בלאט 1 פון 4

ברעיקינג: נייע 'גפן' מיליכיגע פראדוקטן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:49 am
דורך שעפטל
צום נייעם יאר, האט 'גפן' געמאלדן אז זיי קומען ארויס אין די נאנטע וואכן מיט א פולע ליין פון מיליכיגע פראדוקטן, מיטן השגחה פונעם לאנג יעריגן 'מהדרין' בעל מכשיר, הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.

די גראסערייען זענען שוין געמאלדן געווארן מצד גפן צו מאכן פלאץ פאר זייערע פראדוקטן אין די פרידזשעדערס.

מיט גפן'ס נייע ליין וועלן זיי מסתמה ווערן די גרעסטע אידישע עסן דיסטריבוטערס,זייענדיג (שותפים?) מיט קדם, וואס איז ס'גרעסטע אין וויין, אזוי אויך האט קדם געוויסע פראדוקטן וואס מאנעשעוויץ האט... ווי מצות, געפילטע פיש אין די דזשאר... גפן אונטער 'קענאווער מארקעטינג' אליינס האט ממש אלעס חוץ דעם... סיי אלעס וואס 'הדר' האט (דארטן מיין איך האט זיך אנגעהויבן די געפעכט און רייץ ביי קדם..) און סיי און די בעיקינג און ספייסעס מארקעט.

וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?
איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:53 am
דורך סאשי פיש
זיי גייען פארקויפען מילך אויך?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:56 am
דורך שעפטל
ווי איך הער איז עס נאר אין די 'מהדרין' ליין, וואס האט נישט קיין מילך.

כ'גלייב שווער אז ס'דא פלאץ אין די גאלדן פלאו - דבש ליין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:34 am
דורך חזקיהו המלך
שעפטל האט געשריבן:וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?


כ'גלייב נישט אז די פרייזען גייען פאלען, דעי חברה זענע דא צי מאכען געלט, נישט צי האקען די פרייזען,

כ'ווינדער מיר פארוואס זיי זענען אריין אין די מילכיגס ליין, האבען זיי שויןם געהאט עפעס א פאליטיק מיט די היימישע מילכיגע קאמפאניס ?, ווייל דאס דאס קען ברענגען אז די מילכיגע קאמפאניס זאלען אריין אין די אלגעמיינע פראדוקטען ליין,

עפעס דערמאן איך זיך, כ'האף ס'איז אקוראט, אז ווען הדר איז ארויס געקומען מיט וויין האט קדם קעגען דעם געפענט גפן אלץ א קאמפעטישען פאר הדר, למעשה איז גפן אויסגעוואקסען גרויס אין פין הדר וויין מיין איך איז גארנישט געווארען,

יעצט האט קדם באשלאסען צי אריין אין די מילכיגס מארקעט, נו, עמער זעהן צי די מילכיגס קאמפאניס וועלען עפעס טוהן צי אריין גיין אין קדם'ס אדער גפן'ס טראדיציאנאלע מארקעט'ס,

שעפטל האט געשריבן:איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?


א מאנאפאל איז קיינמאל נישט גוט, אין כ'גלייב נישט אז ס'זאל טאקע קומען דערצי, ס'דאך דא נאך קאמפאניס, אין זיי האבען נישט אין פלאן צי אינטערגיין, אין ס'קען יעדען טאג אויפקומען נייע,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:07 am
דורך קאווע טרינקער
איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:33 am
דורך קאמענטירער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

דערווייל איז דאך דא מילעכיגס נאר פון מהדרין מילא אויב דו ווילסט אז א צווייטער זאל אויך מאכען געלט מיין איך אז דו זאלסט קויפען פון ביידע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:42 am
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

איך גיי בלי נדר קויפן ווער ס'איז ביליגער

מילכיגס פרייזן איז היינט א הימל געשריי, א פונט מילכיגס קאסט שוין מיין איך מער ווי א פונט פלייש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:50 am
דורך קרעקער
סאיז שוין דא אויסער מהדרין מיליכיגס אויכ אנדערע קאמפעניס
די פאליטיק איז אז מהדרין האט ארויסגעטראסקעט דעם וואלווער רב און גענימען די מאגרעבער רב, איז דער וואלווער וואס איז א נוקם ונוטר געגאנגען אנדרייען גפן ביי וועם ער געט די הכשר אריינציגיין אין מיליכיגס אינטערטצוהאקען מהדרין
איך האף פרייזען וועלען אראפגיין
איך וועל קויפען די ביליגערע

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:31 am
דורך נצבד
ווער עס קען די היסטארי פון קדם/גפן,(ברויך ווען האבען אן אשכול פון דא ביז קאנארסי) קויפט קיינמאל נישט זייערע פראדוקטען.

