בלאט 1 פון 3
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:00 pm
דורך יואליש
כ'ווייס נישט אויב דאס באלאנגט אין "פאזיטיווי ליכט אין די מידיא אויף חרידים" אדער אין "נעגעטיווע ליכט אין די מידא אויף חרידים" אדער אין "ביציקלעך - חוקת הגוי."
קודם לייג איך עס דא.
http://animalnewyork.com/2013/watch-a-g ... g-cyclist/
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:34 pm
דורך יואליש
יאנקל האט געשריבן:פון דעם קליפ קוקט אויס אז דער בייק דרייווער איז טאקע געפארן אינמיטן פון דער שאסיי, אבער גיי פארשטיי פארוואס דער חסידישער יונגערמאן האט געדארפט מאכן אזא סו-מא-טא-כע.
אמת, דאס קען זייער נערווירן א דרייווער. אבער פארוואס קען מען נישט גיין בדרכי נועם, ווי למשל בעטן
פאפא רב שליט"א זאל רעדן צו לינקאלן רעסלער דערוועגן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:42 pm
דורך זר זהב
ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:43 pm
דורך יואליש
זר זהב האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?
בייקערס איבעראל האבן א האבי פון פארן מיט קאמערעס, ספעציעל אין ניו יוארק סיטי ווי זיי שפירן זיך ווי קאזאק הנגזל מיט די פאליציי און מיט דרייווערס. זיך אויף יוא טוב.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:47 pm
דורך זר זהב
אה נישט געוויסט.
דער אינגערמאן סאונד אביסעלע סלאו אויך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:54 pm
דורך איך אויך
פון דער אנדערע זייט אויב די מעשה וואלט געווען פארקערט מיט א איד אין א שווארצע/ספאנישע געגנט וואלט דער איד שוין לאנג געדארפט א אמבולאנס ,ספעציעל ווען דער גראבער ספאנישע האט אנגעהויבן צו גיין מיט הענט. אמאל בענקט זיך עס צו די גוד אלד-פעשאנד כככאאאפפפצעעמס דער פעשליכער וואלט פאר צוויי וואכן נישט געקענט הייבן הענט בכלל.
מרידה באומות נוסח ווילי
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:11 pm
דורך איחוד פעלד
http://animalnewyork.com/2013/watch-a-g ... g-cyclist/בעצם האט דער גוי אים געשלאגען די קאר מיט דער האנט, ווייל דער אינגערמאן איז געפארען צו נאנט צו זיין ביציקעל.
דער איד מאכט אן עסק שלא כדין, און הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט צוגעשיקט דער צווייטער גוי כדי עס זאל נישט ארויסקומען א גרעסערע מכשול.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:18 pm
דורך שמעקעדיג
K9
The site you tried to visit belongs to a category that your computer is set to block
because it is currently categorized as: Adult / Mature Content Political / Activist Groups Open Image / Media Search
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:41 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?
אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:30 am
דורך גנדי
דער ווידיא האט מיר זייער אויפגערעגט. ער האט געמאכט א חילול השם איום ונורא.
דער אינגערמאן האט 3 מאל שיעור אראפגעהאקט דעם מענטש, און נאכדעם לאזט ער עם נישט גיין?
וואס איז געווען דער פלאן פון דעם יונגערמאן? ער גייט עם אויפהאלטן, און???
ער רעדט נארישקייטן, ער לאכט, מאכט מיט די הענט, שרייט אריין פאר 911 LIAR - לאכט "באלאני מאקאראני"...
פון ווי קומט אזא הנהגה? ער מיינט ער איז אין מקוה?
ער האט מזל די גוי זעצט אים נישט איין פארן נישט לאזן גיין...
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 12:36 am
דורך גנדי
berlbalaguleh האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?
אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.
אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע?
וואס האט שוין דער ביציקל געטוהן? געפארן אינמיטן גאס? געקלאפט אויף זיין פענסטער אז ער זאל אים נישט איבערפארן?
