בלאט 1 פון 2
וויפיל שפראכן קענט איר?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:15 pm
דורך מנשה לוסטיג
אפילו געציילטע ווערטער
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 7:51 pm
דורך פיש כאפער
יידיש, ענגליש, ספאניש, העברעאיש, פראנצויזיש, אונגאריש, איטאליעניש, און דייטש זענען שפראכן וואס איך פארשטיי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 8:50 pm
דורך סלינקי
אידיש, ענגליש, לשה״ק, אראמיש.
אז איינער קען פינף ווערטער ווערטער פון א שפראך הייסט עס נישט אז ער קען די שפראך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:34 pm
דורך קאווע טרינקער
אידיש, לשון הקודש, ענגליש און היברו.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:48 pm
דורך גנדי
איך קען פליסיג, פארשטיין, רעדן, ליינען, שרייבען. אין די שפראכען...
1. אידיש.
2. עברית.
3. ענגליש.
4. לשון הקודש.
5. אראמיש.
איך קען ציילען אין די שפראכען...
ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש.
איך פלעג קענען ציילען אין די שפראכען...
פראנצוזיש, אראביש.
איך קען ווערטער פון די 10 שפראכען....
עברית, לשון הקודש, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש, פראנצויזיש
כ'וואלט זייער געוואלט קענען כינעזיש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
אידיש
עברית
ענגליש
פרידיש
איך וויל קענען(פארשטיין -און לייינען-) שטיגליץ(יש)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2013 11:08 pm
דורך יואב
פששיהא! א באנדע געלערענטע מענטשן. אבי מ'רעגט זיך דא אויף די משכילים. איך קען קוים אידיש, און אפילו דארט וועט מיך מאראנצןזאפט באשייגעצן. ענגליש קען איך נאר ווען איך בין אין אקריינא אדער אנדערע פלעצער ווי דער המון ווייסט בלויז פון דעם פיי ווארט ווען ס'קומט צו ענגליש. לשון קודש קען איך נאר די סארט מיט אלע ראשי תיבות'ער חסידישע מחברי ספרים גלייכן צו נוצן, אראמיש פאר פיר מאל הייסט נישט געקענט, און עברית איז קיין שפראך ניט. קען איך בלויז א פעלערהאפטיגן אידיש, און אה, פאר איך פארגעס: "מלמדים שפראך -- איך זעה אז די שפראך פארשטייסטו שוין איינמאל -- קען איך אויך א געשליפענעם.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:19 am
דורך געפילטע פיש
גנדי האט געשריבן:כ'וואלט זייער געוואלט קענען כינעזיש.
ס'דא אסאך מענטשען וואס ווילן עס קענען, אבער ס'נישט דא אזא שפראך, די צוויי הויפט שפראכן וואס ווערן גערעדט דורך די כינעזע באפעלקערונג איז מאנדארין און קאנטאניז.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:25 am
דורך שפתים ישק
.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:26 am
דורך גנדי
וועלעכע כינעזיש לוינט זיך צו לערנען?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:28 am
דורך שפתים ישק
שפת הנהר...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:37 am
דורך [NAMELESS]
איך קען אביסעל אידיש אביסעל ענגליש און אביסעל לשה"ק
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:07 am
דורך היימישער ליטוואק
פרידיש???!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:32 am
דורך געפילטע פיש
גנדי האט געשריבן:וועלעכע כינעזיש לוינט זיך צו לערנען?
לוינט זיך פאר וועלכע געברויך? איך מיין ס'ווענדט זיך וואס דו ווילסט טוהן דערמיט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 1:39 am
דורך דער (פינטעל) איד
אורדא איז מיין באליטסבטע שפראך. מיין ווייב פארשטייט נאר פלעמיש
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:05 am
דורך גנדי
געפילטע פיש האט געשריבן:גנדי האט געשריבן:וועלעכע כינעזיש לוינט זיך צו לערנען?
לוינט זיך פאר וועלכע געברויך? איך מיין ס'ווענדט זיך וואס דו ווילסט טוהן דערמיט.
פאר ביזנעס.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:08 am
דורך געפילטע פיש
זוך אביסל אנליין, ס'ווענט זיך אינעם ראיאן, למשל אין האנג-קאנג רעדט מען קאנטאניז, אבער אין אנדערע פלעצער רעדט מען מאנדארין.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 2:26 am
דורך רויטע וואנצעס
איו בארא פארק איז דא א היימישע ביזנעס לויער, וואס קען ביידע כינעזע שפראכן גאר גוט. אזוי ווייט אז ער פלעגט געבן געזעץ שיעורים אין כינעזע קאלוזשעס.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 8:39 am
דורך שמעקעדיג
יואב האט געשריבן:"מלמדים שפראך" -- איך זעה אז די שפראך פארשטייסטו שוין איינמאל -- קען איך אויך א געשליפענעם.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 9:12 am
דורך רואה ואינו נראה
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:32 pm
דורך עוד מישהו
אינטערסאנטע זאך, מיין רבי אין חדר פלעגט מיך אויסלערנען טערקיש, במציאות האט ער נאר געקענט טוען איין זאך פון יענע שפראך, וואס האט בכלל נישט געהאט צוטוען מיט רעדן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:17 pm
דורך טיטאניק
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך קען בערך זיבן
עברית, ענגליש, יודיש, ספאניש, רוסיש, אונגאריש, פוליש, אראביש.
[דויטש בין איך מכליל אין יידיש, און אזוי אויך פארטאגעיזיש אין ספאניש, און אוקרייניש אין רוסיש, סלאוואקיש אין אונגאריש, טערקיש אין אראביש וכדומה]
כ'וואלט געוואלט קענען אויך, פראנצויזיש, כינעזיש, און גריכיש.
כ'וואלט געוואלט קענען אויך??? קענסט עס שוין! אויף דעם נוסח ווי די קענסט די אנדערע...
