בלאט 1 פון 3

בין איך א געשמאקער יונגערמאן???

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 6:55 am
דורך איש עברי
איך האב קודם געוואלט אריינריקן די שאלה אין די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן" אבער איך האב באשלאסן אז לחומר העניין פאדערט זיך א באזונדער אשכול, עס רעדט זיך פון א ברענעדיגע טעמע וואס מיט די ריכטיגע ענטפערס וועט מען קענען ארויסהעלפן אסאך יונגעלייט.

איינע פון די ווערטער וואס דאמינירן די קלעסיפיידס ביים היימישן ציבור איז דאס ווארט "געשמאקע יונגערמאן".

עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו גיין שפאצירן מיט א עלטערע איד צוויי מאהל א וואך
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו ארומגיין מיט א פושקע אין די גרעסערע בתי מדרשים
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו שטיין ביי א רעדשזיסטער אין די נאכמיטאג שעה'ן

בקיצור א געשמאקע יונגערמאן איז א גאואינג אייטעם, א מאסט וואנטעד זאך, ס'איז די ערשטע תנאי אין סיי וועלכע ארבעט פון שפאצירן מיט זיידעס ביז וואשן האנטוכער אין מקוואות, אויב ביזטו נישט געשמאק קענסטו העכסטנס גיין ווערן א מלמד אין חדר אדער אריינגיין אין ריעל עסטעיט, אויב ווילסטו א ארבעט דארפסטו זיין געשמאק, אויב ווייסטו ביי דיר אז דו ביזט נישט געשמאק זיי אזוי גוט רוף אפילו נישט די נומבער אויפ'ן צעטל, פעקס נישט קיין רעזומעי, גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט אדער בלייב ווי דו ביסט.

אין אנדערע ווערטער, מיר זענען טאקע אין א קאמיוניטי ווי מען געט לייכט ארויס ארבעט פאר מענטשן, מען פארלאנגט נישט קיין סך, נישט קיין וויסנשאפט אדער קאלעדש דעגרי, ניטאמאל א נארמאלע געשריבענע רעזומעי, מען געט א רוף אהן, מארגן קומסטו אריבער ארבעטן און איבערמאגן פליסטו, דאס זענען א חלק פון די אומגעשריבענע געזעצן פון אונזער היימישע עקאנאמיע. אבער פארט איז געבליבן איין שטרענגע תנאי טאמער דו ווילסט סיי ווען אנקומען צו א ארבעט: דו מוזט זיין געשמאק!!

דעריבער וויל איך וויסן צו איך מעג די קומענדיג מאל זיך מעלדן ביי א ארבעט ווי עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן, בין איך געשמאק?

קודם לאמיר פרובירן צו פארטייטשן די ווארט געשמאק. גוגעל זאגט אז עס מיינט פלעיווארי פערסאן, אדער טעיסטי, דעריבער מוז מען אננעמען אז מען מיינט נישט ממש די אפטייטש פון געשמאק ווייל קיינער ערווארט נישט א יונגערמאן וואס האט א טעם פון טשאקלאד וואנילע און איז קריספי.

אקעי אלזא מ'מיינט וואס מ'רופט בלשון בני אדם געשמאק, אבער געוואלד? וואס מיינט דאס?
אזא איינער וואס האט א אריינגעדרייטע בארד מיט א שפיציגע נאז און א שארפע שטימע, און שיסט פון צייט צו צייט אומגעלונגענע וויצן?
אדער א קליינע רויטע גראבע חסידי'שע יונגערמאן מיט גאטשע העמדער וואס עס דערטראגט זיך פון אים א לייכטע גערוך פון שווייס?
א מסודר'דיגע יונגערמאן מיט א דרייפערטל רעקל [עד מקום שידו מגעת] און די פאות ענדיגט זיך פאראלעל מיט די בארד און ער לערנט דעם חק יעדן טאג?