וכן אני נוהג, ובשעת הדחק יש אומרים שמותר בדיעבד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:39 am
דורך קלונימוס קלמן
שעפטל האט געשריבן:צום נייעם יאר, האט 'גפן' געמאלדן אז זיי קומען ארויס אין די נאנטע וואכן מיט א פולע ליין פון מיליכיגע פראדוקטן, מיטן השגחה פונעם לאנג יעריגן 'מהדרין' בעל מכשיר, הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.

די גראסערייען זענען שוין געמאלדן געווארן מצד גפן צו מאכן פלאץ פאר זייערע פראדוקטן אין די פרידזשעדערס.

מיט גפן'ס נייע ליין וועלן זיי מסתמה ווערן די גרעסטע אידישע עסן דיסטריבוטערס,זייענדיג (שותפים?) מיט קדם, וואס איז ס'גרעסטע אין וויין, אזוי אויך האט קדם געוויסע פראדוקטן וואס מאנעשעוויץ האט... ווי מצות, געפילטע פיש אין די דזשאר... גפן אונטער 'קענאווער מארקעטינג' אליינס האט ממש אלעס חוץ דעם... סיי אלעס וואס 'הדר' האט (דארטן מיין איך האט זיך אנגעהויבן די געפעכט און רייץ ביי קדם..) און סיי און די בעיקינג און ספייסעס מארקעט.

וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?
איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?


דאס איז א שמועה פון עטליכע יאר שוין. איר זענט זיכער אז יצט איז עס קראנט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:39 am
דורך [NAMELESS]
ווי דערמאנט, איז די דראמע דא נישט בלויז צווישן מהדרין און גפן, נאר מאחורי הפרגוד אין די השגחה ביזנעס.
די השגחה ביזנעס דרייט מיליאנען און פארמאגט מאכט און כבוד, און מענטשן האלטן ווייניג מיט. עס איז א שמוציגע ביזנעס מיט קאנקורענץ און מאנעוורעס וויאזוי צו אינקויפן א גוטע נאמן, ספינען די נייעס לטובה און באקומען גרויסע אקאונטס.
דא מיט גפן גייט פאר אזוי:
דער וואלאווער איז פון די גאר שוואכסטע פירות וואס דער עולם הרבנות האט אמאל ארויסגעגעבן, דער דאזיגער תכשיט ווייסט נישט ווויאזוי צו מאכן א מוציא אויף רעטעך, זיין חכמה איז ווייט נישט בוקע שחקים, און נוקם ונוטר איז ער יא ווי א תלמיד חכם הנוקם ונוטר כנחש. די סיבה פארוואס ער איז א אויטאריטעט אין כשרות,איז איז בלויז ווייל דער עם חכם ונבון טאנצט מה יפית פאר די סאטמארער עסטאבלישמענט און סאטמאר האט געקרוינט דעם טאטן פון די אחים הקדושים מוואלאווע ונירבאטור אלס די פאן טראגער פון כשרות און טראץ וואס זיי טויגן אויף כפרות, און זענען בכלל נישט די אידעאלסטע מענטשן צום טיש אויף צו טרונקען מיט זיי א גלעזל וואסער, ברענגט יעדע קינד אהיים א צעטיל פון די מוסדות וואס טיילן אונז איין יעדע טריט אין לעבן, אז מען מעג עסן בלויז וואלאווע און באטור. גיי ברעך קאפ פארוואס.

אלזא, דער וואלאווער האט געהאט א משגיח, הרב יהושע כץ, וועלכער איז א תמימות'דיגער און נעמט די כשרות אסאך ערנסטער ווי זיין בעל בית, און ער האט א חוש דערצו, ער איז א מומחה אין תולעים און לעבט און אטעמט מיט כשרות. נאך אסאך יארן אונטערדרוקונג און שעבוד צו א שווערן בעל הבית, א כעסן און נוקם ונוטר, האט רבי יהושע כץ, שוין אינצווישן אלס "מאגרובער רב" זיך אויסגעלייזט און אליין געווארן א בעל מכשיר, און עס איז אים געלונגען אז מהדרין האט געשלאגן כפרות מיטן וואלאווער און גענומען ר' יהושע כץ.
דער וואלאווער פארארבעט וועלטן און יעצט געלונגט אים צו נוקם זיין אין מהדרין און אין ר' יושע כץ, דורך מאכן אז דער עסן מאנאפאל וואס שלונגט יעדן איין ווי א מאונסטער, זאל אויך אייננעמען די מילכיגס.

