בלאט 1 פון 2

פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:58 pm
דורך אויפגעקלערטער
איין ווארט ''פורים'', זיכער דארף מען עס שרייבן אין שמייכל.

מיין דילעמע איז וואס טון אויפגעקלערטע אידן פורים מ'דרייט זיך ארום מיט frowns ? אז ערליכע אידן וואס זיצן אין באקס זענען אויבער פרייליך אום פורים וואס דארף א אויפגעקלערטער טון, אפשר וויינען? ניין, נישט גוט. ווייל מ'וועט קענען מיינען אז מ'וויינט פון פרייד. טויג ווייטער נישט טויג ווייטער נישט! (קרעדיט, המן אין 'מגילת אסתר מיט געזאנג')

איך גיי זיך פארשטעלן פורים פאר אן אויפגעקלערטער און איך ווייס נישט וואס צו טון. זאל איך טרונקן וואסער א גאנצן פורים צו ווייזן אז איך טרונק דוקא נישט וויין? זאל איך עסן המן טאשן ערב פורים און מוצאי פורים און בעצם יום הפורים עסן דוקא 4 עקיגע קוקיס צו ווייזן אז איך בין אויפגעקלערט. זאל איך ביי מגילה ליינען ווען מ'זאגט המן מאכן אזא ארגאזם קיצל צו ווייזן אז איך גלייך המנ'ן? און שרייען אויף אלע קינדער וואס האקן און גראגרען צו שטארק אז זיי זאלן שוין אויפהערן ווייל המן איז דאך נישט געווען אינעם באקס?

זאל איך גיין אין גאס מיט ביידע הענט אין טאש צו ווייזן אז איך בין נישט א פושט יד? און אויב איינער ווארפט מיר אריין א מטבע אין טאש אומגעבעטן (א אין-די-באקס איד וואס וועט זיך וועלן רייצן מיט מיר למשל) זאל איך אים עס צוריקווארפן אין פנים?

ווען איינער איז פושט יד זאל איך אריין שפייען דערינען אדער געבן א גוטן זעץ אז אלע טשעינדזש זאלן זיך צופליען?

מעג א אויפגעקלערטע עסן האלאפצעס פורים? זאל איך פרובירן ווי מער מעגליך אפצוהאלטן אידן פון שיכור ווערן? זאל איך געבן א מנה פאר צוויי עשירים פאר מתנות לאביונים? און ווען איינער וויל מיר געבן משלוח מנות זאל איך זיך מאכן ווי איך גיי עס איבערנעמען און דאן אוועקשלעפן מיינע הענט אזוי אז יענער זאל נישט קענען מקים זיין משלוח מנות?

וואס טוט מען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:01 pm
דורך יאיר
חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:17 pm
דורך אפטעמיסט
ווענט זיך ווי אויפגעקלערט דו ביסט. אויב ביסטו ערנסט אין די זאך, קענסטו אינגאנצן דראפן פורים און עסן המן טאשן האלאווין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:59 pm
דורך ממרום שלח אש
יאיר האט געשריבן:חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.


איי ווי גוט דו זאגסט יאיר, לרוב אחיו' - ולא לכל אחיו, מלמד שפירשו ממנו מקצת סנהדרין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:43 pm
דורך יאיר
זעט אויס אז אין יענע צייטן זענען רוב פון די סנהדרין געווען אויפגעקלערט :).

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 10:57 pm
דורך משה געציל
דעס יאר קען מען זיך נאך א עצה געבן... האלט פורים אדר א' און אדר ב' באק מצות...
אוי... פארגעסן... ר' מאטל האלט דאך אז אדר א' איז מער ווי אדר ב' וה"ה לשושן פורים... טאקע א פראבלעם...

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:01 pm
דורך געפילטע פיש
אמסארי, אבער דו האסט געפרעגט אין די אומריכטיגע פלאץ, דא דרייען זיך נישט קיין אויפגעקלערטע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:03 pm
דורך משה געציל
ער רעדט דאך פון פורים ווען ס'איז ונהפוך הוא. באס דרייווערס וואונטשן ווי באבאחאצירעס און די פארפרוירענע צולאזן זיך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:31 pm
דורך מאטי
כמשה ג. ועוד... מ'זינגט די ווערטער " א גאנץ יאר פריילעך" אויפן אהבה רבה ניגון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 27, 2014 11:52 pm
דורך יין שרף
מאטי האט געשריבן:כמשה ג. ועוד... מ'זינגט די ווערטער " א גאנץ יאר פריילעך" אויפן אהבה רבה ניגון.

אדער מישע מישע מישעניכנאס אב ממעטין ממעטין ממעטין בשמחה....
אה אה אהה...

