בלאט 1 פון 4
מ'האט פארשוויגן 'גריל אן ליע', וועט מען מוזן 'עסן' די פירות
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:48 am
דורך נולד מאוחר
רבותי די עסקנים זענען פארנומען מיט וויכטיגע מערכות כהאב מורא זיי פארזען א גאנץ ערענסטע פירצה.
ווער עס שפירט אז ער קען עפעס אויפטאן האט אן אחריות , לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר.
אלימפיק פיטא עפענט אין וויליאמסבורג
כגלייב שווער אז ער גייט מאכן עקסטערע מענער שעות פרויען שעות.
ווער רעדט נאך פין אינפארסען התאחדת דרעס קאד
קיין גיטס קען אין וועט נישט פין דעם ארויסקומען
בקרוב וועל איך שרייבן די בעלי בתים פאן נאמבער, אז מזאל זיי שיין בעטן.....
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 8:12 am
דורך שרייבער
מה זאת?
נשלח: מיטוואך אפריל 25, 2012 10:35 am
דורך קאווע טרינקער
שמעו נא אחי ורעי:
ס'וועט נאך קומען אסאך סופרייזעס פאר ענק אין וויליאמסבורג. די איינציגסטע וועג וויאזוי צוריק צו האלטן אייערע קינדער פון די אלע זאכן, איז דורך זיי אויפקלערן אז - איר האלט אז - ס'איז נישט כדאי און ראוי אריין צו גיין אין אזעלכע געשפעטן, ליינען געוויסע צייטונגען וכדומה.
אבער צווינגען יענעם זיך צוצושטעלן צו דיר, איז עבודה קשה מעורב עם רשעות. ס'לוינט נישט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:07 pm
דורך אוי טאטי
שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:28 pm
דורך איך זאג דיר
געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:58 pm
דורך DotCom
איז מיר שוין קלאר פארוואס אונזער באליבטן נולד מאוחר'ל איז שוין נישט דא צו געפונען זייט שבת, מען גרייט זיך צום פראטעסט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:09 pm
דורך קלאר
די נייע סטאר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
קוקט אויס שיין.
פאסיג פאר קאווע שטיבל קומזיץ!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:35 pm
דורך קלאר
שמעקעדיג האט געשריבן:קוקט אויס שיין.
פאסיג פאר קאווע שטיבל קומזיץ!
צו קליין פאר דעם
מ'דארף א גרעסרע פלאץ
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:50 pm
דורך shefele
ווער איז דער רב המכשיר? לאמיר עם טעראריזירן?
נא אחור'ל? וואס זאגסטו דערצו?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:23 pm
דורך נס קאווע
ס' דארף זיך עפענען א פריים גריל אדער א ספאאנס נישט קיין אלימפיק פיטא
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 8:04 pm
דורך חד גדיא
איינער קען מסביר זיין וואס די אלימפיק פיטא איז. און ווי איז עס לאקירט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:26 pm
דורך ידען
וועלעכע השגחה גייט ער האבען?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
אוי טאטי האט געשריבן:שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.
אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט
נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
המשך צו מיין פריערדיגע תגובה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:55 pm
דורך berlbalaguleh
פון די אנדערע זייט די אזויגערופענע "עסקנים" וואס שטייען על המשמר א קעגן א יעדע "פירצה" און זענען גרייט לוחם צו זיין פאר אידישקייט בכל עת ובכל שעה, דאווענען נישט בציבור און לערנען נישט קיין תורה, און פארנאכלעסיגן דעם חינוך הבנים והבנות. ווער רעדט נאך פון ברענגען פרנסה אין שטוב. אלעס אויפ'ן חשבון פון "עסקנות". מי בקש זאת מידכם. אויף זיי קען מען רואיג זאגן דעם פסוק אין שיר השירים. "כרמי שלי לא נטרתי".
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
איך זאג דיר האט געשריבן:געוואלד און געשריגן אחור'ל, ס'איז דאך ביטער ווי א גאל אלימפיק פיטא גייט עפענען אין וויליאמסבורג, געוואלד און געשריגען דאס גאנצע אידישקייט וועט דאך גיין א גאנג, יוש ס'איז צרות גדולות ס'טייטש מ'גייט עפענען א סטאר פון פיטא, ווייסט איר וואס זאל ער געבן 15 טויזענט דאללער פאר ה........ (איך וויל נישט פורש בשמו זיין יעדער ווייסט ווער דער מאפיאנער איז) אזוי ווי "גריל אן לי" האט געטון, והכל על מקומו יבא בשלום, ביטע קען מיר איינער זאגען וואס אלימפיק פיטא איז? כ'זעה אז אחור'ל מאכט אזא געוואלד, וואלט איך געוואלט וויסן מה טובו של עיבור זה. אגב איך פארשטיי נישט ווי ס'קען זיין אז עס דרייט זיך ארום א מאפיאנער אין וויליאמסבורג און מ'לאזט זיך פון דעם עקסטארשעניסט, מ'וואלט עם געדארפט עוקר מן השורש זיין זאל ער זיך אויסטון דעם ברייטן ביבער הוט און גייו טאנצן מיט שיקסעס כאוות נפשו הטהורה, און נישט נעמען פון א איד וואס פלאגט זיך אויף פרנסה 15 טויזנט דאללאר ווייל ער עפנט א געשעפט אין וויליאמסבורג, וואס פארן נעמען דאס געלט האט דער ה...... געשריגן אז ס'איז געפערליך.
