בלאט 1 פון 2
זיך שמד'ן אדער באקומען א life?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:29 pm
דורך לעיקוואד
רבותי איך דארף ענקער הילף, לעצטנס ספ'קע איך זיך שטארק וועגן געוויסע שריט אין מיין לעבן, בעיקר וויבאלד אז איך האב באקומען אפאר סתירה'דיגע עצות פון מורא'דיגע חכמים, און איך קען נישט מחליט זיין איזה מהם יוכשר.
ומעשה שהיה כך היה.
א גרויסער טיפער מחלוקת טוהט זיך אינערהאלב די שטיבל. אפשר כמעט א סאמאטוכע. דער ניק [tag]לעיקוואד[/tag], לא ידענו מה היה לו, עפעס זאגט ער מיינונגען און דריקט אויס געדאנקען וואס זענען נישט קיין קאפי-פעיסט פון די מעלות/איד/בלאט/יתד נאמן/המחנה החרדי. און נישט נאר דאס נאר ער האט נאך די חוצפה זיך צו האלטן ביי זיינס, עס איז עם אריין אזא מין כפירה אין קאפ אז טענות דארף מען אפענטעפערן מיט טענות, נישט נאר מיט צעקות און קללות, און מען ווייסט נישט וואס צו טוהן.
זעצן זיך די גרויסע חכמים ונבונים און פראבירען פארשען פון וואו קומט דאס אזא זאך, הרב הגאון חכם מופלא ופסיכולוג נאמן מוהר"ר [tag]איינגעמיירעט[/tag] האט שוין
אויסגעבויט א גאנצע טעאריע. ער קלערט אז דאס קומט פון עפעס א אומסטאבילקייט אין מיין לעבן, און עס האט צוטוהן מיט דעם וואס איך לעב נישט גענוג אין מיין אייגענע וועלטל אזויווי עם (און ווער נאך ווי ער לעבט אין אן אייגענער וועלטל און איז מקפיד קיינמאלנישט ארויסצוקוקען). דעריבער טענה'ט ער אז די עצה פאר מיר איז כלשוה"ק go get a life. למעשה איז מיר אבער נישט קלאר פונקטליך וואס דאס ענהאלט, און ווי פונקט מ'קען טרעפן דער לייף.
אבער נאך גרעסער ווערט מיין ספק, ווען משנהו בדומה לו הרה"ג חריף ובקי מוהר"ר [tag]איך אויך[/tag] האט גאר אן דיאגנוזע און עצה פאר מיר. זיין שיטה איז אז עס קומט פשוט
פון זיין אנגעפיקעווט פון דעות כוזבות, און פיינט האבען ערליכע אידען. ממילא זיין עצה פאר מיר איז נישט צו באקומען א לייף נאר גאר
אז איך זאל מיך שמד'ן. אזוי, קלערט ער, וועל איך פטור ווערן פון מיינע פראבלעמען. למעשה אויך דער עצה איז מיר נישט קלאר פונקט וויאזוי דאס מקיים צו זיין, און ער האט אויך זיך אנטזאגט פון ווייטער עלעבארירען. א שטיקל ספק האב איך אפשר ביי עם מיינט זיך שמד'ן זיך טויפען צו די סאטמערע רעליגיע .
ווידער ידידי [tag]יאיר[/tag] , ער האט גאר אפשר
אן אנדערער פלאןבקיצור, זייטס מיר ביטע מכריע וועמענ'ס דיאגנוסעס איז ריכטיגער, און וועלכער עצה איז גלייכער, ותשועה ברוב יועץ.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:31 pm
דורך איך אויך
אפשר טוהסטו אלע דריי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:31 pm
דורך מורינו הרב
לעיקוואד; גיי ארבעט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:35 pm
דורך דעת תורה
מורינו הרב האט געשריבן:לעיקוואד; גיי ארבעט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:39 pm
דורך בן תמליון
מורינו הרב האט געשריבן:לעיקוואד; גיי ארבעט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:45 pm
דורך יאיר
לעיקוואוד ארבעט דאך שוין ביטער שווער צו גראד מאכן אונזערע מוחות?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:45 pm
דורך outspoken
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:49 pm
דורך היימישער ליטוואק
נישט שיין פארן דיסקרמנירן אנטקעגן מיר. באמת, איך בין שוין צוגעוואוינט - יד החסידים (אפילו די האלבע או.טי.די.ס) על העליונה.