נאך א דראמע גייט דא פאר לדעתי, אז גפן-קדם, וואס האט די השגחה פון צעלימער רב (א חידוש אין עולם הכשרות, א איידלקייט פון א מענטש) אויף די וויינען, גייט ארבעטן קעגן מהדרין-דזשעי דזשעי וואס האט אויך דעם צעלימער רב. אינטרסאנט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:24 am
דורך חכם באשי
קופערניקוס האט געשריבן:
אלזא, דער וואלאווער האט געהאט א משגיח, הרב יהושע כץ, וועלכער איז א תמימות'דיגער און נעמט די כשרות אסאך ערנסטער ווי זיין בעל בית, און ער האט א חוש דערצו, ער איז א מומחה אין תולעים און לעבט און אטעמט מיט כשרות. נאך אסאך יארן אונטערדרוקונג און שעבוד צו א שווערן בעל הבית, א כעסן און נוקם ונוטר, האט רבי יהושע כץ, שוין אינצווישן אלס "מאגרובער רב" זיך אויסגעלייזט און אליין געווארן א בעל מכשיר

בקיצור, די איצטיגע מחלוקת איז נאר צוליב איין איינציגע סיבה: דער וואלאווער האט נישט געהאט קיין שכל צו שרייבן א Non-Compete עגרימענט מיט זיינע ארבעטארערס. ס'קומט זיך איהם. היינטיגע טעג, דארף יעדע בעל בית זיך פראטעקטן געהעריג. (איך פלאן אי"ה צו שרייבן א לענגערע ארטיקל אויף דעם נושא, אי"ה).

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:38 am
דורך איחוד פעלד
ווער גיט היינט דער הכשר אויף קארנס בעקעריי?

נישט לאנג צוריק איז געוועהן א גאנצע קאקאלאטשא ווען א בעל מכשיר האט נישט סובל געוועהן צו ווערען געווארפען פין קארנס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:13 pm
דורך קאמענטירער
קופערניקוס האט געשריבן:ווי דערמאנט, איז די דראמע דא נישט בלויז צווישן מהדרין און גפן, נאר מאחורי הפרגוד אין די השגחה ביזנעס.
די השגחה ביזנעס דרייט מיליאנען און פארמאגט מאכט און כבוד, און מענטשן האלטן ווייניג מיט. עס איז א שמוציגע ביזנעס מיט קאנקורענץ און מאנעוורעס וויאזוי צו אינקויפן א גוטע נאמן, ספינען די נייעס לטובה און באקומען גרויסע אקאונטס.
דא מיט גפן גייט פאר אזוי:
דער וואלאווער איז פון די גאר שוואכסטע פירות וואס דער עולם הרבנות האט אמאל ארויסגעגעבן, דער דאזיגער תכשיט ווייסט נישט ווויאזוי צו מאכן א מוציא אויף רעטעך, זיין חכמה איז ווייט נישט בוקע שחקים, און נוקם ונוטר איז ער יא ווי א תלמיד חכם הנוקם ונוטר כנחש. די סיבה פארוואס ער איז א אויטאריטעט אין כשרות,איז איז בלויז ווייל דער עם חכם ונבון טאנצט מה יפית פאר די סאטמארער עסטאבלישמענט און סאטמאר האט געקרוינט דעם טאטן פון די אחים הקדושים מוואלאווע ונירבאטור אלס די פאן טראגער פון כשרות און טראץ וואס זיי טויגן אויף כפרות, און זענען בכלל נישט די אידעאלסטע מענטשן צום טיש אויף צו טרונקען מיט זיי א גלעזל וואסער, ברענגט יעדע קינד אהיים א צעטיל פון די מוסדות וואס טיילן אונז איין יעדע טריט אין לעבן, אז מען מעג עסן בלויז וואלאווע און באטור. גיי ברעך קאפ פארוואס.

אלזא, דער וואלאווער האט געהאט א משגיח, הרב יהושע כץ, וועלכער איז א תמימות'דיגער און נעמט די כשרות אסאך ערנסטער ווי זיין בעל בית, און ער האט א חוש דערצו, ער איז א מומחה אין תולעים און לעבט און אטעמט מיט כשרות. נאך אסאך יארן אונטערדרוקונג און שעבוד צו א שווערן בעל הבית, א כעסן און נוקם ונוטר, האט רבי יהושע כץ, שוין אינצווישן אלס "מאגרובער רב" זיך אויסגעלייזט און אליין געווארן א בעל מכשיר, און עס איז אים געלונגען אז מהדרין האט געשלאגן כפרות מיטן וואלאווער און גענומען ר' יהושע כץ.
דער וואלאווער פארארבעט וועלטן און יעצט געלונגט אים צו נוקם זיין אין מהדרין און אין ר' יושע כץ, דורך מאכן אז דער עסן מאנאפאל וואס שלונגט יעדן איין ווי א מאונסטער, זאל אויך אייננעמען די מילכיגס.

