בלאט 1 פון 1

א גאסט (אין קאנטרי) אויף א ווייל זעהט א מייל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:55 am
דורך שעפטל
אלס אן אינדרויסענדיגער און א גאסט אין די מאונטענס האב איך געזעהן וואס מיינע שוועסטערס און שוועגערענס מאכן מיט דארטן אין די קאנטרי...

טאמער זיצט מען נישט אינדרויסן ביזסטו א סנאב.
    אויב זיצט מען יא אייביג אין די קיפקע איז מען א יענטע...
טאמער רעדסטו פון דיין מאן פרובירסטו צו ווייזן אז כאילו דו האסט אים ליב.
    טאמער רעדסטו נישט ביזסטו א קאלטע ברי' אן קיין פילינגס..
טאמער שפענדסטו געלט אויף דיינע קינדערס קליידער ביזסטו א 'הענג און ברענג' טיפ, א רחמנות אויף דיין מאן.
    טאמער שפענדסטו נישט ביזסטו נישט בעל בעתיש, האסט נישט קיין טעיסט...
טאמער רעדסטו הויעך ביים סירקול, זיכסטו אטענטשאן.
    טאמער רעדסטו נישט, ביזסטו א מענטש אן סעלף קאנפידענס.
טאמער ביזסטו אויף דייעט, איז עס ווייל דו ביזסט אנערעקסיק.
    טאמער ביזסטו נישט אויף דייעט, ביזסטו א פרעסער, קענסט זיך נישט קאנטרעלירן?
גייסטו מיט א טורבאן, ביזסטו א שלאך, א נעבעך.
    גייסטו מיט א באדענע ביזסטו א 'וואנע-בי' פענצי.
גייסטו שפאצירן שבת נאכמיטאג מיט דיין מאן, ווילסטו ווייזן פאר די קאנטרי.
    גייסטו נישט, ווייל דו שעמסט דיך עפעס מיט דיין מאן.
אויב זענען דיינע קינדער ברעטס-קינדעריש, קענסטו נישט געהעריג מחנך זיין דיינע קינדער.
    זענען זיי נישט, פארוואס פארלאנגסטו אזוי סאך פון דיין קינד? לאז אים ענדזשויען די קינדערישע יארן..
אויב זענען דיינע קינדער שטילע און נעמען געהעריג א טייל אין אלע אקטיוויטיס, איז עס ווייל דו ביזסט זייער שטרענג מיט זיי און זיי האבן זירא סעלף עסטים.
    זענען זיי לעבעדיג, איז עס ווייל זיי מיזן זיך אויסגעבן ווייל זיי באקומען גארנישט אינדערהיים.
טאמער קומט זיין בחור אהיים אויף שבת שוין דאנערשטאג, איז עס ווייל ער האט נישט קיין נערווען צו לערנען.. פארוואס קען ער נישט בלייבן אין קעמפ ביז פרייטאג?
    קומט ער אהיים פרייטאג פארן זמן, פארוואס קענסטו נישט באשטיין ער זאל זיך אביסעלע אויסגעבן און אויסליפטערן? פארברענג אביסל מיט אים.
שנודערט דער מאן אין שוהל, איז ער א אויפשניידער.
    שנודערט ער נישט, איז ער סתם א קארגע חזיר.
שיקט מען ס'קליינע קינד אין דעי קעמפ, האסטו נישט קיין טראפ נערווען צו דיינע קינדער.
    שיקט מען נישט, מיינסט טאקע אז דארט ליגט די הינט באגראבן? דארטן שפארסטו? 
מאכסטו פיצא ברויט פאר סאפער, נעבעך פלעין נישט קיין באלעבוסטע..
    מאכסטו א פול מיעל, אפשר שטאפסטו נישט אן דיינע קינדער? 
לייגט זי מעיק-אפ דאנערשטאג ווען איר מאן קומט, וועם נערסטו? ס'איז נישט פאר דיין מאן.. ס'איז פאר דיין פרענדס מאן..
    לייגט זי נישט, וואס פארלאנגסטו פון דיין מאן? אודאי וועט ער זיכן אנדערע גליקן.. טוה דיך אן נארמאל...

בקיצור אזוי גייען די שמועסן פון איין קיפקע צום צווייטן... 

(מער ווייניגער איבערגעטייטשט פון די ענגלישע...)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:19 pm
דורך משה געציל
:like

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:38 pm
דורך sour pickle
יא יא :like

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:43 pm
דורך געפילטע פיש
שעפטל האט געשריבן:(מער ווייניגער איבערגעטייטשט פון די ענגלישע...)

לינק?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:44 pm
דורך שעפטל
וואצעפ.קאם

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 3:44 am
דורך טעפל
ס'איז בעסער פון גוט!! און נאך אמת אויך..

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 9:46 am
דורך לבי במזרח
פוי!

לידיעתך, סיז נישט איבעראל אזוי, דארט ווי איך בין יעצט איז בכלל נישט דעיס די קעיס. איך בין שוין געווען אין קאלאני׳ס וואס האבן געהאט חלקים פון די סימפטאם׳ס, (די פעשאן אישוס אין די מער סאטמאר/וויליאמסבורג געשטימטע פלעצער און די מענער-ווייבער אישוס אין די מער בארא פארק/בעבי/פענצי/שטאדי יוגעלייט קאלאני׳ס) אבער אך און וויי טאמער איז איינער אין א קאלאני וואס עס גייט טאקע פאר די אלע אויבן דערמאנטע זאכן. דאס ברענגט ארויס די אגלי פארטס פון אונזער קאמיוניטי אויף גאר א שטארקן אופן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 18, 2013 12:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
גיי איך ארום אהן היט און רעקל, בין איך א בם.
גיי איך מיט די יונעפארם, בין איך א חניוק.

זעהט מען די רבינו תם'ס ביים גיין שווימען, בין איך א פארצייטישער.
זעהט מען באקסערס, מסתמא בין איך פון בארא פארק אדער גאר פלעטבוש.

קום איך ארויס אויך אינמיטן וואך, בין איך א בעל תאוה.
קום איך צו לויפן פרייטאג, שפעט, מסתמא האבן זיי שלום בית פראבלעמען.

לעק איך די אייזקרים מיטן גלאטן צינג, בין איך באלד א גוי.
עס איך נישט בכלל, אזא פרומאק בעל גאוה.

שטופ איך די קינדער שבת אויפן סווינג מיט אנדערע פרויען ארום, ווי איז זיין יראת שמים.
לאז איך דיי ווייב שטופען, די פעפיר איז ערשט ארויסגעקומען, און ער פאפט שוין ווייטער.