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:33 am
דורך איחוד פעלד
אין תולדות אהרן האבען זיי שוין געמאכט פון פורים סליחות, זיי זאגען סליחות ביי די סעודה, גיי אהין און שוין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 12:50 pm
דורך מ גפני
און אין סאטמאר מהר"א וויינט מען אויף'ן יום כיפור'דיגן אדון עולם, קענסט אהין גיין אויב ס'איז דיר נענטער ווי תולדות אהרן

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 1:24 pm
דורך אמאל געווען
אויב די וויסט נישט וואס צו טוען פורים פרעג זיך נאך ביי די וויזניצע יודען ווייל די אהבת ישראל איז זייער הייליג ביי זיי און ער האט געזאגט אז "איך האב פיינט א שיכור אפילו פורים" און אף על פי כן טרינקען זיי ווי לוט

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:48 pm
דורך דער (פינטעל) איד
..
(פאראכטן לכ' לאליפאפ)

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:56 pm
דורך לאליפאפ
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אה איך הער וואס דו זאגסט

קענסט מאכן א . אדער צוויי און ס'ווערט א תגובה, דארפסט דיך נישט פלאגן צו שרייבן א גאנצע שורה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:58 pm
דורך דער (פינטעל) איד
קוק אהער דער איז דאך גערעכט! אקעי איך גיי פארעכטן. איין רגע

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 6:47 pm
דורך אויפגעקלערטער
א חבר מיינע וואס איז לעצטענס געווארן אויפגעקלערט זאגט מיר מיט שפאס אז ער האט א מנין מיט זיינע באמס חברים פורים ווי מ'ליינט די מגילה פארקערט. זיי זענען לעצטענס באקאנט געווארן מיט'ן הלכה פון הקורא למפרע לא יצא. דער בעל קורא איז א פראו זאגט ער, ער ליינט זרעו לכל שלום ודובר ביז ויהי אזוי שנעל ווי איך זאג אשרי זאגט ער. אזוי קומט אויס אז ווען מ'ענדיגט די מגילה איז המן ידו על העליונה און מ'ענדיגט מיט ''ויהי'' א לשון צער. אויך זאגט ער אז ווען דער ב"ק זאגט המן ווארפט מען קענדיס צו אלע קינדער אזוי ווי שמחת תורה.
ישראל כשהן יורידין

נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 11:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
קריאה מעורר הזמן. ווער וויל ווערן אויפגעקלערט לכבוד פורים?

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 11:48 am
דורך ישמעאל הכהן
איך זע א בחור א באם מאכט יעצט ריזיגע סיינס ''ארור המן ברוך מרדכי''
ער פלאנט ארומצוגיין פורים זיך רייצן מיט די פרומע אידן

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 3:33 pm
דורך שמעקעדיג
ע"פ הלכה קען מען טרעפן א היתר אויסצואפאסטן בעפאר די מגילה.
פארוואס ווארטן ביז נאכן ליינען?
זאלן די פרומע דאווענען מעריב ביי 72 און ליינען א לאנגע מגילה ווילאנג זיי ווילן און אויספאסטן ביי חצות הלילה,
און מיר וועלן אויספאסטן לויטן היתר אין שו"ע.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 11:03 pm
דורך איחוד פעלד
יאיר האט געשריבן:זעט אויס אז אין יענע צייטן זענען רוב פון די סנהדרין געווען אויפגעקלערט :).



ביסט נישט גערעכט, ווייל אפילו די באקס אידען ווען איינער ווערט א מקורב למלכות מעג ער זיך אפילו שערען און ראזירען.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 11:05 pm
דורך איחוד פעלד
אויפגעקלערטער האט געשריבן:א חבר מיינע וואס איז לעצטענס געווארן אויפגעקלערט זאגט מיר מיט שפאס אז ער האט א מנין מיט זיינע באמס חברים פורים ווי מ'ליינט די מגילה פארקערט. זיי זענען לעצטענס באקאנט געווארן מיט'ן הלכה פון הקורא למפרע לא יצא. דער בעל קורא איז א פראו זאגט ער, ער ליינט זרעו לכל שלום ודובר ביז ויהי אזוי שנעל ווי איך זאג אשרי זאגט ער. אזוי קומט אויס אז ווען מ'ענדיגט די מגילה איז המן ידו על העליונה און מ'ענדיגט מיט ''ויהי'' א לשון צער. אויך זאגט ער אז ווען דער ב"ק זאגט המן ווארפט מען קענדיס צו אלע קינדער אזוי ווי שמחת תורה.
ישראל כשהן יורידין


נאר איינער, זאל ער ליינען איכה פורים, און פינישד.

נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 10:51 am
דורך עולם חסד יבנה
:lol:
יאיר האט געשריבן:חכם, דער גאנצער פורים האבן די אויפגעקלערטע ערפינדן. א תלמיד חכם וואס איז געווען איינער פון די מיניסטארן אין די שושן'ער רעגירונג, און אן אשת יפת תואר וואס איז געווען די פוירסט לעידי.