בלאט 1 פון 3

הרב מוטה פראנק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:48 pm
דורך אךשמח
עס טוט זיך שטארק קאכן אין וויליאמסבורג איבער דעם גאסט וואס וועט דא פארברענגען דעם שבת אין וויליאמסבורג, דעריבער איז פאסיג צו הערן און צו באשרייבן דעם פערזענליכקייט.

איך ווייס נישט צופיל איבער אים און וועל שרייבן לויט וויפיל איך האב געהערט.

ער איז זייער א גוטער רעדנער און מער א שמועסעדיגע סטייל, און ציט צו זיך מענטשן פון אלע סארט, אבער בעיקר טוט ער זיך אפגעבן מיט די וואס זוכן עפעס מער און שפורן אז ער האט עפעס צו פארקויפן וואס מען האט מיט זיי נישט געלערנט אין די יוגנט.

ער איז משרשו א ברעסלאווער און רעדט כסדר פונעם רבי'ן און זיינע ספרים, און דאס וואס ברעסלאוו פארשפרייט איז בעיקר וואס טוט צוציען די פשוטסטע אידן צו אים מיט א מאגנעטישע נאנקייט.

ער האט ליב יעדן איד מיט אן אמת. ער מאכט נישט קיין געלט פונעם ארומלויפן איבער די וועלט מיט די דרשות.

וואס נאך?? ווייסעך נישט אויפן מאמענט. אפשר קען מען מיר אריינפולן.

ער וועט זיין אין ווילי אום שבת זכור, און איך וועל זיך מעגליך באטייליגן דא דארט און זען פון דער נאנט וואס ער איז.

אגב, ער איז שטארק מקושר צו די אידן פונעם היינט שוין בארימטען "שטיבל" אויף 66 פען סטריט, וואס דער שטיבל אליינס איז ווערד צו באשרייבן.

נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:17 am
דורך יידל
אן אינטערעסאנטער פאוסט פון ר' הירשל ציג איבער [ר'?] מוטה http://theantitzemach.blogspot.com/2012 ... st_02.html

נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 12:28 am
דורך אךשמח
העי, ווי איז דער "תגובה מהירה" קנעפל???

אן אינטערעסאנטער פאקט איבער הרב מוטה'ן איז אז ער איז אקטיוו אויף פעיסבוק, וואס דאס ברענגט אים זיכער נענטער צו די פשוטי עם וואס זענען דערויף.

שטעלט אייך פאר אונזערע רבנים אויף פעיסבוק...

נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:43 am
דורך טעמפא
גע'פועל'ט ביים מנהל מען זאל ערלויבן תגובה מהירה.

איך האב הנאה פון אזעלכע אידן ווי ר' מוטה. אהוב לשמים ואהוב לבריות. א מוסטער פון א משפיע. ווען אונזער רבנים זענען ווען אויף פעיסבוק ואלט ווען געווען אן עולם התיקון...

נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:11 am
דורך DotCom
א שיינער שיעור און קומזיץ פאר פורים מיט ר' מאטיע אין וויליאמסבורג.

http://youtu.be/_s8yNxJ9jVw

נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:35 pm
דורך שמואל שלום שלמה
איך בין אריינגעפאלן דארט במשך'ן שבת און ס'האט מיר דערווארעמט דאס הארץ. אך ווי שיין צו זען יודן וועלכע קלאמערן זיך צום אידישקייט מיט אלע מיטלען שייך!

נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:49 pm
דורך אנאנים
אן אינטערעסאנטע זאך איז אז רוב רובם ברעסלאווער חסידים אין ארץ ישראל זענען משורשם ליטווישע, אפשטאמיגע פון די פרושים.

אויך דער נאמען פראנק איז א ליטווישער נאמען.

ער שטאמט מסתמא פון ר' צבי פסח פראנק ז"ל. לויט ווי כ'האב אמאל געהערט זענען זיינע אייניקלעך אין ברסלב.

רוב רובם פון די אריגינעלער ברעסלאווער חסידים זענען אומגעקומען דורך די נאציס ימש"ו.

עס איז אן אינטערעסאנטער אנעקדאט אז אזויפיל ליטווישע מתנגדים זענען געווארן צוגעצויגן צו חסידות און נאכדערצו צו אזא חסידות ווי ברסלב. (נאך היינט זעהט מען ליטווישע פון לעיקוואוד וואס פארן קיין אומאן ר"ה)

דאכט זיך מיר אז דאס איז די סיבה פארוואס אין ברסלב דאוונט מען היינט מיט די ליטווישע הברה, כאטש רבי נחמן זי"ע האט געהאט די הברה פון די חסידישע קרייזן וואס קומען פון יענעם געגנט אין מזרח אייראפע, די זעלבע הברה ווי אין סקווער.

נשלח: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:51 pm
דורך טעמפא
ברסלב דאווענט ליטווישע הברה? איך מיין אז דאס איז דער ירושלימ'ער נוסח. די תו"א ותוא"י דאווענען אויך אין די הברה.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 12:02 am
דורך אנאנים
איך מיין אז דו מאכסט א טעות. תולדות אהרן ותוא"י דאווענען נישט די הברה.

און אוודאי איז דאס ליטווישע הברה. פון וואו מיינסטו שטאמט דער ירושלימ'ער נוסח?