הכונו לחילול השם גדול...
עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...
ווי קען איך אנרופען דעם אינגערמאן און אויס-מוסר'ן?
ווי קען מען שרייבן א מחאה און גילוי דעת צו מעביר זיין די חרון אף?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:26 am
דורך petergrifin
פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:30 am
דורך אברמי פון בארא פארק
דער אינגערמאן איז לאקי אז די פאליציי איז נישט געקומען, ער וואלט זיכער געווארן ארעסטירט פאר
FALSE ARREST און HARRASMENT. הגם דער גוי קען נאך PRESS CHARGES.
דאס איז זיכער אז ער האט זייער נישט קלוג געהאנדלט.
http://en.wikipedia.org/wiki/Unlawful_arrest
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:37 am
דורך יואליש
(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:40 am
דורך בדחן
גנדי האט געשריבן:עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...
אף?
מה זה רעד-איט? גאטסמיט?
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:52 am
דורך זר זהב
2 וועב זייטלעך
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 1:57 am
דורך גבאי
יואליש האט געשריבן:(למען הפונקטליכקייט, איך האב נישט געעפענט דעם אשכול. די מנהלים האבן אריבערגעפירט מיין תגובה פון ווי כ'האב עס געפאוסט, און א נאמען געגעבן די אשכול.)
איך האב געפירט די תגובות אהער, און דער אשכול איז לכתחילה געעפנט געווארן דורך איחוד פעלד, און דער נאמען האט ער געגעבן. וויבאלד דו זיצסט יעצט דער ערשטער אין דעם אשכול האסטו יעצט די מעגליכקייט צו טוישן דעם נאמען אויב עס געפעלט דיר נישט.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:07 am
דורך אברמי פון בארא פארק
גנדי האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:ס'זעהט אויס ווי דער גוי האט געוואלט א גוטן ווידעא, און ער שפילט טאקע אריין אין זיינע הענט, האט ער נישט געזען אז מ'רעקארט עס?
אבער דער עיקר סומאטאכע האט זיך אנגעהויבן ווען דער בייק ריידער זאגט פאר די אנדערע חברה אין בלויען קאר (אויף ספאניש) "ער (דער איד) לאזט מיך נישט גיין". איך געב קרעדיט פאר דעם יונגערמאן אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע.
אז ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע?
וואס האט שוין דער ביציקל געטוהן? געפארן אינמיטן גאס? געקלאפט אויף זיין פענסטער אז ער זאל אים נישט איבערפארן?
הכונו לחילול השם גדול...
עס איז ארויף אויף רעד-איט און אויף גאטעמיסט, פון דארט גייט עס וואקסן אויף הייבן...
ווי קען איך אנרופען דעם אינגערמאן און אויס-מוסר'ן?
ווי קען מען שרייבן א מחאה און גילוי דעת צו מעביר זיין די חרון אף?
Whats the link to the reddit article?
Icouldnt find it.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 6:43 am
דורך טאמבל סאס
וואס איך האב ארויסגענומען פונעם קליפ איז:
מיט אזא שיינעם בויך, דארף מען די הויזן שוין ארויף ציען נאך איידער מ'קומט ארויס פון קאר!
נאכדערצו אויב גייט דאס זיין אין צענטער פונעם אוידענץ.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:18 am
דורך גנדי
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:20 am
דורך גנדי
youtube clip over 70,000
Top Comment
And they still wonder why no one likes them
http://youtu.be/FEKhgBye5K0
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:23 am
דורך boxcover
א חילול השם, איום ונורא. ווי האט מען נישט מורא!
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:36 am
דורך מ גפני
petergrifin האט געשריבן:פארװאס טראכט איך יעצט ״די אלטע סאקמערע אזיאטישער מארמארעשער פערד״?
און האט מען איהם נישט אויס געלערנט אז מען פוינט (טײטעלט?) נישט מיט דער פינגער?
איז "סאקמער" אין אזיע??