בלאט 1 פון 2
יוני הייקינד רופט דוד גרינפעלד "שרעקליך, געפערליך און שלעכט"
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:03 pm
דורך שעפטל
אין ליכט פון אן אלטן אינערליכע געפעכט, יוני הייקינד, זון פונעם בארא פארקן אסעמבלימאן דוב הייקינד איז ארויסגעקומען שארף קעגן דוד גרינפעלד!

- Yoni Hikind Calls Greenfield “Horrible, Dangerous and Evil.jpg (162.77 KiB) געזען געווארן 3726 מאל
Also, though I dont have any illusions that he will lose, I beg all of my friends who live in the 44th council district to not vote for the horrible/ dangerous/ evil person that is David Greenfield. I am fully aware that we are a few days from Yom kippur and anyone who knows me, I hope knows and trusts that i dont take that lightly. As a matter of fact, it pains me greatly. If I speak this way it is because I have been forced to by the terrible acts and deeds of this man who only wants to hurt and intimidate and he must eventually be stopped. Cant stay silent in the face of evil! More will be done in the future to stop him ( believe me) If it was up to me, I would have ran against him this year and gave him a serious race to deal with. For now though, the least you can do is cast a vote for Jacob Flusberg
יוני האט דאס למעשה אראפגענומען פון זיין פעיסבוק פעידזש.
הייקינד מיט גרינפעלד האבן אן אלטן פייט, וואס ס'איז נישט די צייט יעצט אריינצוגיין אין אלע פרטים, יעצט אין די איצטיגע וואלן איז די שטערקסטע געפעכט אין די דיסטריקט אטוירני וואלן, ווי גרינפעלד לויפט ארום -אפילו היינט- און קאמפיינט פאר טשארלס דזשאו היינס, און דוב הייקינד קאמפיינט פאר קען טאמפסאן.
גרינפעלד, האט אפיציעל אויך היינט זיינע פריימעריס, אבער אן קיין ערענסטע קעגנער. זיין קעגנער יעקב פלוסבערג האט ממש נישט קיין טשאנס צו געווינען

- Jacob Flusberg.jpg (64.09 KiB) געזען געווארן 3726 מאל
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:53 am
דורך הערשי
שיין פון דיר צו פארגלעטן זיינע אויסלייג גרייזן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:56 am
דורך רויטע וואנצעס
שעפטל, מ'דארף עפענען אן אשכול איבער די מחלוקת פון דוד ודוב.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:57 am
דורך שעפטל
הערשי האט געשריבן:שיין פון דיר צו פארגלעטן זיינע אויסלייג גרייזן.
???
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:59 am
דורך שעפטל
און אז דער אשכול איז טאקע צוריק אויבן, דארף מען טאקע מעלדן אז גרינפעלד האט היינט געווינען 90.6% (6007 וואוטס) קעגן 9.4% (626 שטימען)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:01 am
דורך הערשי
שעפטל האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:שיין פון דיר צו פארגלעטן זיינע אויסלייג גרייזן.
???
In the original "loose". In your transcription corrected to "lose". V'doik
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:05 am
דורך שעפטל
אה, סך הכל גע'קאפיט פון א זייטל....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:36 am
דורך רויטע וואנצעס
ער שימפט שוין ווייטער:
Yoni Hikind on facebook
Tough night for Dov Gordon/David Greenfield. (same person) Quinn, Hynes, Gonzalez, Scavo, Lopez all got trounced. No matter how hard you try, in all your demented ways to spin it ; the fact remains David/Dov... You lost big time tonight!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:11 am
דורך שעפטל
ס'איז אביסל נאריש פון זיין זייט צו רעדן אז גרינפעלד האט פארלוירן, איבער לאפעז, גאנזאליס און סקעווא ווייסעך נישט, קווין האט ער קלאר פארלוירן, (און ער ווייסט דאס שוין א שטיק צייט...) אבער היינס אליינס דארטן וועט פערצופאל יא גרינפעלד פייערן א שטיקל זיג, לויט ווי איך הער האט היינס זייער זייער שטארק אנגעצויגן אין בארא פארק אין פלעטבוש דארטן ווי גרינפעלד האט קאמפיינט טעגליך סיי ביי די רבנים, סיי עסקנים און סיי ציווילע וויילער. היינס האט טאקע פארלוירן, אבער גרינפעלד קען ווייזן אז ער דייקא פארטרעט די אידישע קאמיוניטי און נישט זיין פאטער הייקינד.
(אזוי ווי אייביג האבן ביידע געווינען...)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:22 am
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:שיין פון דיר צו פארגלעטן זיינע אויסלייג גרייזן.
???
קוק וויאזוי יוני האט געשריבן "לוז" אויף זיין פעיסבוק פעידזש, און וויאזוי שעפטל האט עס איבערגעשריבן. ס'נאר א חידוש. יוני הייקינד הייסט דאך אן אינטעליגענטער בחור. אפילו ער שרייבט אום-פארמאל אויף פעיסבוק, אבער אזא גרייז אין ספעללינג פאסט נישט פאר איהם. סוכ"ס איז ער נישט עפעס א פארחניוק'טער בחור פון ווילי אדער מאנסי.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:42 am
דורך נצבד
סיי גרינפעלד און סיי הייקינד, ברענגען אינז נישט קיין כבוד, מיט זייער ווילדע און אומ-אחריות'דיגע סטעיטמענטס, איך וואונדער זיך שוין יארען וויזוי די אנשטענדיגע וויילער דארטען פארנעמען דאס?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:44 am
דורך נצבד
סיי גרינפעלד און סיי הייקינד, ברענגען אינז נישט קיין כבוד, מיט זייער ווילדע און אומ-אחריות'דיגע סטעיטמענטס, איך וואונדער זיך שוין יארען וויזוי די אנשטענדיגע וויילער דארטען פארנעמען דאס?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:14 am
דורך סאשי פיש
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:15 am
דורך סאשי פיש
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:26 am
דורך רויטע וואנצעס
נצבד האט געשריבן:סיי גרינפעלד און סיי הייקינד, ברענגען אינז נישט קיין כבוד, מיט זייער ווילדע און אומ-אחריות'דיגע סטעיטמענטס, איך וואונדער זיך שוין יארען וויזוי די אנשטענדיגע וויילער דארטען פארנעמען דאס?
א נארמאלע מענטש ווערט נישט א פאליטישן, ס'איז א געוויסע מין טיפ אדער א מין מחלה. מ'דארף זיין א ליגענער, א חנפן, א הענט דרייער, האבן א תאות שררה, און א מושחת דורך אויס אראפצודריקען די קאמפעטישן. דאס וואס די זעסט אמאל וואוילע פאליטישאנס איז פשוט ווייל זיי מאכן עס גאר גוט, זיי האבן בנוסף צו די דערמאנטע סקילס אויך די סקיל צו עקטען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:46 am
דורך shlomyg
heavy fight on twitter
happening now
יוני הייקינד רופט דוד גרינפעלד "שרעקליך, געפערליך און שלעכט"
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 7:59 pm
דורך שעפטל
א פרישן אויסבראך איבער דעם ארטיקל וואס איך האב איבערגעזעצט
דא