נאך א דראמע גייט דא פאר לדעתי, אז גפן-קדם, וואס האט די השגחה פון צעלימער רב (א חידוש אין עולם הכשרות, א איידלקייט פון א מענטש) אויף די וויינען, גייט ארבעטן קעגן מהדרין-דזשעי דזשעי וואס האט אויך דעם צעלימער רב. אינטרסאנט.

כווייס נישט ווי קראנט די לשון הרע און רכילות וכו׳ איז אבער דאס אלעס פארענטפערט נישט ר׳יושע׳נען וואס ער האט אליין געטענה׳ט אז אויב איינער געבט א הכשר - נאכדעם וואס די בעלי בתים האבן געווארפען די פריעדיגע בעל מכשיר צוליב א סוכסוך - ברענגט ער אונטער די עולם הכשרות (עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס)ת

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:16 pm
דורך איחוד פעלד
איך בין נישט קלאר אין די פאקטען, אבער אפילא אליבא דר' יהושע מעג א פירמע טוישען א בעל מכשיר, ס'איז נאר אז טאמער איז געוועהן א סכסוך צווישען א בעל מכשיר און א פירמע, ווי דער פירמע וויל זיך נישט צושטעלען צו דער חומרות פין דער בעל מכשיר, דעמאלס איז אן עוולה איבערצונעמען א הכשר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:27 pm
דורך ידיד
c/p Mehadrin coming out with full line ketchup/mayonnaise/tuna etc. יעצט באקומען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:05 pm
דורך פיינע קאווע
לעבן זאל דער קאמפעטישאן. אויב פרייזען וועלן אראפגיין האט זיך אלעס געלוינט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:18 pm
דורך שרייבער
קופערניקוס האט געשריבן:ווי דערמאנט, איז די דראמע דא נישט בלויז צווישן מהדרין און גפן, נאר מאחורי הפרגוד אין די השגחה ביזנעס.
די השגחה ביזנעס דרייט מיליאנען און פארמאגט מאכט און כבוד, און מענטשן האלטן ווייניג מיט. עס איז א שמוציגע ביזנעס מיט קאנקורענץ און מאנעוורעס וויאזוי צו אינקויפן א גוטע נאמן, ספינען די נייעס לטובה און באקומען גרויסע אקאונטס.
דא מיט גפן גייט פאר אזוי:
דער וואלאווער איז פון די גאר שוואכסטע פירות וואס דער עולם הרבנות האט אמאל ארויסגעגעבן, דער דאזיגער תכשיט ווייסט נישט ווויאזוי צו מאכן א מוציא אויף רעטעך, זיין חכמה איז ווייט נישט בוקע שחקים, און נוקם ונוטר איז ער יא ווי א תלמיד חכם הנוקם ונוטר כנחש. די סיבה פארוואס ער איז א אויטאריטעט אין כשרות,איז איז בלויז ווייל דער עם חכם ונבון טאנצט מה יפית פאר די סאטמארער עסטאבלישמענט און סאטמאר האט געקרוינט דעם טאטן פון די אחים הקדושים מוואלאווע ונירבאטור אלס די פאן טראגער פון כשרות און טראץ וואס זיי טויגן אויף כפרות, און זענען בכלל נישט די אידעאלסטע מענטשן צום טיש אויף צו טרונקען מיט זיי א גלעזל וואסער, ברענגט יעדע קינד אהיים א צעטיל פון די מוסדות וואס טיילן אונז איין יעדע טריט אין לעבן, אז מען מעג עסן בלויז וואלאווע און באטור. גיי ברעך קאפ פארוואס.