דזשאסט טו פראאוו יור פוינט. ס'איז דא א סטאר אין וויליאמסבורג וואס פארקויפט בגדי נשים. און דער נאמען פון א אשה פיגורירט דערויף מיט "קידוש לבנה אותיות" און זיי ברענגען נאך בילדער פון בגדי צבעונין שטוחין על הקיר, ואין פוצה פה ומצפצף. אוואו זענען אונזערע מסירות נפש'דיגע עסקנים? מוז דאך נאר זיין בעל כרחך אז מען האט איינעם געגעבן "לא יחרץ" געלט.: דיסקלעימער: מיר פערזענליך שטערט נישט דער סטאר און אלע אנדערע. איך האב ב"ה גענוג דאגות בגשמיות וברוחניות פאר מיין אייגענע נשמה. אבער.
לשיטתם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:30 pm
דורך אייגענארטיג
איך האב נישט פארשטאנען פארוואס איינער עפענט א פיצא סטאר אין וומ"ס קוים זענען די וואס זענען אפן מצליח אויף אהיים צוברענגען ברויט. אבער איצטערט אז הערשל קלאר איז ליידיג האט מסתם די ב"ב פון אלימפיק דעסיידעד אז עס איז א סכנה אז ער זאל נישט האבן וואס צו טון, האט ער דאס געפענט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:37 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין.
א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט
(און גייט אביסל זיך אויסלופטערן און שרייבן הגהות אויף אלע אשכולות אין קאווע שטיבל)
און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט
נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:58 pm
דורך דעינעש
הייסטעס, שמעקעדיג.. אין אנדערע ווערטער; ברויך צו זיין ווער עס זאל שרייבן אין ק"ש, און ..וואס צו שרייבן אין ק"ש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:45 am
דורך הדד בן בדד
berlbalaguleh האט געשריבן:אוי טאטי האט געשריבן:שוין, די עסקנים האבן זיך נישט ציגעהערט צו נולד, האלטן מיר שוין דא אז די וואך זונטאג עפענט ער בשעה טובה ומוצלחת זיין נייע געשעפט, אין די הארץ פון וויליאמסבורג!.
וויליאמסבורג- גרייט אייך פאר העפטיגע מחאות! צענדליגער פאשקעווילן וועלן ווערן געווארפן אויף די גאסן, מאסן הסברה-פליג בלעטלעך וועלן פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים, שרייעדיגע קול קורא׳ס וועלן געפעיסט ווערן אויף די קאנסטרוקציע סייטס, אבער איטס עי ליטל טו לעיט!! כ׳גלייב נישט עס וועט נאך עפעס אויפטון, דער עולם איז שוין אנגערייצט נאך די הייסע שמעקעדיגע פיטא..
נעקסט טיים זאלט עטץ פאלגן וואס מען זאגט דא אונעם שטיבל, אפשר וואלט מען נאך עפעס געקענט אויפטון!
דערווייל וועלן מיר בעטן נולד׳ן זאל זיך ווייטער אומקוקן, און גלייך מעלדן יעדע פירצה, און אפשר יעצט וועלן די עסקנים שוין פאלגן ווען מען קען נאך עפעס טון.
אנטשולדיגט. וועם שטערט נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר אין וויליאמסבורג. דער וואס פארשטייט און האלט זיך צוריק פון איבערטרעטן די שוועל דער גייט נישט אהין, און דער וואס וויל יא גיין זאל גיין. א (נארמאלער) ערליכער איד האט נישט קיין קאפ און קיין צייט צו אזעלכע סארט זאכן. ער גייט אין ביהמ"ד פארטאגס און לערנט און דאוונט. נאכדעם גייט ער צו דער ארבעט פאר פרנסה. פארנאכט קומט ער אהיים, עסט און גייט צוריק אין ביהמ"ד צו זיינע שיעורים און דאוונען מנחה-מעריב. ער ווייסט אפילו נישט אז ס'האט זיך געעפנט
נאך א פיצא, אדער פיטא סטאר. און ס'אינטרעסירט איהם אויך נישט. ער ווייסט אז כביכול הקב"ה און אידישקייט וועלן נישט באנקראטירן ווייל א פאהר ליידיגגייערס האבן נאך א הענגאווט.
איך האב פאר דיר נייעס, איך גיי יא אמאל אריין אין די געשעפטן, כאטש איך בין נישט פון די הענג אוט טייפ. מיין אידענע ארבעט ביטער שווער מיט די קינדער, און איך ביי די ארבעט, און אסאך מאל קומט אויס אז איך בלייב הונגעריג אין שטוב, אדער ווייס איך שוין פון פריער אז עס איז נישט דא עפעס ווער ווייס וואס, און דאן גיי איך אריין א עסן געשעפט (רעסטאראנט, פיצא, פיטא וגו' בלע"ז), און געווענליך זוך איך איינער וואס פארקויפט גוטע עסן, ווייל איך האב נאך נישט אויסגעארבע אלע מיינע תאוות, איך קויף עפעס, און איך גיי זיך ווייטער מיין וועג. און אויב איז דא איינער וועמען דאס שטערט, זאל ער זיך הענגען אויף א צוקער שטריק.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:56 am
דורך Starbucks
זיי מאכן א לאפא איינס אין דער וועלט. באשטעל א סענדוויטש מיט חומוס, שווארמא, אביסל פרענטש פרייז מיט סאלאט, און באלעק זיך די פינגער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:10 am
דורך הדד בן בדד
צו דעם מוז איך וויסן קודם וועמענס השגחה זיין האבן און וועלכע שחיטה זיי נוצן
(און אויך ווי פונקטליך זיי זענען לאקאליזירט)
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:56 am
דורך אוי טאטי
זיי זענען לאקאליזירט אויף לי עוו. קארנער פלאשינג.