בקיצור מען מוז זאגן אז יעדער האט זיך זיין "געשמאק". אלזא קען מיר איינער מסביר זיין ווער דארף נעמען די החלטה אויף א יונגערמאן צו ער איז געשמאק, ער אליין? איז דא יונגעלייט וואס האלטן זיך נישט געשמאק?
איז למשל שייך אז איך וועל אנרופן די נומבער אין דבר יום ביומו און זאגן אז איך וויל אננעמען די ארבעט פון די היימישע מוסד וואס זוכט א באס רבי און דער סעקערטערי וועט מיר גלייך אראפלייגן די טעלעפאון און זאגן איימסארי איר הערט זיך נישט געשמאק!?

בקיצור איך בין זייער קאנפיוזד, איך בעט דער עולם זאל דא פרובירן אראפצולייגן א פונקטליכע סקעטש וויאזוי עס דארף אויסזעהן א "געשמאקע יונגערמאן", און טאמער מען איז נישט קיין געשמאקע יונגערמאן צו איז דאס א זאך וואס מען קען זיך צוארבעטען און ווערן געשמאק ווייל מי פתי נישט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און ווערן א געשמאקע יונגערמאן, וואס איינמאל דו ביזט געשמאק זענען אלע טויערען אפען פאר דיר, דו קענסט שפאצירן מיט אלטיטשקעס, גיין מיט ראפלעך, וואשן האנטוכער אין מקוה, פאקן ספרים אין בית מדרש, און עווענטועל אפילו זיין די הויפט באס רבי אין די גרעסטע חדר אין וויליאמסבורג.

רבותי רופטס ענק אהן ווארעם כי בנפשינו הדבר!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:35 am
דורך איש עברי
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן זאל עפעס ענטפערן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:42 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט





.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:45 am
דורך [NAMELESS]
א געשמאקע יונגערמאן איז איינער וואס קען שרייבען אזא געשמאקע ארטיקעל

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:47 am
דורך איש עברי
ראשעקאל האט געשריבן:א געשמאקע יונגערמאן איז איינער וואס קען שרייבען אזא געשמאקע ארטיקעל


הייסט עס אז איך וויל אפלייען פאר א דשאב דארף איך זיי געבן מיין ניק נאמען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:48 am
דורך שמעקעדיג
חלום חלמת ואיני יודע מה היא.
אין די הודעות ווי איך לייען ווערט עס נישט פארלאנגט..
אבער עס איז טאקע וויכטיג (?) צו וויסן וואס מיינט "געשמאק". לאמיר הערן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 9:49 am
דורך אפטעמיסט
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך ארבעט פלייסיג צו זיין געשמאק ס'גייט צוביסלעך, דערווייל בין איך בלויז א שמאק אבער איך בין שוין כמעט דארט





.

דערמאנסט מיר פון יענער וואס האט געזאגט אז ער האט א זון א תכשיט פון א בחור, אמר לו אותו חכם: ער איז אבער נאר צען פראצענט תכ און ניינציג פראצענט ***...

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:00 am
דורך דער (פינטעל) איד
גאר גוט :like :x



.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:01 am
דורך געפילטע פיש
לאכטס לאכטס, ס'דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער יונגעלייט, בחורים, און בעלי בתים, וואס דרייען זיך ארום מיט אט דעם שאלה, ואין מנוס מצערם. שוין העכסט צייט אז אונזער קאמיוניטי וואס איז אזוי אויסגעצייכענט מיט חסד און ארגענעזאציעס, מ'זאל עפענעם אן אירגון וואס זאל מברר זיין 'מיהו געשמאק?'. אזויווי אין ארץ ישראל ביים שאלה פון מיהו יהודי האט זיך געטוהן מכונ'ס, ישיבת בית דין, מ'האט מלבן געווען די שאלה פון אלע ענגעל'ס, אזוי אויך דא זאל זיין א ארגענציזאציע, מ'זוכט נאך א נאמען, ווער ס'האט אן איידיע קען זיך לאזן וויסן, געשמאק אדער נישט.

בדרך אגב: גייט דאס אריין אין די כלל פון געשמאק, אדער איז דאס גאר עפעס אנדערש?

בילד

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:08 am
דורך איש עברי
דאס איז געוען מרומז אין מיין שאלה, אבער געוואלד פארוואס דארף מען זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע ביי מנחה מעריב?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:12 am
דורך דער (פינטעל) איד
דארף מען דען? אדרבה! זיי ווילן מאכן דעם איינדרוק אז מ'רעדט דא פון א בכבוד'דיגע ארבעט כאילו מ'דארף זיין געשמאק צו גיין מיט א פושקע אדער זיין עקספיריענס צו שטיין אין א גראסערי אזוי אז כאטש איינער זאל אנרופן דעם עד



.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:17 am
דורך שמעקעדיג
ווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.