איין זאך קען איך דיר צוזאגן, איך ועל נישט קומען צו דיין שמד צערמאניע, אויך נישט ווען דו באקומסט א לייף. אולי נאכדעם וואס דו וועסט דאס "נעמען" כמבואר באשכול הנ"ל, אויב דו וועסט באפעלן אין דיין דייתוקי אז איך זאל נישט ווערן דיסקרעמנירט אנטקעגן, נאר ווערן אויפגנומען מיט א פנים שוחקות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:15 pm
דורך חכם באשי
לעיקי,
לאור די לעצטיגע געשעענישן, ווי אפפארן איז גורם דערנאך זעלבסמארד ל"ע, כעובדא דההיא איתתא, איז אייער שאלה אפשר 1) שמד'ן און get a after-life, אדער 2) נישט אפפארן און get a life...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:16 pm
דורך ידען
איך אויך האט געשריבן:אפשר טוהסטו אלע דריי?
מיינסט ער זאל זיך שמדן צו די סאטמארע לייף?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:24 pm
דורך איך אויך
ניין ,כ'האב געמיינט די ערשטע אפציע פון הרב באשי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:37 pm
דורך diff
No hopes. At the galach you’ll rebel quicker and stronger than here. Gilgul also isn’t a good idea
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:57 pm
דורך נולד מאוחר
?its an either or question ? how about both
please provide us the 800 to for שמד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:22 pm
דורך בשםואין
אנשטאט זיך נישט וויסענדיג מאכן האסטו געעפענט א אשכול דערוועגן מיטן האפענונג אז אזוי וועט זיך עס אויפהערן.
דאס מיינט אז דו נעמסט קאווע שטובל זייער ערענסט צום הארצן, רוב שרייבער דא ניצן דאס קאווע שטובעל פאר א קאווע שטובעל, זיך אויסצולופטערן נאך א שווערן טאג, דו וואוינסט אינעם קאווע שטובעל, דיין מאדראץ איז אונטער די צוקער, די שמעקסט פון קאווע.
דעריבער איז מיין עצה מוף ארויס פון דאנעט, ״גאו געט א לייף״, קענסט אייביג צוריקקומען פאר א קאווע.
דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער שטארק פון דיר, דיינע מיינונגען זענען ׳אפען מיינדעד׳ אנע נגיעות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:36 pm
דורך איינגעמיירעט
נאך אלע גערעדאכצער, אפשר ביסטו מסביר דא פארען עולם פון וואו שטאמט דיין אבסעסיע מיט די או טי די ? און פארוואס די קענסט דיך נישט צאמנעמען צוטראכטען רואיג מיט ישוב הדעת ווען סקומט צו עטוואס וואס ער האלט דעם סוגיא.
ביסטו פערזענדליך אריבער שווערע מעברים און אונזער קאממיונוטי ?
סזעעט זיך זייער אהן דיין איינזייטיקייט און דעם נושא פאר יעדן איינעם, געווענטליך קומט דאס פון פערזענליכע שווערע איבערלעבענישען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:46 pm
דורך קאצקע ציקער
ניין ס'קימט פון זיך האלטן אויפגעקלערט און וויזוי ווייזט מען אויפגעקלערטקייט דארוך זיין אויף די היימישע זייט?? אוודאי נישט!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:48 pm
דורך לעיקוואד
איינגעמיירעט האט געשריבן:נאך אלע גערעדאכצער, אפשר ביסטו מסביר דא פארען עולם פון וואו שטאמט דיין אבסעסיע מיט די או טי די ? און פארוואס די קענסט דיך נישט צאמנעמען צוטראכטען רואיג מיט ישוב הדעת ווען סקומט צו עטוואס וואס ער האלט דעם סוגיא.
ביסטו פערזענדליך אריבער שווערע מעברים און אונזער קאממיונוטי ?
סזעעט זיך זייער אהן דיין איינזייטיקייט און דעם נושא פאר יעדן איינעם, געווענטליך קומט דאס פון פערזענליכע שווערע איבערלעבענישען
אינטרעסאנט, פונקט די קשיא האב איך אויף אייך, און אויף נאך אנדערע שרייבערס דא, פארוואס פונקט ביי די נושא שטעלט זיך אפ די שכל הישר, עכ"פ ווי עס קוקט מיר אויס די פשוט'סטע שכל הישר און מענטשליכקייט, און אלע פאפיגייען די זעלבע נוסחאות. וויאזוי שעמט מען זיך נישט בכלל צו שרייבען אזוי קלאר איינזייטיג און נאריש?זענט איר אריבער עפעס שווערע מעברים פון או טי די חברה? עס איז דא עפעס אין זייער עצם מציאות וואס טראומאטאזירט אייך און לאזט אייך נישט טראכטען גלייך?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:50 pm
דורך בן תמליון
בשםואין האט געשריבן:אנשטאט זיך נישט וויסענדיג מאכן האסטו געעפענט א אשכול דערוועגן מיטן האפענונג אז אזוי וועט זיך עס אויפהערן.
