בלאט 1 פון 28
ס'האט מיר געברענגט טרערן
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 1:57 pm
דורך קאווע טרינקער
אין דעם אשכול, ווערט דער עולם מכובד, צו פארצייכענען וואס האט זיי געברענגט לידי בכיה.
וזה החלי:
דער קליפ:
http://www.gruntig.net/2013/06/the-mira ... -from.html
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:03 pm
דורך זר זהב
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג יוני 21, 2013 7:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווען פארעסט גאמפ געזעגנט זיך פון איר דארט ביים קבר אונטערן בוים קען אפילו א שטיין וויינען, און ווען רויזעלע לאזט אויס יאנקל אין וואסער אריין פארפרוירן צום טויט נאך דער טיטאניק זינקונג איז אויך הארצרייסנד ביז טרערן.
נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2013 11:57 pm
דורך דעת תורה
טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר... טאטע, ווי ביסטו? (דער סדר נאכט ביי משפחת בערדיטשעווסקי).
אהר׳לע, מיין אהר׳לע! (משפחת בערדיטשעווסקי אין פרייליכערע מאמענטן).
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:55 am
דורך DotCom
א פרוי ווייזט פאר א רעפארטער ווי זי האט אלעס פארלוירן ביים לעצטיגן אקלעהאמא טארנעידא, אריינגערעכנט איר באליבט הינטל, ווען אינמיטן באווייזט זיך דאס הינטל לעבעדיגערהייט פון צווישן די ברוכווארג...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OdHagKeo86k[/youtube]...
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:19 pm
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:טאטע לעבן, איך וויל דיך פיר... טאטע, ווי ביסטו? (דער סדר נאכט ביי משפחת בערדיטשעווסקי).
אהר׳לע, מיין אהר׳לע! (משפחת בערדיטשעווסקי אין פרייליכערע מאמענטן).
ילמדינו רבינו. א לינק, אן אוידיאו, א ווידיאו? כ'בין אן עם הארץ. כ'ווייסנישט ווער משפחת בערדיטשעווסקי,איז . כ'שעים מיך. אבער ס'איז א גרעסערע בושה צו בלייבן אן עם הארץ.
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 12:26 pm
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן: און ווען רויזעלע לאזט אויס יאנקל אין וואסער אריין פארפרוירן צום טויט נאך דער טיטאניק זינקונג איז אויך הארצרייסנד ביז טרערן.

כ'האב נישט געוויסט זיי האבען געהייסען רויזעלע מיט יאנקל, יעצט כאפ איך שוין די גאנצע מעשה..
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 11:42 pm
דורך אבגד
ביטע נישט רעדן אין קיין רמזים
איר זעהט אז אפילו א בעל עגלה וויל נישט בלייבן קיין עם הארץ
ע״כ אז איר האט עפעס במחשבה אדער ברענגט גאס ארויס אינגאנצן אדער לאזט עס דארט
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 9:32 am
דורך קאווע טרינקער
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:50 am
דורך berlbalaguleh
ייש"כ קאווע טרינקער פאר ברענגען דעם רירענדן קליפ. פאר מיר איז דאס די בעסטע הארץ מעדיצין. דער ראביי (אדער מר.) פרוינד, פון שבי ישראל טוט זייער אסאך אויף צוריקצוברענגען פארלוירענע אידן צו זייער אפשטאם. ער ארבעט אויך א סאך מיט די אפשטאמיגע פון די אנוסים אין שפאניע און פארטוגאל. זיי מגייר צו זיין און ארגאניזירן פאר זיי שיעורי תורה.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 3:29 am
דורך קאמענטירער
נישטא וואס צו רעדן, איך ליין שוין בוכלעך פאר דעקעדס, און אזא הארץ פילענדיגע ביכעל ווי 'אתהלך' פון הרב אהרן מרגליות האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געליינט!!
בעיקר איין פוינט וואס וועל איך פיקען : ער דערציילט וויאזוי ס'איז אריבער דריי/פיר יאר פון זיין לעבן אין אן אינוואליד אנשטאלט, ער שילדערט פונקטליך וואספארא פראבלעמען ער האט אלץ געהאט (עס לוינט זיך צו ליינען). מיט פופציג יאר שפעטער - שוין שטייענדיג אויף זיינע צוויי פיס - איז ער געגאנגען באזוכען די אנשטאלט, ווען ער איז אנגעקומען דארט האט דער אויפזעער נישט געוואלט גלייבן אז ער איז דארט געווען, ער האט גע'טענה'ט אז נאר שטערבליך קראנקע זענען דארט געווען. הקיצור דערציילט ער, אז ער איז געווען אויפגעשוידערט צו זען אז מענטשען וואס זענען אריינגעפירט געווארן מיט אים אין דעם אנשטאלט זענען נאך דארט געווען!
ליינט וואס ער אליין שרייבט מיט זיין געשליפענעם פעדער: אבער דאס אומגלויבליכע האט זיך באוויזן פאר מיינע אויגן, איך בין געווען שאקירט, ווען כ'האב אנטדעקט צו מיין שרעק אז אויף דעם ארט געפונען זיך ז ע ק ס מענטשען פון מיין תקופה! זעקס מענטשליכע באשעפענישן, ווי איך און אייך, וואס ווערן געהאלטען אויף דעם שרעקליכן ארט נאנט צו זעכציג יאר. איך קען נישט שילדערן די ערשיטערונג וואס האט מיך ארומגענומען, דעם שאק וואס האט מיך אינגאנצען באהערשט. זעכציג יאר?! דא?! אינ׳ם אנשטאלט פאר שווערע אינוואלידן אין סאן-סימון?! ד - א ?! - - -
גלייבטס מיר, די פאראגראף האט מיר צוגענומען אפאר שעה שלאף!
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:50 am
דורך איך אויך
'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:59 am
דורך קאווע טרינקער
אריין אין אתהלך אשכול
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:41 pm
דורך מאראנצןזאפט
און די עגונה'ס יאמערליך געוויין אויף לעיקוואד'ס שטיסל 2 קען אויך קאסטן א טרער.
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:43 pm
דורך קאמענטירער
איך אויך האט געשריבן:'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.
ווער איז דער געדונגענער שרייבער?
און ווי איז די אתהלך אשכול?
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:48 pm
דורך לעמיל
קאמענטירער האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:'ער שרייבט עס נישט אליינס מיט זיין געשליפענעם פעדער' נאר א געדונגענע שרייבער מיט א געשליפענעם פעדער.
און ווי איז די אתהלך אשכול?
viewtopic.php?f=5&t=1090
נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 4:59 pm
דורך איך אויך
משה גוטמאן ,דאכט זיך א שרייבער אינעם המודיע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:32 pm
דורך kitov
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווען [tag]זר זהב[/tag] האט געפראוועט מיין בר מצוה.
איך האב געקייכט פאר געלעכטער.
מען, יו גאט עי טעלענט!
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:31 pm
דורך האלאנד
ווער געדענקט פון פארגאנגענע מיטוואך פרשת פנחס צוויי יאר צוריק. קול מבשר מעלט פינף אזייגער פארטאגס מיר טוען מעלדן מיט צער אז די זיסע לייבי קלעצקי איז מער נישטא אוי אוי אוי....
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:01 am
דורך לעיקוואד
http://www.huffingtonpost.com/linda-rob ... 78971.html[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=P8ntauVWRUY[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 8:38 am
דורך קינות גירושין
[tag]לעקוואד[/tag] איך טראכט אז די ביזט א מיסת ומדיח ער האלט דאך אין איין רעדן פון יאשקע וואס איז דאס?