- IMG_00000597.png (181.68 KiB) געזען געווארן 3124 מאל
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
איך נעם ארויס איין גוטע זאך פון דעם גאנצן געשעפט. יוני הייקינד שרייבט נאכאלס ענגליש ווי א היימישער. ב"ה ער איז נישט אדורכגעווייקט מיט די גוי'אישע קולטור. ר'האט היינט געמאכט א "ספעללינג מיסטעיק" וואס ווייזט אז ר'איז א ישיבה בחור.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:58 pm
דורך קלונימוס קלמן
berlbalaguleh האט געשריבן:איך נעם ארויס איין גוטע זאך פון דעם גאנצן געשעפט. יוני הייקינד שרייבט נאכאלס ענגליש ווי א היימישער. ב"ה ער איז נישט אדורכגעווייקט מיט די גוי'אישע קולטור. ר'האט היינט געמאכט א "ספעללינג מיסטעיק" וואס ווייזט אז ר'איז א ישיבה בחור.

דענק מיר נאך ווי דער אלגעמיינער האט נביאות געזאגט אויף יוני אז ער וועט זיין דער ערשטער אידישער פרעזידענט....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:49 am
דורך berlbalaguleh
זיין טאטע האט מסתמא אריינגעשיקט א פיינעם טשעק צום אלגעמיינער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:30 am
דורך הדד בן בדד
קלונימוס קלמן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:איך נעם ארויס איין גוטע זאך פון דעם גאנצן געשעפט. יוני הייקינד שרייבט נאכאלס ענגליש ווי א היימישער. ב"ה ער איז נישט אדורכגעווייקט מיט די גוי'אישע קולטור. ר'האט היינט געמאכט א "ספעללינג מיסטעיק" וואס ווייזט אז ר'איז א ישיבה בחור.

דענק מיר נאך ווי דער אלגעמיינער האט נביאות געזאגט אויף יוני אז ער וועט זיין דער ערשטער אידישער פרעזידענט....
זאל אונז דער אויבערשטער באהיטן פון אלדאס בייז. איך האף נאר אז דער נביאות איז אזוי גילטיג ווי דער געמיינער אליינס...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 8:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב ערהאלטן א אימעיל מיט א בראשור עטטעטשד, מלא שנאה אנטקעגן גרינפעלד, אויפווייזענדיג אז ער האט גארנישט אויפגעטון פארן היימישן ציבור, זילטש! נאר ארגער געמאכט אלעס, ווי וואוטשערס און נאך.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 8:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב עס אויך באקומען. קוק עס אן ווי פשוטע קאמפיין ליטלאטור, ווייל דאס איז וואס עס איז. איינער לויפט קעגן דוד אין נאוועמבער.