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 12:20 am
דורך אנאנים
דא האסטו תולדות אהרן, די היימישע הברה

http://www.youtube.com/watch?v=w2ghHt3wC-A

ברסלב הברה
http://www.youtube.com/watch?v=JbyL743_FgU

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 2:33 am
דורך אךשמח
דער שבת איז געווען לעילא מן כל ברכתא. איך בין אויך געווען דארט און מיטגעהאלטן אביסעלע, און ס'געווען זייער אינטערעסאנט צו זען דעם עולם נייגעריגע, וואס מאנכע זענען געקומען פשוט זען וואס דאס איז בכלל און אנדערע זענען געקומען זען די "מאדנע" מענטשן... אבער איבער אלעם האט מען געזען וואס עס מיינט אז ס'דא אידישע קינדער פון אלע סארט וואס לעכצן און זייער נשמה מאנט צו העכערקייט.

עס מוז אויך באטאנט ווערן אז דאס איז חידוש אין וויליאמסבורג און מוז באגריסט ווערן אלס א פאזיטיווער ערשיינונג אין דעם שטאט...

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 2:47 am
דורך טעמפא
אך, את חטאי אני מזכיר, איך בין געווען פון די נייגעריגע וואס זענען געקומען זען די "מאדנע" מענטשן. איך מוז אבער זאגן אז די אנגענעמע געפיל וואס האט מיר ארום גענומען דארטן איז נישט צום באשרייבן! איך בין געווען אזוי מרוגש, אזש ס'איז געפאלן א טרער צוויי. אידישקייט אין וויליאמסבורג האט א צוקונפט!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 9:06 am
דורך לעמיל
הרב פראנק גייט פירען שבת און קעטסקילס עס ווערט ערווארטעט א גרויסע עולם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:48 pm
דורך outspoken
[left]We are pleased to announce an amazingly spiritual & inspirational Shabbos Parshas Vayishlach with our beloved friend and Mashpia Reb Mota Frank at the:
Lake House Hotel
114 Lake House Rd.
Woodridge, NY 12789

Accommodations:
Double Bedroom - 2 Beds $260. (Extra bed available if needed no extra charge)
Family Room - 2 Bunk beds (4 beds) $310

Food:
$52 per person 9 & up
$21 per child 3 - 9
Includes:
Friday afternoon refreshments
3 Shabbos Seudos
Melave Malka
Sunday morning breakfast

Reservations:
Please send a "clear" email with the following info to: yoel@mediaflashcorp.com

Full Name:
Contact Number:
Amount of adults & children:
Room Desired:
Credit Card Info:

Sorry slight change in price, this is tax included.
Please reserve ASAP so we can prepare accordingly.[/left]

פריער באקומען דעם אי-מעיל פון ר' מוטה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:02 pm
דורך מ גפני
להוי"ה הארץ ומלואה תבל ויושבי בה

חבר וידיד הי"ו

אם גם אתה תהיה מחר בבוקר, יום חמישי, ט"ו כסליו ה'תשע"ג, באיזור "מונורו"

הינך מוזמן להצטרף לתפילת שחרית כ"וותיקין" במניין החדש

בבית הכנסת "כולל מונורו"

Kollel d'monroe
Their is a mikva & breakfast.. Iy"h

2 shinev ct monroe ny.

תחילת התפלה בשעה 6:30

לאחר מכן שיעור, ופאבריינגן, וארוחת בוקר

לכבוד הילולת רבי יהודה הנשיא - רבנו הקדוש, מחבר המשניות, זי"ע



ואם גם אתה תהיה באיזור קווינס מחר בערב

ליל שישי טז' כסליו ה'תשע"ג (29/11/12)
ערב שבת פרשת וישלח

הינך מוזמן להשתתף בשיעור הכנה לחנוכה על פי פרשת וישלח

בביתו של ידידי

ר' טוביה הירש הי"ו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 6:38 pm
דורך מ גפני
איינער דא האט מיטגעהאלטן דעם שבת אין די קעטסקילס אדער האט געהערט פרטים?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 15, 2012 7:30 pm
דורך ענן כבד
דא קענט איהר מיטהאלטן איבער הונדערט שיעורים נפלאים פון ר' מוטה, עס קומט צו יעדע פאר טאג נאך. שמעו ותחי נפשכם.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 3:58 pm
דורך מ גפני
ספר "סוד הגלוי" אויף אמונה ובטחון וואס ר' מוטה האט מחבר געווען

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:38 pm
דורך מ גפני
הרב מוטה גיין זיין דעם שבת פ' ויחי אין מאנסי, שחרית וותיקין פרייטאג וועט מען דאווענען אין כולל מונרו, מלוה דמלכה מוצ"ש אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין קרית יואל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
מאנסי אדער מאנרא?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:09 am
דורך יואליש
ער איז געווען שבת אין מאנסי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:04 pm
דורך מ גפני
מוצ"ש האט ער געפראוועט מלוה דמלכה אין מאנרא

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
ר' מוטה האט היינט געמאלדען מיט שטאלץ אז זיין ווייב האט געענדיגט אלע אירע לימודים און טעסט'ס צו ווערן א לאיער, און זי איז געווארן א עו"ד!!

מוטה פרנק האט געשריבן:אשתי הצליחה ב"ה ללמוד את כל הלימודים ולהצליח בכל המבחנים - וקבלה את התואר
עו"ד רבקי פרנק
rfr9mt@gmail.com
0525270491