אפטעמיסט... פיין געזאגט, פיין געלאכט!

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:22 am
דורך רפאל
שמעקעדיג האט געשריבן:חלום חלמת ואיני יודע מה היא.
אין די הודעות ווי איך לייען ווערט עס נישט פארלאנגט..

דא האסטו צוויי

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:25 am
דורך איש עברי
רפאל דו ביזט א געשמאקע יונגערמאן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:28 am
דורך רפאל
דאס איז אמת, אבער פון ווי ווייסטו דאס?...

אן ארבעטער אין גראסערי דארף זיין געשמאק ווייל אויב נישט וועט מען פארלירן די אפעטיט פון קויפן דארט. אבער צו ארויס העלפן א מנהל אין אפיס ווייס איך נישט פארוואס מען דארף זיין אזוי געשמאק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:31 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט.

פונקט פארקערט, דער ראציגער לץ וואס איז גאר "געשמאק", זאגט אלעמאל דזשאוקס און ענדיגט צו מיט א שלונג שפייעכטס, עם וועל איך די לעצטע געבן, כ'וועל ערשט געבן פארן שטילער בחור וואס שעמט זיך בכלל אז ער דארף גיין נאך געלט.


בילד

נאר אין היימישסטאן קען זיין א מציאות פון א טויגליכע יונגעמאן וואס קען נישט טייפן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:36 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע! דו רעגסט מיך אויף!

פון א געשמאקער זיסע אינגערמאן מאכסטו א ראציגער לץ וואס שלינגט שפייעכץ,
פון א אנגעזעצטן ביטערער מאכסטו א שטילע שעמעדיגע בחור!
טוסט א גאנץ יאר אזוי? אדער נאר אדר?
יחי ההבדל הגדול.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:41 am
דורך מאראנצןזאפט
עברי, דו ווילסט נאך זיין געשמאק אויך?
קומסטוך דא אריין מעבר הירדן יאניואר דעם ערשטן למספרם, העמק דבר איז דיינס, שמייכל איז דיינס, אנשי שם נעמסטו מיר צו די לייצעס (ער מאכט עס נאך קלוג, ווארפט מיר צו א ביינדל) און דעם שאקירטן מיילעך האסטן אויך געשיקט עזאזלען, און דו ווילסט נאך זיין געשמאק.
געב אכט מיט דיינע פינף הונדערט פלאס לייקס אין קוים א חודש, לייג עס אונטער די קישן ביינאכט, ס'קען דיר נאך שאטן א גוט אויג פון פינטל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:43 am
דורך איש עברי
איך האב מיך פארקוקט אויף מאראנצןזאפט און באשלאסן יעבור עלי מה איך מוז אויך זיין געשמאק

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:46 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע! דו רעגסט מיך אויף!

לייג אריין דא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 10:55 am
דורך its me
איש עברי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:א געשמאקע יונגערמאן איז איינער וואס קען שרייבען אזא געשמאקע ארטיקעל


הייסט עס אז איך וויל אפלייען פאר א דשאב דארף איך זיי געבן מיין ניק נאמען?

.......Just attach this article to your resume

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:00 am
דורך דער (פינטעל) איד
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייזט זיך אויס מער מענטשן געבן צדקה פאר געשמאקע יונגעלייט...
נישט קיין דזשאוק, ווען 5 געלט גייער קומען צו מיר, די געשמאקע (ד.ה. די מיט א שמייכל, גוט ווארט) האבן ענדערש א טשאנס צו באקומען מיין קוואדער ווי דער אנגעזעצטער פון וועמען איך זוך צו שטיין ווייט

יענער ווערט אנגעזעצט זענדיג דיין קוואדער וואס ווארט עם אפ

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 11:03 am
דורך רויטע וואנצעס
געשמאק אין א עד איז די קאוד ווארט פאר, דו טוסט וואס, וויאזוי, און ווען איך וויל עס.