בלאט 1 פון 1
דער בית יוסף'ס קשיא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:16 am
דורך ציבעלע-קיגל
על פי שיטת רבינו
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:00 am
דורך היימישער ליטוואק
מיר לערנען וואס, ניט פארוואס. (בריסק)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:12 am
דורך אפטעמיסט
די גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:20 am
דורך קאווע טרינקער
זה נוסח ירושלמי, ונוסח בבלי גורס פאפא, סקולען, ועוד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:26 am
דורך רפאל
פארוואס צוברעכן די שיינע מנורה? (יארמער רב)
ווייל סאטמאר טוט אזוי (פאפא)
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 1:39 pm
דורך דולה ומשקה
פיר טעג אין בארא פארק, פיר טעג אין ווילימסבורג (סקולען)
נאך א טאג זיך נעריש צומאכען (ראחמיסטרייוקא ארה"ק)
נאך א טאג צו עסן לאטקעס (סקאליע)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:53 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס טאקע פשט פון 8 טעג?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:16 pm
דורך ירח בן יומו
איך האב פאר יארן צוריק געזען א הערליכע ספר "נר למאה" וואס האט צאמגעקליבען 100 תירוצים אויף דעם קשיא א חלק להלכה, א חלק דרוש וחסידות
די מחבר איז געווען הרב זעלצער פון ב.פ.
ווייסט איינער אפשר ווי מ'קען באקומען דעם ספר?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:31 pm
דורך יואליש
דער חידוש איז אז ביזן ב"י, פאר צוויי טויזענט יאר, איז פאר קיינעם נישט בייגעפאלן אזא מרפסין איגרא קשיא.
הכל תלוי במזל, אפי ספר תורה שבהיכל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:34 pm
דורך כוכב
שטייט שוין אין די ראשונים, מאירי ועוד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:15 pm
דורך מאטי
אפטעמיסט האט געשריבן:די גרעסטע וואונדער פון די בית יוסף'ס קושיא איז סאיז נאך אלייוו אפאר הונדערט יאר שפעטער, און מפרעגט עס מיט געשמאק על אף די טויזענטע תירוצים וואס זענען שוין דא. ווען די בית יוסף זאל ווען פרעגן זיין קושיא אויף די שפאלטענעס פון קאווע שטיבל, וואלט עס מערסטענס געוועהן אקטיוו פאר א טאג צוויי, זיך געצויגן אולי צוויי בלעטער און געקלויבט אונטער צען לייקס.
און כוכב וואלט באריכטעט אז מ'דארף דאס שטעלן אין "זאכן וואס איך וויל וויסן"
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:24 pm
דורך אפטעמיסט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע קוגל: דעם תירוץ אויף די ב"י'ס קשיא האט ר' ישראל'טשע מ'וויזניץ געגאנבעט פונ'ם צאדיק פון סקווירא...

...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"
קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:02 pm
דורך בשבילי!
זיס, גערעדט ווי א כעלעמער מגיד...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:41 pm
דורך חסיד
א תשובה אופן בית יוסף'ס קשיא נלפענ''ד אז מ'מאכט אכט טעג אלץ זכר אז דער מנורה האט געברענט אכט טעג!
הגם דער נס איז נאר זיבן אבער למעשה האט די מנורה געברענט פון דעם פלעשל אכט טעג!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:55 pm
דורך מאטי
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"
קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.
דיין פראבלעם מיט נס פורים איז בלויז אויב מ'נעמט אן אז יש ברירה, והבן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
בדרבנן קיימ"ל יש ברירה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 11:01 pm
דורך גאלד
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"
קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.
נישט ממש אזוי,
עיין מה שכתבתי פה ותמצא נחת