דאס מיינט אז דו נעמסט קאווע שטובל זייער ערענסט צום הארצן, רוב שרייבער דא ניצן דאס קאווע שטובעל פאר א קאווע שטובעל, זיך אויסצולופטערן נאך א שווערן טאג, דו וואוינסט אינעם קאווע שטובעל, דיין מאדראץ איז אונטער די צוקער, די שמעקסט פון קאווע.
דעריבער איז מיין עצה מוף ארויס פון דאנעט, ״גאו געט א לייף״, קענסט אייביג צוריקקומען פאר א קאווע.
דאנט געט מי ראנג, איך האלט זייער שטארק פון דיר, דיינע מיינונגען זענען ׳אפען מיינדעד׳ אנע נגיעות.
זעסט אויס ווי פרידיש איז אייער סעקאנד לענגוועזש. איך לאך פונעם מאדראץ אינטערן צוקער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב פיינט otd'ס אבער איך ווארן דא שטרענג, אויב שיקט איר אהין מרן שליט"א קיין גורן האט"ד, וועל איך צושטאפן די נאז און אהינלויפן חוסה זיין בצל גאונותו. ווי צדיקים האבן געזאגט מזבל פרדותיו של לעיקוואד למדו תורה בבני ברק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:10 pm
דורך געפילטע פיש
מנשה פארשטיי איך איז לעצטענס טראמאטיזירט געווארן דורך עפעס א טשוכעפאכע, פארשטיי איך פארוואס ער שעלט און זידט, אבער דער עולם דא, בעלי שכל הישר וואס פלוצלים ביי דעם פרשה ווערן זיי שטארק איין זייטיג. די איינציגסטע הצדקה וואס איך טראכט איז אז אפשר האבן זיי מער אינפארמאציע וואס איז נישט עוועיליבעל פארן פובליקום, אבער זיי טענה'ן דאך בכלליות אויף אלע קאסטאדי בעטעלס. הדרא דוכתא לקושיה.
לעיקוואד, אפשר נעמסטו אן איך אויך'ס צווייטע עצה? נעם אפאר אייער, פלאנץ זיי איין, און לאז מיר וויסן ווען ס'הייבט אן וואקסן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:33 pm
דורך הוגה
וויצן אין א זייט, כ'מיין אז מען דארף דא ארויס נעמען א וויכטיגע ערענסטע נקודה. עס איז זייער קינדעריש צו אריינגיין אין יענעמ'ס פערזענליכע אישוס אין מיטן א דעבאטע, אפגעזעהן אויב יענעמ'ס תגובה איז אנטאגעניסטיש, קינדעריש, או-טי-די'איש, ליבעראליש אדער זאלוניש. עס הארגעט אפ די פלוס פונעם שמועס, און עס ברענגט אראפ די גאנצע ניווא פונעם שטיבל.
אזעלכע קאמענטארן, צו הייסן יענעם שמד'ן וכדומה איז immature. פרעגן יענעם פערזענליכע שאלות, ווי לדוגמא "פארוואס שרייבסטו אלעמאל דער נושא", "פארוואס נעמסטו דיר אלץ אן פאר דעם און יענעם", איז אריינקריכן אין די קושקעס און איז אומעטיש. און דערמאנען יענעם איבער תגובות וואס ער האט געשריבן דא אדער אין אנדערע פארומס, אדער פערזענליכע עבירות וכדומה אלץ א scare tactic, הייסט אין בעסטע פאל זיך אראפ נידערן צו יענעמ'ס לעוועל.
לאמיר זיך אונטערנעמען אלעמאל צו האלטן אויסשליסלעך צום טעמע, און לאמיר איגנארירן די נימוכי השכל וואס פרובירן ברוב חכמתם צו פארדרייען די שמועסן און avoid 'ן די נושאים. ובא לציון גואל אמן!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:34 pm
דורך לעיקוואד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
בבחינת אם אין אני לי מי לי, וד"ל.
אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען אויב דאס ארבעט (יא, עס ארבעט..)