גייט זיין. איך וויל זיין ווי א קינד דאס ערשטע מאל ביי א חתונה. איך וויל זיין ווי א קינד וואס האלט אינמיטן א מעכטיגע daydream.
א רוף פאר יעדעם דא, קינד און קייט - געגאנגען אין עולם הדמיון אריין.

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:15 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב מורא אז אונדזער טאטע חלק באלאנגט אין עולם הדמיון

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:25 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב, איי לייק יא! דו שרייבסט אזוי פיין, 'ך בין זעך מחיה נפשות מיט דיינע תגובות,
דו ביסט א טאלאנטפולער געלונגענער אינגערמאן, דער שפיגעלע פון אונזער שטיבל, דו מאכסט אונז אלע טראכטן טיפער, און מאכן א חשבון הנפש ווי ווייט מיר פארפארן אינעם עולם השקר, ווען נישט דיר, כולנו אבדנו!!!!!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:33 am
דורך מאראנצןזאפט
זר, יו אר דע בעסט, פארגעט עבאוט דע רעסט.
וזמנא חדא סמך רב זירא ליקוואדא למי פירותא, ולא פסיק חוכא מפומיה דמר תפוזא כולא יומא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:54 pm
דורך בעל הבית
זר, איך האב דיר לעצטענס באטראכט,די מאכסט א מורדיגע רושם. אזא בחנ'טע יונגערמאן ,קליין, רויט, עטוואס פעשליך,

שטאטערסט נאר ביים רעדן, מאכסט גאנץ אופט נפוחות אין פאבליק,

אשע"כ זעי איך נישט מיט וואס די דארפסט בכלל כבוד אנערקענונג פין אונז קליינע מענטשן, די דאך ביסט ברום המעלה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:56 pm
דורך זר זהב
פון וועם זוכט א רבי כבוד? נישט פון זיינע סלאו חסידים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:05 pm
דורך בעל הבית
א רבי זוכט , יראה ,פחד,שררה, דיקטעטען, נישט כבוד ,קאמפלימענטן .

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:41 pm
דורך קינות גירושין
זר, איך זעה באמת נישט מיט וואס די האסט זיך גרויס צו האלטען, געב א קוק אויף מיר למשל, איך בין א נייע שרייבער, און 50 פערסענט פון מיינע תגובת האבען א לייק, משא״כ אביסעל ווייניגער ווי א דריטעל האבען א לייק, איך זעה אינגאנצען נישט מיט וואס די טוסט זיך גרויסען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:16 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
קינות גירושין האט געשריבן:זר, איך זעה באמת נישט מיט וואס די האסט זיך גרויס צו האלטען, געב א קוק אויף מיר למשל, איך בין א נייע שרייבער, און 50 פערסענט פון מיינע תגובת האבען א לייק, משא״כ אביסעל ווייניגער ווי א דריטעל האבען א לייק, איך זעה אינגאנצען נישט מיט וואס די טוסט זיך גרויסען?
נו, היא הנותנת. אזוי ווי דו זאגסט טאקע, ער האט נישט גענוג לייקס, דעריבער בעט ער.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:10 pm
דורך זרש כסף
קינות גירושין האט געשריבן:זר, איך זעה באמת נישט מיט וואס די האסט זיך גרויס צו האלטען, געב א קוק אויף מיר למשל, איך בין א נייע שרייבער, און 50 פערסענט פון מיינע תגובת האבען א לייק, משא״כ אביסעל ווייניגער ווי א דריטעל האבען א לייק, איך זעה אינגאנצען נישט מיט וואס די טוסט זיך גרויסען?

ראשית כל האב איך נישט געמאכט דעם אשכול בלויז פאר מיר, כ'האב איינגעלאדענט יעדער וואס וויל ארויסקומען אפען און פארלאנגען דאס וואס ווערט דערמאנט אינעם קעפל איז וועלקאם עס צו טון דא אינעם אשכול. שנית, קען מען אפשר זאגן אז איר ווערט גע'לייקט צוליב רחמנות... מענשטן שוינען דיר. ס'פאלט זיי נישט איין אז איך בין סך א גרעסערער רחמנות ווי דיר... און צום לעצט האסט שויו אמאל געזען א בעל גאוה ארויסקומען בפומבי בעטן כבוד?? פון מיר גיסטסעך עניוות!!

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 3:56 pm
דורך יואב
I mean, life is tough. It takes up a lot of your time. What do you get at the end of it? A Death. What's that, a bonus? I think the life cycle is all backwards. You should die first, get it out of the way. Then you live in an old age home. You get kicked out when you're too young, you get a gold watch and you go to work. You work forty years until you're young enough to enjoy your retirement. You do drugs, alcohol, you party, you get ready for high school. You go to grade school, you become a kid, you play, you have no responsibilities. You become a little baby, you go back into the womb, spend your last nine months floating... and you finish off as an orgasm.
- George Carlin-

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 6:13 pm
דורך טאמבל סאס
אוי איך געדענק נישט ווען כהאב אזוי געלאכט.
יא יא, איך דערמאן מיר, ווען כ'האב געלייענט זר'ס לייקינג סיסטעם.