אלזא, דער וואלאווער האט געהאט א משגיח, הרב יהושע כץ, וועלכער איז א תמימות'דיגער און נעמט די כשרות אסאך ערנסטער ווי זיין בעל בית, און ער האט א חוש דערצו, ער איז א מומחה אין תולעים און לעבט און אטעמט מיט כשרות. נאך אסאך יארן אונטערדרוקונג און שעבוד צו א שווערן בעל הבית, א כעסן און נוקם ונוטר, האט רבי יהושע כץ, שוין אינצווישן אלס "מאגרובער רב" זיך אויסגעלייזט און אליין געווארן א בעל מכשיר, און עס איז אים געלונגען אז מהדרין האט געשלאגן כפרות מיטן וואלאווער און גענומען ר' יהושע כץ.
דער וואלאווער פארארבעט וועלטן און יעצט געלונגט אים צו נוקם זיין אין מהדרין און אין ר' יושע כץ, דורך מאכן אז דער עסן מאנאפאל וואס שלונגט יעדן איין ווי א מאונסטער, זאל אויך אייננעמען די מילכיגס.

נאך א דראמע גייט דא פאר לדעתי, אז גפן-קדם, וואס האט די השגחה פון צעלימער רב (א חידוש אין עולם הכשרות, א איידלקייט פון א מענטש) אויף די וויינען, גייט ארבעטן קעגן מהדרין-דזשעי דזשעי וואס האט אויך דעם צעלימער רב. אינטרסאנט.

דו האסט לכאורה עפעס קעגן סאטמאר, אדער א פריוואטע אגענדע קעגן וואלאווע
אנדערע שרייבן די זעלבע אויף התאחדות, און אנדערע אויף ווייסמאנדל, בקיצור ס'האט נישט מיט כשרות, ס'האט מיט וויפיל איך האלט פון יענעם רב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:31 pm
דורך חזקיהו המלך
חכם באשי האט געשריבן:בקיצור, די איצטיגע מחלוקת איז נאר צוליב איין איינציגע סיבה: דער וואלאווער האט נישט געהאט קיין שכל צו שרייבן א Non-Compete עגרימענט מיט זיינע ארבעטארערס. ס'קומט זיך איהם. היינטיגע טעג, דארף יעדע בעל בית זיך פראטעקטן געהעריג. (איך פלאן אי"ה צו שרייבן א לענגערע ארטיקל אויף דעם נושא, אי"ה).


א נייע מעשה..... אזוי ארבעט די וועלט, יעדער קען קאמפיטען, א געוואלד מיט מענטשען וואס עפענען ביזנעסער האבען פארדעם געהאט עקפיריענס אין יענעם פעלד,

קיינער טאר שוין נישט עפענען קיין ביזנעס ??,

דער וואלאווער האט מסתם אויך פארדעם געארבעט ביי א צווייטען.....

א חוץ פין דעם קען מען אזא עגרימענט גרינג אויסשפילען, מען עפענט עס דורעך א צווייטען אין מען ארבעט קלאמפיש ביי יענעם, פארשטייסט.....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:34 pm
דורך קינות גירושין
איך דא געבן מיין אפיצעלע ישר כח פאר די צוויי חשובע אידען ר וועלאווע און ר יושע כץ, זיי פארארבעטן מעשים אז עסן זאל זיין ביליגער פאר כלל ישראל ״אשרי חלקכם״ כמוכם ירבו בישראל!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:50 pm
דורך חזקיהו המלך
און טאמער דער וואלאווער איז אונטערן טיש א שותף, וואס ס'זייער שכל'דיג צי טראכטען אז ס'איז אזוי, דאן זאל ער מוחל זיין אין נעמען דעם מאגרובער פאר א השגחה, סארי אבער מען קען זיך נישט געבען אליינס א השגחה,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:23 pm
דורך קאווע טרינקער
א שאלה מענין לענין.
דו שטייסט אין גראסערי, דו זעהסט קענ'ד פיינ-עפל / סרינג-ביענס פון צוויי/דריי קאמפאניס. למשל, ליבער'ס, גפן (אזא נארישע נאמען, אגב), הדר און אונגער'ס.
אויף די שעלפ איז א סטיקער, וואס זאגט די פרייז.
למשל:
געפען: $3.19
אונגער'ס: $3.09
ליבער'ס: $2.99

מיין שאלה איז, מיט וואספארא רעכט האט איר צו קויפן די טייערע? סתם ארויסווארפן 20 סענט?
ווען ס'קומט צו מאני-מיטער, לייגסטו אריין די מינומים, כדי חלילה נישט ארומ'ער ווערן מיט א קוואדער.
וואסי פשט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:29 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב באמערקט לעצטענס ווי די דריי אפיטייזינג קאמפאטישינס, טוב טעם, גאלדן טעסט, פלאמס/סאני זשאנס, שפרינגן זיך נאך ממש יעדע וואך זה מוריד והכל מורידים, זה עולה והכל עולים. אזו ווי קינדער אויף א רייד.